ניקעל האט געשריבן:פאפע בית מדרש בויט יעצט איבער די מקוה די פרייז וועט ארויף גיין דריי דאלער א מקוה
פון ווי קומט די אינפארמאציע? ביז 18 שעה צוריק האב איך נישט באמערקט קיין שום מודעה דערוועגן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שלום אויש האט געשריבן:אין די לעצטערע חדשים און יארן האט קהל יטב לב ד'סטאטמאר אין וויליאמסבורג געלאזט אין גאנג א היסטארישע קאמפיין פון איבערבויען דעם תורה צענטער וועלכע איז דאס שפיגעלע פון די ממלכת סאטמאר איבער די וועלט די אלטע בית המדרש אויף ראדני סטריט וואס איז נאך געווארן באנוצט דורך רבותינו הקדושים מרנן הבעל דברי יואל זיעועכי"א און בעל ברך משה זיעוכי"א און איז אלץ געווען די הארץ פון יעדן סאטמארע חסיד.
די בית המדרש ווערט פונדאסניי איבערגעפלאנצט און הערליך אוועקגעשטעלט אלץ א באקוועמע מקום תורה ותפילה ממש נישט צום דערקענען.
טשייניק האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:וויען אקופירט נאך ליע עוועניו
מ'ריקט שוין יעצט אריין די וואנט מיט אפאר פיס
נא_שכל האט געשריבן:אז מהאט ארויפגעברענגט דעם אשכול ווי קען מען נישט ערווענען די רענאוואציעס וואס קומען פאר אין סאטמאר בית המדרש אויף קליימר סט., אויפן אויבערשטען שטאק האט מען אלעס ארויסגעפליקט מקורה לתקרה, מען מאכט עס אינגאנצען איבער אזוי ווי אלע נייערע בתי מדרשים, מ'שמועסט אז דאס אלעס קומט צו פארדאנקען ר' דוד לייבוש יאקבאוויטש וואס דאווענט דארט און ער איז מנדב די גאנצע געבויעכטס, ווי אויך הייסט עס אז ס'גייט זיין פערטיג אנהייב קומענדיגע יאר אויף ווערן ר' דוד לייבוש מאכט חתונה זיין זון.
הלשון האט געשריבן:נא-שכל:
חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?
כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא
בענאק האט געשריבן:הלשון האט געשריבן:נא-שכל:
חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?
כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא
ר' דוד לייבוש בויעט איבער דעם בית המדרש, ער מאכט עס יעצט לכבוד די חתונה פון זיין זוהן.
אזוי ווי דער ביהמ"ד איז זייער א פארנומענע פלאץ, אויך לעצטענס האט זיך דארט אריינגעצויגן א ניער סניף פון דער כולל. האט ער געצאלט דריי מאל די פרייז וואס עס וואלט געדארפט קאסטן, אז די גאנצע ארבעט מתחילה ועד סוף זאל געמאכט ווערן אין די צוויי חדשי הזומער. ווען מען קומט אהיים גייט אלעס זיין גרייט בעז"ה.