נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

די יו.קעי. גאווערמענט באטראכט צו פארענדיגן די שטרענגע סעקיוריטי רעגולאציעס פאר פליסיגקייטן און לעפטאפס/באטעריעס אין האנד באגאזשן ערגעץ אין די קומענדיגע צוויי יאר.
דאס קומט נאך א דעוועלאפמענט פון נייע 3D סקענער טעכנאלאגיע, ענליך צו סי-טי סקענס וואס ווערן גענוצט אין שפיטאל.
ענדגילטיגע באשלוס איז נאך נישט געמאכט געווארן, אבער די בריטישע רעגירונג באטראכט אריינצוברענגן די נייע טעכנאלאגיע צו די לאנד'ס עירפארטס אנגעהויבן פון מיטן יארע 24 למספ'.
Clever code does not necessarily create clever Software

די עף-עי-עי האט ארויסגעשטעלט אן EAD (עמערדזשענסי עיר-ווארטהינעס דירעקטיוו) פאר אלע עירבאס A220, צו אלערטן פיילאטס אוי א סכנה'דיגע צושטאנד מיט די אויטא-פילאט, נאכפאלגנדיג צוויי קלאוז-קאל אינצידענטן.
די פראבלעם מיט די אויטא-פילאט איז אז עס קען אומוועלנדיג ווערן אנגעצונדן ווען די פילאט צינדט אן די אויטא-טראטטל, צוליב א פראבלעמאטישע דעזיין פון די פילאטן קאנטראל פאנעל.
די קאנאדישע אטאריטעטן האבן שוין ארויסגעגעבן אזא דירעקטיוו נאוועמבער 17. אין טאטאל זענען שוין געווען 38 אזאנע אינצידענטן, אן אויסטרעליש הויכע נומער נעמענדיג אין באטראכט אז נאר 230 פליגער פון דעם סארט זענען אין באנוץ, און לויט די FAA זענען לענטנס געווען צוויי פעלער וואס האבן שיער געברענגט קאטאסטראפישע רעזולטאטן. איינע פון די פעלער דעטאלירט אין די FAA דירעקטיוו, האט פאסירט סעפטעמבער מיט א פליגער וואו די אויטא-טראטל האט זיך אויסגעלאשן אינמיטן זיך אויפהייבן, און ווען די פילאט האט עס געוואלט צוריק אנצינדן האט ער בטעות אנגעצונדן די אויט-פילאט, וואס האט געברענגט דעם עראפלאן צו פארלירן ענדזשין פאוער, וואס איז עקסטרעם סכנה'דיג ווען א פלעין איז נאך נידעריג אין די ערשטע שטאפלען פון טעיק אף.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוסישע סוהוי 100 סופערדזשעט וועט ווערן דעליווערט מיט גענוצטע ענדזשינס, וויבאלד די פראדוצירער קען נישט באקומען נייע ענדזשינס צוליב סאנקציעס.
די רוסישע רעגיאנאלע עירקרעפט סוהוי 100 (בינעך אמאל געפארן מיט דעם, שרעקליך נויזי...) קומט ארגינעל מיט ענדזשינס פראדוצירט דורך א דזשוינט-ווענטשער צווישן רוסישע און פראנצויזישע קאמפעניס. די פראדוקציע און דעליוועריס פון די ענדזשינס איז געווארן אפגעשטעלט צוליב מערב וועלט סאנקציעס, וואס האט געברענגט צו דעם אז די סוהוי קאמפעני האט זיך געטראפן מיט צענדליגע כמעט-פארטיגע עראפלאנען וועלכע קענען נישט פארלאזן די פראדוקציע ליניע צוליב מאנגל אין קריטישע פארטס, ספעציעל ענדזשינס.
די רוסישע קאמפאני האט געזוכט, און געטראפן, א לאקאל-פראדוצירטע ענדזשין, אבער יענץ האט קוים געפארטיגט די דעזיין פראצעדור, און האט נאך נישט אדורך די נויטיגע טעסטינג, עס איז נישט ערווארטעט צו ווערן סערטיפיצירט בעפאר קומענדיגע יאר למספ'.
האבן די רוסישע קעפ געטראפן אן עצה, זיי האבן געטראפן 17 גענוצטע ענדזשינס (אין א דזשאנק יארד? ווער ווייסט...) און זיי האבן געמאלדן אז זיי גייען ערגענצן עטליכע ניי-געבויעטע עראפלאנען מיט די דאזיגע גענוצטע ענדזשינס, צו קענען ענדליך דעליווערן די פלעינס צו די אומגעדולדיגע קאסטומערס. די ערשטע דעליווערי גייט זיין צו רוסישע עירליין אזימאט וואס האט שוין ערווארטעט דאס צו באקומען עטליכע חשים צוריק.
די פראדוצירער זאגט אז די ענדזשינס זענען אין עקסעלענט קאנדישן און די באנוץ פון צווייט-האנטיגע ענדזשינס וועט נישט האבן קיין שום עפעקט אויף די עירליינ'ס אפעראציעס אדער פלייט סעיפטי. זיי זענען רעלייעבל...
Clever code does not necessarily create clever Software
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Frontier airlines will no longer let customers call a phone number in order to speak with a live agent. And while the budget airline is known for its cost-cutting measures, most major airlines still operate customer service lines.

Customers will instead have to rely on other ways to contact the airline: a chatbot on its website, a live chat available 24/7, its social media channels and even WhatsApp, according to Frontier spokesperson, Jennifer De La Cruz, who confirmed the news to NPR on Saturday.

The change, said De La Cruz, "enables us to ensure our customers get the information they need as expeditiously and efficiently as possible." She said the airline found that most customers preferred communicating through online channels.

When customers call the airline's now-defunct customer service line, they hear a prerecorded message telling travelers about the other options they have for contacting the airline.

"At Frontier, we offer the lowest fares in the industry by operating our airline as efficiently as possible," the airline's customer service line now replies.
The call center was eliminated last weekend, the airline told Travel Noire.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

'יונייטעד עירליינס' האט אריין געגעבן א ריזן באשטעלונג ביי באואינג פאר ארום 100 787 דרימליינער פליגער און 300 737 מעקס פליגער
ג' וישב פ״ג
אין די זעלבע צייט האט יונייטעד נאכאמאל אפגעלייגט א פריערדיגע-געמאלדענע באשטעלונג פון 45 עירבאוס עי-'ס350, און מען שפעקולירט אז די עירליין וועט זיך עווענטועל גענצליך ארויס ציען דערפון. א הויפט סיבה פארוואס יונייטעד שטיפט עס אפ איז וויבאלד די עירליין דארף יעצט אסאך נייע פילאטן, און אריין ברענגן א נייע סארט פליגער וועט שוווערער מאכן די ארבייט פון אויפנעמען גענוג פילאטן.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/74780
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

פארדינט האט געשריבן:

מ'רעדט דא פון ארום $20 ביליאן דאלערדיגע ארדער!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

פארדינט האט געשריבן:
'יונייטעד עירליינס' האט אריין געגעבן א ריזן באשטעלונג ביי באואינג פאר ארום 100 787 דרימליינער פליגער און 300 737 מעקס פליגער
ג' וישב פ״ג
אין די זעלבע צייט האט יונייטעד נאכאמאל אפגעלייגט א פריערדיגע-געמאלדענע באשטעלונג פון 45 עירבאוס עי-'ס350, און מען שפעקולירט אז די עירליין וועט זיך עווענטועל גענצליך ארויס ציען דערפון. א הויפט סיבה פארוואס יונייטעד שטיפט עס אפ איז וויבאלד די עירליין דארף יעצט אסאך נייע פילאטן, און אריין ברענגן א נייע סארט פליגער וועט שוווערער מאכן די ארבייט פון אויפנעמען גענוג פילאטן.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/74780
די פונקטליכע דעטאלן פון דעם ארדער:
יונייטעד האט געסיינט פאר אן ארדער אויף ביז 200 באואינג 787 דריעמליינערס פון זיי איז 100 א פירם ארדער און נאך 100 אפשענאל, און ביז 100 737 מעקס. די 787 וועלן דעליווערט ווערן צווישן 2024 און 2032, די ערשטע 100 דערפון וועלן גיין צו רעפלעיסן די עירליינ'ס עלטערע וויידבאדיס ווי די 767'ס און טייל עלטערע 777'ס. יונייטעד וועט האבן פלעקסיביליטי צו באשליסן וועלכע און וויפיל זיי ווילן פון יעדע 787 וועריענט (8-, 9-, און 10-). עס איז בד"וו די גרעסטע וויידבאדי ארדער אין היסטארי פאר א יו-עס עירליין.
פון די 100 737'ס זענען 44 שוין געווען אלס אפשען אין א פריערדיגע ארדער, און זענען יעצט קאנפירמעד געווארן, און אויף די האט די עירליין צוגעלייגט א פרישע ארדער פון נאך 56 שטיק.
די 44 פון פריערדיגע ארדער וועלן דעליווערט ווערן צווישן 2024 און 2026, און די איבעריגע אין די נאכפאלגנדע צוויי יאר, ביז 2028, און זיי וועלן ווערן אלע דעליווערט מיט די נייע אפדעיטעד אינטעריאר וואס רעכנט אריין שנעלע (פשטות אומזיסטע אדער גאר ביליגע) ווייפיי און סיטבעק סקרינס ביי יעדע זיץ. יונייטעד'ס גאנצע נעראובאדי פליט איז ערווארטעט צו ווערן אפדעיטעד מיט די נייע אינטעריאר ביז 2025.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

פארט אטאריטי באשטעטיגטע באדזשעט פאר יארע 2023: כמעט 3 ביליאן דאלער פאר אינפארסטראקטור פראיעקטן.
דאס מערסטע גייט גיין פאר JFK, אריינגערענט אן איבערפרישונג פון טערמינאל 4 און די נייע סטעיט אווו די ארט טערמינאל 1, (ארבעט אנגעהויבן סעפטעבער, ערווארטעט צו פארטיגן זומער 2023).
אלעס אינאיינעם האט שוין JFK באקומען ארום 13 ביליאן דאלער, טייל פון די איבערפרישונג איז די איבערגעמאכטע טערמינאל 8 וואס האט זיך געעפנט פריערט דעם חודש, און וואלט דעזערווט אן עקסטערע באשרייבונג.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

איבער 35 פאסאדזשירן פארוואונדעט אויף האוואיען פלייט אלס רעזולטאט פון שווערע טארבאלענס:
האוואיען פלייט 35 פון פעניקס קיין האנאלאלא, אן עירבאס 330 וואס האט געטראגן 278 פאסאזשירן און 10 מאנשאפט, איז באטראפן געווארן פון שווערע טארבאלענס בערך א האלבע שעה בעפאר לאנדן, ארום 10:30 לאקאלע צייט, נעכטן זונטאג דעצעמבער 18.
לויט רעפארטן, איז דאס געווען הארט נאכן אקטיוויזירן די סיט בעלט סיינס בעפאר'ן לאנדן, און מערערע פאסאזשירן האבן נאכנישט עספיעט זיך צו בעלטן. די עירקרעפט איז אריין אין אן אומערווארטעטע שטארקע ווארטעקס טארבאלענס, די פליגער האט זיך געווארפן ארויף און אראפ, און פאסאזשירן זענען געפלויגן אויף אלע זייטן. בילדער פון די סצענע ווייזן אויך שאדן צום עירקרעפט און אז די אקסידזשען מאסקעס האבן זיך געעפנט.
ארום 20 פאסאזשירן זענען אריינגעפירט אין שפיטאל, צווישן זיי א 14 מאנאטיגע בעיבי.
די עירליין האט ארויסגעשיקט א טוויט אז זיי טוען באאבאכטן די סיטואציע, און וועט ווארשיינליך פאררופן א פרעסע קאנפערענץ דערוועגן.
Clever code does not necessarily create clever Software
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

nodeJS האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
איך בין געפארן עטליכע מאל מיט יונייטעד 777 קיין א’’י נישט שלעכט געווען. איך בין איינמאל געפארן מיט לאט פויליש דריעמליינער געווען א מחיה, ברייטע זיצן און היבש לעג רום, די וועג צוריק איז געווען אוסטריה 767 געווען גיהנום. פארוואס רופסטו די 787 א פארהאסטע פליגער?
זעה איך אז דערוילעם האט אן אינטערעסע אין די סאבדזעקט, וועלמיר פראבירן מאכן אביסעלע סעידער דא.
בייגעלייגט מיין אייגן צוזאמגעשטעלטע טשארט פון דורכשניט זיץ ברייטקייט (עקאנאמי קלאס) פער עירקרעפט טייפ:
chart.jpg
נאוט: זיץ ברייטקייט איז זייער בערכ'דיג, עס זענען דא עטליכע וועגן עס צו רעכענען, און פארשידענע עירליינס רעכענען אנדערש, און ביי עטליכע עירליינס / עראפלאן מאדעלן זענען די נומערן היבש אומ-אקוראט.

די טיטל "פארהאסטע פליגער" קומט פון דעם אז ווען די 787 איז ארויס מיט 9 אברעסט זיצן איז דאס געווען די סאמע שמאלסטע זיצן אויף די ברייט-ביינערדיגע מארקעט, און האט אויסגערופן בייז בלוט ביי פרעקווענט טרעוולער און די אוויאציע ענטועזיסט קאמיוניטיס. עטליכע יאר שפעטער איז אריינגעקומען די נייע צוקוועטשטע 10 אברעסט 777 וואס איז היבש ערגער. כאטש אויפן טשארט זעהט עס אויס די זעלבע ברייטקייט, אין פאקט זענען די דורכגענג אויף די 777 אסאך שמעלער, אזוי אויך די ארמרעסטס צווישן די זיצן אויסגעדינט ווי פאפיר. (אין מיין עקספיריענס איז די 787 א פיינע באקוועמע עראפלאן צו פליען דערמיט, בשעת די 10 אברעסט 777 איז געווען א נייטמעיר, די איילס זענען אזוי שמאל אז מ'דארף גיין אויסגעדרייט זייטיג נישט אריינצוקלאפן אין די זיצן, און ווען די פלייט אטענדענטס זענען דורכגעגאנגען האבן זיי געהאלטן אין איין אויסרופן "Mind Your Elbows, Mind Your Knees...").

בדרך אגב די אייגענע עקספיריענס אויף סיי וועלכע פלייט ווערט שטארק באיינפלוסט פון אנדערע ארומיגע אומשטענדן, מ'קען זיצן אויף אן 18.5 זיץ, אויב אבער ביסטו אין די מיטל זיץ און האסט נעבן דיר אן אווערסייזעד ספאנדשז קעיק (וואס זיצט נאך צוגעשמידט צום סקרין ס'גאנצע 10 שעה...) דאן ביסטו אויף געבראטנס...
מאנכע עירליינס וואס האבן נישט דווקא צאמגעקוועטשטע זיצן, אבער וואס זיי האבן יא איז הארטע זיצן ווי א האלצערנע באנק, און נאך מיט אזא באמפ אינמיטן די אנלאנער אזוי פונקט צווישן די לענדן... אוי איז דאס א פייניגונג...
בינעך געפארן מיט על אל פאריגע וואך מיט די 787-9. רח''ל! איך בין זייער א שמאלער מענטש איך וועג נישט קיין 120 פונט, איך בין געווען אזוי צושטופט אז סאיז נישט צום גלייבן!
פארוואס איז נישט דא קיין מינימום גרויס וואס א סיעט מוז זיין? פארהאסט איז נאך א שיין ווארט אויף דעם. וואס איז מיט די 787-10? בעססער?
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אלע 787 וועריענטס זענען די זעלבע ברייט. די חילוק איז די לענג / מעקס וואג / רעינדזש אא"וו.
אבער אפי' אויף די זעלבע מאדעל עירקרעפט קען מען פילן א חילוק צווישן עירליינס (און צומאל אין די זעלבע עירליין צווישן איין פליגער און די אנדערע) געוואנדן אין די סארט זיצן וואס מ'ניצט און די אינטעריאר דעזיין.
Clever code does not necessarily create clever Software
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

nodeJS האט געשריבן:
די יו.קעי. גאווערמענט באטראכט צו פארענדיגן די שטרענגע סעקיוריטי רעגולאציעס פאר פליסיגקייטן און לעפטאפס/באטעריעס אין האנד באגאזשן ערגעץ אין די קומענדיגע צוויי יאר.
דאס קומט נאך א דעוועלאפמענט פון נייע 3D סקענער טעכנאלאגיע, ענליך צו סי-טי סקענס וואס ווערן גענוצט אין שפיטאל.
ענדגילטיגע באשלוס איז נאך נישט געמאכט געווארן, אבער די בריטישע רעגירונג באטראכט אריינצוברענגן די נייע טעכנאלאגיע צו די לאנד'ס עירפארטס אנגעהויבן פון מיטן יארע 24 למספ'.
וואס טוט זיך מיט עראפלאנען וואס קומען קיין אמעריקע?

דארף אמעריקע מסכים זיין צו די נייע רעגולאציעס?

וויאזוי ארבייט עס טאקע, יעדע עראפלאן וואס קומט קיין אמעריקע דארף נאכקומען געוויסע סעקיוריטי סטאנדארטן?
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

די TSA האט עס שוין אין עטליכע עירפארטס (עס איז גראדע געווען באריכטעט אז עס ארבעט שטאטער ווי די אלטע עקסרעי מאשינען, אבער די TSA זאגט אז דאס איז נאר ווילאנג אפיצירן טרענירן זיך אויס אויף דעם, און איינמאל זיי ווערן צוגאוואוינט וועט עס גיין שנעלער).
און יא, פליגער וואס פארן קיין אמעריקע דארפן נאכקומען געוויסע סטאנדארטן אוועקגעשטעלט דורך די TSA, און נישט נאר בנוגע די סעקיוריטי סקרינינג פראצעדור, נאר די עירליין איטסעלף דארף צוערשט באקומען א סערטיפיקעישאן (סעקיוריטי קלערענס) צו קענען פליען קיין אמעריקע.
אזוי אויך איז דא א סעקיורטי קליערענס פאר די עירפארט פון וואו די פלייט גייט ארויס, און אין פארשידענע עירפארטס וועלן אלע פלייטס קיין אמעריקע דארפן דורכגיין א סעקאנדערי סקרינינג ביים געיט.
לעצט פארראכטן דורך nodeJS אום דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 3:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

nodeJS האט געשריבן:
די TSA האט עס שוין אין עטליכע עירפארטס (עס איז גראדע געווען באריכטעט אז עס ארבעט שטאטער ווי די אלטע עקסרעי מאשינען, אבער די TSA זאגט אז דאס איז נאר ווילאנג אפיצירן טרענירן זיך אויס אויף דעם, און איינמאל זיי ווערן צוגאוואוינט וועט עס גיין שנעלער).
און יא, פליגער וואס פארן קיין אמעריקע דארפן נאכקומען געוויסע סטאנדארטן אוועקגעשטעלט דורך די TSA, און נישט נאר בנוגע די סעקיוריטי סקרינינג פראצעדור, נאר די עירליין איטסעלף דארף צוערשט באקומען א סערטיפיקעישאן (סעקיוריטי קלערענס) צו קענען פליען קיין אמעריקע.
אזוי אויך איז דא א סעקיורטי קליערענס פאר די עירפארט פון וואו די פלייט גייט ארויס, און אין פארשידענע עירפארטס וועלן אלע פלייטס קיין אמעריקע דארפן דורכגיין א סעקאנדערי סרינינג ביים געיט.
און אינסטאמבול צום ביישפיל, דאס קען אויסמאכן ווען מ’דארף כאפן א קאנעקטינג פלייט און די צייט איז טייט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
צאנזע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 10:53 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צאנזע חסיד »

nodeJS האט געשריבן:
די TSA האט עס שוין אין עטליכע עירפארטס (עס איז גראדע געווען באריכטעט אז עס ארבעט שטאטער ווי די אלטע עקסרעי מאשינען, אבער די TSA זאגט אז דאס איז נאר ווילאנג אפיצירן טרענירן זיך אויס אויף דעם, און איינמאל זיי ווערן צוגאוואוינט וועט עס גיין שנעלער).
און יא, פליגער וואס פארן קיין אמעריקע דארפן נאכקומען געוויסע סטאנדארטן אוועקגעשטעלט דורך די TSA, און נישט נאר בנוגע די סעקיוריטי סקרינינג פראצעדור, נאר די עירליין איטסעלף דארף צוערשט באקומען א סערטיפיקעישאן (סעקיוריטי קלערענס) צו קענען פליען קיין אמעריקע.
אזוי אויך איז דא א סעקיורטי קליערענס פאר די עירפארט פון וואו די פלייט גייט ארויס, און אין פארשידענע עירפארטס וועלן אלע פלייטס קיין אמעריקע דארפן דורכגיין א סעקאנדערי סרינינג ביים געיט.
וואס איז יעצט?
געלט מיט נאך געלט קומט אויס אסאך געלט
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אה''ו האט געשריבן:
nodeJS האט געשריבן:
די TSA האט עס שוין אין עטליכע עירפארטס (עס איז גראדע געווען באריכטעט אז עס ארבעט שטאטער ווי די אלטע עקסרעי מאשינען, אבער די TSA זאגט אז דאס איז נאר ווילאנג אפיצירן טרענירן זיך אויס אויף דעם, און איינמאל זיי ווערן צוגאוואוינט וועט עס גיין שנעלער).
און יא, פליגער וואס פארן קיין אמעריקע דארפן נאכקומען געוויסע סטאנדארטן אוועקגעשטעלט דורך די TSA, און נישט נאר בנוגע די סעקיוריטי סקרינינג פראצעדור, נאר די עירליין איטסעלף דארף צוערשט באקומען א סערטיפיקעישאן (סעקיוריטי קלערענס) צו קענען פליען קיין אמעריקע.
אזוי אויך איז דא א סעקיורטי קליערענס פאר די עירפארט פון וואו די פלייט גייט ארויס, און אין פארשידענע עירפארטס וועלן אלע פלייטס קיין אמעריקע דארפן דורכגיין א סעקאנדערי סרינינג ביים געיט.
און אינסטאמבול צום ביישפיל, דאס קען אויסמאכן ווען מ’דארף כאפן א קאנעקטינג פלייט און די צייט איז טייט.
יע יע, געהאט דיע עקספיריענס פאריאר, כ'האב געטראכט צו דערמאנען איסטאנבול. זיי האבן געהאט דארט פיר פינעף יו-עס באונד פלייטס אין די זעלבע צייט מער ווייניגער, אלע פון די זעלבע עריע אין די רעמאוט געיטס, א דיזעסטער געוועזן... מ'האט דאס געמאכט אבער מיט די נשמה אין די הענט...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

@TheBelaaz:
️ — BREAKING: DEVELOPING: Due to an issue at the MIA ATC control center, a National ground stop has been ordered for all planes destined to all airports in Florida.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אינטערוועלטניק האט געשריבן:
@TheBelaaz:
️ — BREAKING: DEVELOPING: Due to an issue at the MIA ATC control center, a National ground stop has been ordered for all planes destined to all airports in Florida.
די גראונד סטאפ איז שוין אראפ אבער די אינבאונד דילעיס זענען זייער גרויס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

שטומפיג האט געשריבן:
אינטערוועלטניק האט געשריבן:
@TheBelaaz:
️ — BREAKING: DEVELOPING: Due to an issue at the MIA ATC control center, a National ground stop has been ordered for all planes destined to all airports in Florida.
די גראונד סטאפ איז שוין אראפ אבער די אינבאונד דילעיס זענען זייער גרויס
וואס איז געווען די מעשה דארט?
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

ווי איז @nodeJS?

ער וועט אונז לכאורה אויסקלארן אלעס
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

בוק קיפפער האט געשריבן:
ווי איז @nodeJS?

ער וועט אונז לכאורה אויסקלארן אלעס
א טעכנישע פראבלעם מיט די קאמפיוטערייזעד סיסטעם אין סאוט פלארידא'ס עיר טרעפיק קאנטראל האט געצווינגן די FAA אפצוהאלטן אלע פלייטס צו און פון פלארידע עירפארטס, אריינגערעכנט מיאמי, פארט לארדערדעיל, און ארלענדא, פאר עטליכע שעה. די אישו איז שוין געווארן געפיקסט, אבער דילעיס (און סאם קענסעלעישנס) גייען נאך אן.
די פראבלעם איז געווען א טעכנישע גליטש מיט די ERAM, אדער די "ענ-ראוט אוטאמעישן מאדערניזעישן" סיסטעם, וואס האט רעפלעיסט דעם דעמאלסדיגן 40 יאר-אלט קאמפיוטער סיסטעם 8 יאר צוריק, אום יארע 2015. (וואס איז דאס רעלעוואנט צו די יעצטיגע נייעס ווייסעכנישט, אבער אלע נייעס קוועלער באריכטן עס אזוי). די דעמאלסדיגע רעפלעיסמענט איז געווען איינע פון די מערסט קאמפליצירטע אפגרעידס אין די פ.א.א. היסטאריע.
Clever code does not necessarily create clever Software
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

שטומפיג האט געשריבן:
שכח פאר דיין גוטע ריפארט. יעצט און אייביג.
איך בין נישט די גרעסטע עקספערט, אבער לויט די זאכן וואס דו האסט געברענגט זעה איך נישט די גרויסע אויפטוה פארן ניו יארקע יודנטום.
די איינציגסטע אמעריקאנע עירליין אין סקיי טיעם איז דעלטא. און מ'האט שוין לאנג געקענט מאכן דורך דעלטא טיקעטס אויף ווירדזשין. סאו וואס איז יעצט בעסער?
ס׳מאכט יא אויס ווייל ווירדזשין׳ס פוינט טיקעטס איז אסאך לייכטער און ביליגער צו קויפן ווי דעלטא (אדער ווירדזשין מיט דעלטא פוינטס)
תשעה קבין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 1:37 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשעה קבין »

קומענדיגע וואך דאנערשטיג איז באשטימט געווארן אלץ טאג ווען עס גייט זיך עפענען די שפאגל-נייע 'טערמינאל עי' אפטיילונג ביים ניוארק לופטפעלד: די מיליאן-סקווער-פיס טערמינאל האט זיך געדארפט עפענען פארלאפענע דיצעמבער 8 למס', אבער עס איז געווארן אפגעלייגט צוליב לעצט-מינוטיגע פראבלעמען מיט א פייער אלארעם און סעקיוריטי סיסטעם. 'טערמינאל עי' גייט דינען אלץ היים פאר עיר קאנאדא, אמעריקאן עירליינס, דזשעט--בלו און אביסל אויך יונייטעד עירליינס פלייטס.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/76246
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

א מאדנע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין בענגלאר אינדיע, ווען איבער 50 פאסאזשירן זענען געווארן איבערגעלאזט זייענדיג שוין אויף א באס אויפן וועג צום פליגער.
די געשיכטע האט פאסירט נעכטן מאנטאג ווען א פליגער פון גאו-פירסט, א אינדישע אולטרא-לאו-קאסט עירליין, איז אפגעפלויגן פון בענגלאר קיין דעלהי, בשעת א פולע באס מיט רייזנדע איז געווען אויפן וועג פון די טערמינאל צום פליגער. די פעסענדזשערס זענען געווען שאקירט געוואויר צו ווערן אז די פלעין האט אפגעפוצט אן זיי...
די עירליין איז שוין עטליכע מאל געווען אין די העדליינס צוליב מאדנע אינצידענטן, אריינגערעכנט א געשיכטע עטליכע חדשים צוריק מיט פאסאזשירן וואס האבן געקויפט טיקעטס אויף די עירליינס וועבסייט, און זענען אנגעקומען צום עירפארט אין צייט, בלויז זיך צו דערוויסן אז די ספעציפישע פלייט האט קיינמאל עקזיסטירט.
די אינדיע אוויאציע אטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג אויף די יעצטיגע פאסירונג.
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

אמעריקען עירליינס וועט אפשטעלן די מיאמי-תל אביב רוט ענדע מארטש למספ'.
כאטש די רוט איז באטראכט געווארן אלס א סוקסעס, האט אמעריקען באשלאסן עס צו סטאפן, ווארשיינליך צוליב צו שטארקע קאמפעטישן. די טעגליכע פלייט פון JFK בלייבט געהעריג אין דינסט.
Clever code does not necessarily create clever Software
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”