נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
זענען אלע 737 פליגער MAX ?

נע, סיז א גאנצע משפחה, איינער פון די קינדער הייסט מעקס,

:grin:
אסאך מאדעלס האבן ענליכע מאדעלס גערופן מיט אביסל אנדערע נעמען, ס'ווערט גערופן Variants
עירליינס טוישן ארום געוויסע פרטים פון די פליגערס לויט די פארלאנג פון עירליינס אדער לויט נייע ערפידונגען וואס קענען עס מאכן בעסער אדער ביליגער. אזוי איז עס אויך מיט די MAX
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

אמר"ש, וויל איך פרעגן אויב ס'איז נאך דא א פלאן אמאל ווייטער ממשיך זיין דערמיט?

דו מיינסט מסתם דערמיט.
איך האב נישט ממשיך געווען מיט די שמועסן ווייל ס'האט מיך נישט אויסגעזעהן ווי ס'זענען דא קיין סך וואס זענען אינטערעסירט אין די נושא. איך האב עס געזעהן סיי אין די ריספאנס פון תגובות און אויך אין די צאל וואס האבן געזעהן דעם אשכול בכלל.
אנהייב האט עס יא געהאט מער אינטערעסע, אבער שפעטער נישט. קען זיין אז איך האב ערגעצוואו אינצווישן פארלוירן מיין חוש שרייבער חוש, אדער אפשר האט דער עולם נאר געוואלט הערן די היסטאריע חלק, איך ווייס נישט.

בין איך יא נייגעריג, הגם כ'האב נאך נישט געענדיגט ס'געשריבענע אז כ'זאל שוין קענען בעטן נאך,
בין כך ובין כך. יישר כח גדול סיי אויף די נייעס און כש''כ אויף די יסודות'דיגע אינפארמאציע אין דעם נושא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טענקס קאקפיט נאכאמאל, אינפארמאטיוו און געשמאק אראפגעלייגט!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס קאקפיט נאכאמאל, אינפארמאטיוו און געשמאק אראפגעלייגט!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם,
באדאנקען טוט זיך א יעדער
דו פארמאגסט א גוטער פעדער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

שכוח הרב קאקפיט, פיינע נייעס.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
זענען אלע 737 פליגער MAX ?

נע, סיז א גאנצע משפחה, איינער פון די קינדער הייסט מעקס,

:grin:
אסאך מאדעלס האבן ענליכע מאדעלס גערופן מיט אביסל אנדערע נעמען, ס'ווערט גערופן Variants
עירליינס טוישן ארום געוויסע פרטים פון די פליגערס לויט די פארלאנג פון עירליינס אדער לויט נייע ערפידונגען וואס קענען עס מאכן בעסער אדער ביליגער. אזוי איז עס אויך מיט די MAX

שכח ענק ביידע. איך האב געמיינט אז די MAX איז אזוי ווי די דרימליינער וואס האט אן אייגענע 7*7 קאוד.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

נייע אוויאציע אפטיילונג אויף פאפולערע אידישע וועבזייטל
אוויאציע ליבהאבער כאפן זיך צו צו א נייע אפטיילונג מיט רייכע ידיעות אין אוויאציע וואס איז היינט געעפנט געווארן אויפן אידישן פארום-וועבזייטל "אייוועלט"!
די נייע אפטיילונג אנטשפרעכט צו זיין געשמאק און ציענד פאר אלע וואס האבן אן אינטערעסע אין די מקצוע, אפגעזעהן די עלטער, ראסע, קאליר, אימיגראציע סטאטוס א.א.וו.
אויף די ברייטע פארלאנג פונעם ציבור לייגן מיר דא די לינק צו דעם נייעם אפטיילונג viewtopic.php?f=3&t=47118
און די פאלגנדע איז די לינק צום ווינקל וואו מ'קען אויסשמועסן אלעס ארום viewtopic.php?f=3&t=42537
לויפט און קויפט ידיעות!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

עירבאס קומט אריין שטערקער ווי באואינג מיט דעליוועריס אין ערשטן קווארטל
ווי מיר האבן נעכטן באריכטעט האט די אמעריקאנע דזשעט פראדוצירער באואינג דעליווערד 77 פליגערס אין די ערשטע דריי חדשים פון 2021.
די ציפער פאר זיך איז גאנץ גוט, אבער ווען מ'שטעלט איר אוועק נעבן איר אייראפעאישע קאמפאטישן עירבאס פאלט די שטארקייט.
עירבאס האט אינעם ערשטן יאר-פערטל אויסגעפירט 125 דעליוועריס צו קאסטומערס איבער די גאנצע וועלט. באלד 100 פון די דעליוועריס זענען געווען פאר פליגערס פון די A320 פאמיליע (19, 20 און 21), אין צוגאב צו עטליכע A350ס און נאך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פלייט איבער טשערנאביל צום 35'סטן יארטאג פון די טשערנאביל דיזעסטער
אוקריינע'ס הויפט עירליין Ukraine International וועט דעם קומענדיגן אפריל 25 צושטעלן א פלייט וואס זאל פליען העכער דעם איזאלירטן שטאט טשערנאביל. דאס איז שוין די דריטע פלייט אין די לעצטערע חדשים וואס הייבן זיך פון קיעווער עירפארט, פליען ארום ניינציג מינוט, ווען אינצווישן קען מען האבן א view פונדערהייעך אויף די געגנט פון טשערנאביל, און דערנאך לאנדעט מען צוריק אין קיעוו.
די עראפלאן פליען אזוי נידריג ווי 2,950 פיס העכער טשערנאביל, וואס דאס איז די נידריגסטע וואס איז ערלויבט צו פליען העכער די פארלאזטע ראדיאקטיווע שטאט.
די שטאט שטייט שוין ליידיג זייט די באוואוסטע "טשערנאביל דיזעסטער" אין אפריל 26 1986 ווען שעדליכע מאטריאל האט זיך פארשפרייט אינעם גאנצן שטאט צוליב א נוקלעארע ארויסרינונג.
פונקט ווי די יאפאנעזע שוואוילטאג פלייטס איבער וועלכע מיר האבן באריכטעט, וויל UIA אויך מאכן די רייזע פאר א אינטערעסאנטע עקספעריענס, און וועגן דעם לייגן זיי צו ביים צוריק קומען א טור אין איינע פון די קאמפאניס 777 פליגערס, די רייזנדע וועלן קענען אריינגיין אין די קאקפיט און שטעלן פראגעס איבער אוויאציע פאר פילאטן וואס וועלן זיין אנוועזנד. אויך וועלן זיי אויסראפלען פארשידענע זאכן, אריינגערעכנט א באצאלטע טור אינעווייניג אין די שטאט טשערנאביל.
און אלעס פאר די נישטיגע פרייז פון 2,970 אוקריינישע גריוונע! איז עס נישט ביליג? ס'איז $106 אמעריקאנע דאללער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:Icelandair נעמט צוריק די 737 MAX
די הויפט עירליין פון Iceland האט אוועקגעגעבן אסאך אטענטשן פאר די 737 MAX דורכאויס די גאנצע צייט פון די גראונדינג און ריסערטיפיקעישן, זיי האבן א באזונדערע וועב-פעידזש וואו זיי אפדעיטן די גאנצע פראסעס א.א.וו.
יעצט האט די עירליין צוריקגעברענגט די מעקס אין דינסט, זאגנדיג אז זיי פארשטייען אויב ס'איז איינער נאכנישט באקוועם דערמיט און ערלויבן אויף דערווייל צו טוישן אדער קענסלען טיקעטס אומזינסט פאר רייזענדע געסקעדזשועלט אויף די פליגער. זיי האבן גלייכצייטיג ארויסגעלייגט אויף זייער וועבסייט לינקס צו די וועבזייטלעך פון אמעריקאנע, קאנאדישע און יוראפעאישע אוויאציע רעגולירער וואס האבן עס שוין סערטיפייד. באזונדער האבן זיי ארויסגעגעבן א ספעציעלע ווידיאו מיט א ערקלערונג אויף די טוישונגען וואס זענען געמאכט געווארן אין די סיסטעמס וועלכע מאכן עס יעצט מער פארזיכערט בעז"ה.
אייסלאנדעיר איז טאקע סטאנציאנירט אין א רעאלעטיוו קליין לענדל, אבער שטייענדיג אין א גוטע געאגראפישע פאזיציע איז זי ברייט באנוצט פאר קאנעקשנס צווישן אמעריקע און אייראפע. צ.ב. לאנדאן איז אפגערוקט פון ניו יארק מיט איבער דריי טויזנט Nautical מייל, אבער ביז צו אייסלאנדס הויפטשטאט Reykjavik איז עס אונטער 2300 געבנדיג די מעגליכקייט פאר מער סארטן און קלענערע פליגער צו פליען אריבער דעם אטלאנטיק מיט א סטאפאווער אין אייסלאנד און אזוי ארום ברענגען ביליגערע פרייזן פאר די רוטס.

מעגליך אהער ברענגען דעם דערמאנטן ווידיאו ?

יישר כח פאר די געוואלדיגע ארבעט!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

טוט זיך...? האט געשריבן:

סארי, מ'טאר עס נישט דאונלאודען.

יישר.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אוויאציע עקספערט ווייזט אן ווי די מארקעט פארשפרייט זיך צו נייע דעסטינאציעס
ביי א ווירטואלע צוזאמקום דעם מיטוואך אינערהאלב די אוויאציע אינדוסטרי האט א אנאליסט אנגעצייגט אויף איינע פון די גרויסע טוישונגען וואס זעען זיך אן אין די "באנייטע" לופט-טרעוול מארקעט.
מיר האבן שוין דערמאנט (דאכט זיך) אז אינדערצייט וואס אסאך טראדיציאנאלע וואקאציע ערטער זענען געווען פארשפארט האבן מענטשן אנגעהויבן זוכן אלטערנאטיוון, און דאס האט געברענגט א גרעסערע פארלאנג און א נייע מארקעט פאר דעסטינאציעס וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין דימענד.
די ערשיינונג האט באקומען פרישע אטענטשן ווען Matthew Findlay, א דירעקטאר ביי א אוויאציע קאנסאלטינג קאמפאני, האט עס ווידער דערמאנט ביי דעם אויבערדערמאנטן וועבינאר. Findlay זאגט אז די אלטע דעסטינאציעס ווי פלארידע און אירס גלייכן, האבן טאקע נישט פארלוירן זייער גלאנץ ביי רייזנדע, אבער אין צוגאב זענען צוגעקומען אסאך דעסטינאציעס וואס דראפען זיך ארויף אויפן וועגן צו זיין א "האט ספאט".
ספעציפיש האט ער אנגעוויזן אויף די שטאטן פון Montana און איר שכן Wyoming צו וועלכע מער טרעוועלער ציען אין די לעצטערע חדשים.
עירליינס ספענדן ריזיגע ריסורסעס צו דערגיין צו וועלכע פלעצער מענטשן זוכן אנצוקומען כדי צו וויסן וויאזוי אויסצושטעלן זייערע רוטס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פעקלעך און מענטשן אויפן וואג
פאסאדזשירן וואס זענען ארויסגעפלויגן פון די ניו זילאנדע לופט פעלדער דורכאויס דעם וואך האבן געהויבן די אויגן מיט וואונדער ווען מ'האט זיי געבעטן זיך ארויפצושטעלן אויפן scale צו טוהן דאס וואס מ'טוט אויף א סקעיל! מעסטן די וואג!
דאס איז נישט ווייל עיר ניו זילאנד זוכט צו דיסקרימינירן קעגן איבערוואגיגע, נאר די עירליין האט אדורכגעפירט אן א.ג. "Weigh week" וואו זיי וועגן אפ אלע פאסאדזשירן און carry-on פעקלעך כדי צו שטעלן א נאמבער וויפיל א "עווערעדזש" אדאלט פאסאדזשיר וועגט.
די רעגולאציע אין ניו זילאנד זאגט אז יעדע פינף יאר זאל אזא "וואג וואך" אפגעהאלטן ווערן, ווייל אלס א טייל פון די חשבונות ביים זיך הייבן און לאנדן, דארפן די פילאטן וויסן וואס די סך הכל וואג פון די גאנצע עראפלאן איז, ממילא אויב וועלן זיי האבן 200 מענטשן אויפן עראפלאן וועלן זיי וויסן צו נעמען די עווערעדזש וואג, טיימס 200. און היות אז עסן סטיילס און אפעטיט קען זיך טוישן מיט די יארן פירט מען יעדע 5 יאר אדורך אזא קאמפיין און דאס איז די אנגענומענע ציפער ביז די נעקסטע קאמפיין.
עס איז נישט פארלאנגט פון יעדן פאסאדזשיר זיך צוצושטעלן, אויב איז איינער אומבאקוועם (אדער די סקעיל איז פשוט צו קליין פאר זיין סייז), קען מען אפזאגן.
איין רעפארטער וואס איז פערצופאל געפארן אויף א ניו זילאנד פלייט האט באריכטעט ווי זי איז אליינס געווען א טייל פון די אומגעווענליכע פראצעדור, און ווי זי זאגט האט זיך איר וואג ניטאמאל אויפגעשריבן אויף קיין שום פלאץ, און די איינגעשטעלטע האבן איר ניטאמאל געקענט זאגן די רעזולטאטן, נאר די נאמבער איז דירעקט אריין אין א דאטאבעיס כדי צו היטן אויף פריוואטקייט.
פאר די לעצטע פאר יאר איז די אנגענומענע וואג געווען אביסל מער ווי 188 פונט (85.4 קג), דאס מיינט אז ווען איך פלי דארפן א היפשע פאר דארע פאסאדזשירן זיך געפונען אויף דעם פלייט עס צו באלאנסירן צום עוורעדזש...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

שווארצע און פרויען פילאטן קאנטרעווערסיע ביי יונייטעד עירליין
א קאנטרעווערסיע האט זיך געשאפן ווען יונייטעד עירליינס האט געמאלדן אז זיי ציהלן אריינצוטרעינען ביז אין יאר 2030 אזויפיל ווי 5,000 נייע פילאטן. אבער דאס מאכט נישט אן קיין קאנטרעווערסיע, די פאנטשליין איז אז זיי ציהלן אז 50 פראצענט פון די נייע סטודענטן\פילאטן זאל באשטיין פון פרויען און people of color.
פארשטייט זיך אז די לינקע זייט פון אמעריקע האט עס זייער ווארעם אויפגענומען, און ס'איז טאקע זייער שיין פון יונייטעד'ס זייט צו געבן א שטיקל שטופ פאר געמיינדעס און שיכטן וואס פילן זיך צווייט-קלאסיג. אבער קריטיקירער זענען גלייך אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז יונייטעד טוט פארציכטן אויף זיכערהייט דורכן שטעלן א ציהל וואס איז באזירט אויף אידעלאגיע און נישט אויף פילאט קוואליפיקאציעס.
די קאמפאני און אויך דרויסענדיגע ליבעראלע שטיצער האבן מסביר געווען אז יונייטעד וועט זיכער ווייטער שטיין זיכער צו מאכן אלע פילאטן באקומען די זעלבע הויכע סטאנדארט פון טרענירונג, און ווערן געטעסט אויף די זעלבע לעוועל פון פונקטליכקייט און skill ווי ביז היינט. זיי זוכן אבער צו פארגרעסערן די פראצענט פון מינאריטעטן וואס באקומען ארבעט ביי זיי.
היינט צוטאגס מאכן פרויען פילאטן אויס 7 פראצענט ביי יונייטעד און נאך 13 פראצענט באשטייען פון טונקל הויטיגע. אלוועלטליך פארנעמען פרויען 5 פראצענט פון פילאט זיצן, דאס מיינט אז יונייטעד איז שוין יעצט העכער ווי די עווערעדזש.
די קריטיקירער זאגן נאך אלס אז ס'איז אומדערהערט און ריזיקאליש אז אן עירליין זאל פאר סיי וועלכע בעפארצוגן איין קאנדידאט ענדערש ווי דעם אנדערן, אויסער אויב דער אנדערער איז זיכערער, בעסער געלערנט אדער ווייזט שטערקערע פליען סקילס.
די קאמפאני CEO האט רעאגירט צו דעם שטורעם זאגנדיג "די נעגאטיווע רעאקציע וואס אונזער מעלדונג האט געברענגט טוט נאר שטערקער אויפווייזן ווי וויכטיג עס איז צו מאכן אזעלכע טוישונגען"
וואס האלט איר?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

דזשעט בלו איז וועלקאם אין לאנדאן!
די אמעריקאנע עירליין דזשעט בלו וועלכע שטעלט דערווייל צו נאר דאמעסטיק טריפס, גרייט זיך אויף לענגערע רייזעס אריבער דעם אטלאנטיק, און האט נעכטן ארלעדיגט נאך א סטעפ וואס זיי האבן געדארפט אדורכגיין אויפן וועג.

שוין עטליכע חדשים וואס דזשעט בלו זאגט אז זיי פלאנען צו פארברייטערן זייערע סערוויסעס אויך קיין לאנדאן. צו נעמען אזא שריט איז א ריזיגע פראסעס און נעמט אריין אסאך פראצעדורן פונעם טעכנישן, לעגאלן און פינאנציעלן שטאנדפונקט.
נעכטן האט די ענגלישע אוויאציע אגענטור (CAA) באשטעטיגט דזשעט בלו צו אפערירן פון\צו זייער טעריטאריע, דערמאנענדיג אז די עירליין זוכט ספעציפיש צו פליען אריין און ארויס פון לאנדאן. סיי די עירליין און סיי די CAA האבן נישט דערמאנט וועלכע פון די לאנדאנע עירפארטס זיי וועלן סערווירן. צו וועלן זיי אויסקלויבן די פארנומענע און טייערערע Heathrow אדער ענדערש גיין פאר די קלענערע לויזערע Gatwick אדער Stansted.
אלנפאלס וועלן די פלייטס ארויספארן פון ניו יארק און פון באסטאן.

א באזונדערע קרישקעלע מאכט דעם באשטעטיגונג אייגנארטיג, ווייל דאס איז די ערשטע מאל וואס די UK געט אזא באשטיגונג פאר אן עירליין אויף איר אייגענעם האנט זינט זיי האבן זיך אפגעטיילט פון די EU. אנדערש ווי ביז היינט ווען אלע אפראוועלס זענען געווען לויט די EU רעגולאציעס און מיט זייערע פארלאנגען, טוט עס יעצט ענגלאנד לויט זייער געשמאק און אייגענע וועג.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

קערפער געפונען ביים landing gear נאך זיבן שעה'יגע רייזע
א שרעקעדיגע - אבער נעבעך נישט גאר זעלטענע - אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען א טויטע קערפער איז געפונען געווארן אין די landing gear פון א פליגער וואס איז געפלויגן פון ניגעריע קיין האלאנד.
מענטשן וואס זוכן צו אנטלויפן פון זייער לאנד און זוכן אזיל-שוץ אין א צווייטע פלאץ, פרובירן פון מאל צו מאל זיך מיטצוכאפן אויף די רעדער פון די עראפלאן וואס לייגט זיך צאם דורכאויס די פלייט און אריינגעצויגן אין א פארמאכטע פלאץ אינעם בויך פונעם פליגער. די פלאץ איז גראדע גענוג גרויס פאר א מענטש דארט צו זיין באקוועמערהייט, אבער רוב שטארבן דארט פון קעלט-ביסן רח"ל.
אין אונזער פאל איז עס געווען א מאן וואס האט ווארשיינליך פרובירט זיך ארויסצוזעהן פון ניגעריע מיט א קריעטיוו היטש, און ס'איז אים טאקע געלונגען זיך ארויסצוזעהן פון דארט, אבער צו אנגעקומען א לעבעדיגער האט ער נישט באוויזן.
אין דעם פאל איז דער מאן געפלויגן פאר נאנט צו זיבן שעה, ווען רוב פון די צייט קרוזד די עראפלאן ביי א הייעך פון 37,000 פיס! די טעמפוראטור ביי אזעלכע הויכן זענען ארום 70 אונטער זערא!
ס'זענען יא דא פעלער וואו א stowaway איז אנגעקומען מיט סוקסעס, און פארשידענע פאקטארן קענען שפילן א ראלע דא, מיר וועלן נאך איין טאג צוריק קומען צו דעם אין די ידיעות אשכול אי"ה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

יאפאנעזע פילאט ליידט פון סטראוק אינמיטן פליען
א פליגער פון די יאפאנעזע All Nippon Airways האט געמוזט מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג אין רוסלאנד ווען איינע פון די פילאטן האט גענומען ווייזן סטראוק צייכענעס.
די עראפלאן איז נעכטן מאנטאג געפלויגן העכער רוסלאנד אויפן וועג פון פאריז קיין טאקיא ווען די קא-פילאט האט דערקלערט אן עמערדזשענסי ווייל ס'איז פלוצלינג אנגעפלן אויפן פילאט א שוואכקייט און קאפ ווייטאג מיט נאך סיפטאמען.
די פליגער האט זיך שארף פארקירעוועט צום נענטסטן מעגליכן לאנדונגס ארט אין א רוסישן עירפארט אין Novosibirsk (פרעג מיך נישט וואו דאס איז) וואו די פילאט איז אפגעפירט געווארן אין א לאקאלן שפיטאל.

די רוט וויאזוי די פליגער איז געפלויגן, מערקטס דעם פלוצלינגדיגע שארפן דריי אויף אראפ.
NH216.JPG
NH216.JPG (53.38 KiB) געזען 1165 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

נייע אמעריקאנע עירליין וועט האבן ווייניג קאמפעטישן
מיר האבן שוין באריכטעט איבער די נייע אמעריקאנע עירליין וואס איז ערווארטעט אנצוהייבן סערוויסעס אין די זומער חדשים הבעל"ט. די קאמפאני הויפט-עקזעקיוטיוו זאגט יעצט אז 80 פראצענט פון זייערע רוטס זענען אזעלכע וואס האבן נישט קיין אנדערע נאן-סטאפ פלייטס דארט!
די קאמפאני בויעט אויף א מאדעל פון גיין דייקא צו מארקעטס וואס האבן נישט קיין קאמפאטישן אבער האבן יא א מילדע פארלאנג, אדער קענען האבן א פארלאנג איינמאל מ'שטעלט איין דארט דירעקטע פלייטס.

עקספערטן געבן שטארקע שאנסן פאר Breeze Airways צו זיין סוקסעספול, נעמענדיג אין באטראכט זיין ביזנעס מאדעל, עקזעקיוטיווס און ריסורסעס.
די קאמפאני האט דערווייל נאכנישט ארויסגעגעבן וואס זייערע רוטס וועלן זיין, אבער זיי זאגן אז זיי וועלן עס ארויסשטעלן בקרוב.

דערווייל איז די המיועד-להיות-עירליין פארנומען מיטן טעסטן די פליגער וואס זיי האבן, זיכער צו מאכן אז ס'פליהט סעיף און לויט די פארשריפטן.
די עירליין האט שוין באשטעלט 60 A220ס פון עירבאס, און דערווייל דינגען זיי אנדערע פליגער פון ליעסינג קאמפאניס מיט וועלכע זיי וועלן אנהייבן די ביזנעס ביז זייערע אייגענע פליגער ווערן דעליווערד.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:[b]דאס מיינט אז ווען איך פלי דארפן א היפשע פאר דארע פאסאדזשירן זיך געפונען אויף דעם פלייט עס צו באלאנסירן צום עוורעדזש...

מיט די אינפארמאציע בינעך שוין א טריט נענטער צו כאפן ווער איז דער טאטאלאנטפולער אינגעמאן אונטער דעם ניק Ivelt Cockpit...

נו גילוי...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח קאקפיט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

א נייע מעשה האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:[b]דאס מיינט אז ווען איך פלי דארפן א היפשע פאר דארע פאסאדזשירן זיך געפונען אויף דעם פלייט עס צו באלאנסירן צום עוורעדזש...

מיט די אינפארמאציע בינעך שוין א טריט נענטער צו כאפן ווער איז דער טאטאלאנטפולער אינגעמאן אונטער דעם ניק Ivelt Cockpit...

נו גילוי...

און אנטשולדיגט פארן זיך דערמאנען א מינוט שפעט...

א הערצליכן דאנק פאר דיינע אינטעסאנטע באריכטן און רעפארטאדש, איך גלייך זייער דיין שרייבן-סטייל, תוכן'דיג, קורץ און שארף, פול מיט הומאר. איך בין מיך מחי'.

קיעפ אן.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אפגעשטופטע דעליווערי דאטומס פאר אמעריקען-באואינג פליגער
אמעריקען עירליינס איז זיך דורכגעקומען מיט באואינג אפצושטופן דאס דעליווערן פון 37 פליגערס צו שפעטערע דאטומס.

די רעדע איז פון 19 דרימליינערס און 18 MAX פליגער וואס זענען דעליווערד געווען געסקעדזשועלט דעליווערד צו ווערן דורכאויס די 21' און 22' למספרם, און אנשטאט וועלן זיי יעצט ווערן פון 23' און ווייטער. די עירליין שטופט אפ די ארדערס צוליב שווערע פארלוסטן געליטן אינעם ערשטן קווארטל פון 2021 וואס ברענגט זיי שוועריגקייטן אויסצוצאלן די ארדערס מאמענטאל.

אמעריקען עירליינס האט געליטן 1.3 ביליאן דאללער שאדנס אין די ערשטע דריי מאנאטן פון יארע איין און צוואנציג. אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אויך געהאט היפש פאזיטיווע נייעס ווען זיי האבן אפגעצאלט נאנט צו דריי ביליאן דאללער אין חובות געשאפן אין די לעצטע יאר.
מיטן אפשטופן די דעליוועריס האבן זיי אויך ערהאלטן איבער 200 מיליאן אין ריפאנדס באואינג, פאר פעימענטס וואס זיי האבן שוין געמאכט אויפן חשבון פון די דעליוועריס. (איך ווייס נישט וויאזוי ס'ארבעט די פעימענט סיסטעם ביי די סארט פליגערס. איך באשטעל נאר 747ס און A380ס...)

די עירליין - פרובירנדיג אביסל צו פארוואסערן די נייעס - זאגט אז פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט איז זיי מעגליך געווען צו גיין ווייטער מיט די ארדערס, אבער די פארלאנג פאר די פליגערס איז נאכנישט דא יעצט און זיי ווילן עס האבן ווען די פארלאנג שטייגט באמת.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

נאך אן איזראעלישע עירליין וועט אויפהערן פליען אום שבת קודש
די איזאעלישע עירליין Israir וועט אפשטעלן אלע פלי רייזעס - סיי דאמעסטיק און סיי ארויס פון לאנד - אום שבת קודש.
די מעלדונג פון די עירליין קומט נאך וואס נייע הענט האבן איבערגענומען דעם קאמפאני פיר חדשים צוריק און איינגעשטעלט דעם טויש (איך ווייס נישט אויב זיי זענען רעליגיעז).

טראץ וואס 10 פראצענט פון אלע פלייטס פון די עירליין איז אום שבת, זאגט איינע פון די צוויי בעלי בתים - רמי לוי - פאר די דארטיגע "הארץ" נייעס קוואל, אז די טויש קען מעגליך גאר העלפן די קאמפאני פינאנציעל. ער ווייזט אן אז 95 פראצענט ביזנעסער אין מדינת ישראל זענען סייווי געשלאסן אום שבת, רעדוצירנדיג די פארלאנג פאר ביזנעס טריפס. אויך וועט זיין א נייע קליענטעל פאר די וואכנטעג פון אידן וואס האלטן זיך אפ פון רייזן מיט מחללי שבתות רח"ל, און וואלטן אנשטאט געפלויגן מיט אל-על.

נאך א אינטערעסאנטע ביזנעס-פאקט ווייזט ער אן, אז געשעפטן אין מדנ"י וואס זענען אפן אום שבת האבן סטאטיסטיקווייז א נידריגערע עוורעדזש ווי לאנג ארבעטער האלטן זיך דארט, און דאס איז ווייל זיי האבן א קלענערע אויסוואל וועם צו hire'ן, ווייל זיי קענען נישט אויפנעמען קיין שומרי שבת. דאס אליין אז מ'דארף נישט רעקרוטירן כסדר נייע מענטשן, שפארט אסאך געלט פאר א ביזנעס, ערשטנס דארף מען א קלענערע רעקרוטירונג סטעף, אויך מאכן נייערע ארבעטער א שוואכערע דזשאב, און צום לעצט דארף מען אפט אפפערן signing באונוסעס פאר יעדע פרישע קאנטראקט.

מיט דעם בלייבט "ארקיע" די איינציגסטע עירליין וואס וועט האבן דאמעסטיק פלייטס אין מדנ"י אום שבת קודש ר"ל. אינטערנאציאנאלע פלייטס וועלן ווייטער געפירט ווערן אריין און ארויס פון לאנד, דורך נישט-איזראעלישע קאמפאניס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:נאך אן איזראעלישע עירליין וועט אויפהערן פליען אום שבת קודש
די איזאעלישע עירליין Israir וועט אפשטעלן אלע פלי רייזעס - סיי דאמעסטיק און סיי ארויס פון לאנד - אום שבת קודש.

יום בשורה הוא לנו. יתגדל ויתקדש שמיה רבא.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”