נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מארטש 16, 2021 5:36 pm

יישר כח Ivelt Cockpit.

וואו אזוי קען א לעזי פוינטער אריין שיינען אויבן ביי די פיילעט?
לעצט פאראכטן דורך צוקער וואסער אום מיטוואך מארטש 17, 2021 9:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מארטש 16, 2021 5:53 pm

קאטאר לייגט די IATA טרעוול פאס אויף טרייעל
קאטאר עירליינס איז די ערשטע עירליין זיך צו באנוצן מיט די געזונט-פאספארט צו געבן א גרינע ליכט פאר "סעיף" פאסאדזשירן ארומצורייזן אן קיין צוימונגען.
פאריגן דאנערשטאג האט די עירליין אנגעהויבן קאמפיינען ביי רייזנדע אויף די רוט צווישן Doha די הויפשטאט פון קאטאר און אינסטאנבול די הויפטשטאט פון טערקיי, צו נוצן די IATA פאס פאר זייער טרעוול. די איינע רוט איז אויף טרייעל, און אויב ס'גייט אדורך וועלן זיי עס פארברייטערן פאר די באנוצ פון אלע רוטס פון די עירליין.
אין די עלעקטראנישע טרעוועל עפפ קען מען טרעפן אלע קאוויד רעגולאציעס פון לענדער ארום די וועלט, טרעפן טעסטינג און וואקסינאציע צענטערן אין די שטעט וואס מ'פארט, און בעיקר באקומען א א.ג. "פאספארט" מיט וואס מ'קען רייזן אן קיין שטער אויב קומט מען נאך אלע פאדערונגען.
נאך עירליינס פלאנען צו לייגן די סיסטעם אויף טרייעל אין די קומענדיגע טעג און וואכן, אריינגערעכנט סינגאפור, עיר סערביע, עיר ניו זילאנד און נאך.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מארטש 16, 2021 6:34 pm

א פאסאדזשיר אויף א אלאסקא פלייט ווערט אנגעקלאגט פאר ווילדע אויפפירונג
ווידער א געשיכטע מיט א מאסק-קאנפליקט. דאסמאל איז עס א 24 יעריגער מאן אויף א אלאסקא עירליינס פלייט וואס האט אפגעזאגט די פלייט אטענדענטס פארלאנג אנצוטוהן א מאסק פרובירנדיג צו [מאכן] שלאפן. ווען די אטענדענט האט אים פרובירט צו ערוועקן מיטן אנרירן אויפן אקסל, האט ער איר ווילד אטאקירט אפאר מאל און זיך ווייטער אויפגעפירט זייער פארשעמנד און נידריג.
די פלייט האט געלאנדעט אין דענווער, קאלאראדא, וואו ער איז ארעסטירט געווארן, די עף בי איי האט געפארשט דעם אינצידענט און אריינגעברענגט קלאגעס אין געריכט. אונטער פעדעראלע רעגולאציעס קען מען באשטראפט ווערן מיט ביז 20 יאר אין טורמע און ביז 20,000 דאללער קנס, פאר assault קעגן א פלייט crew מעמבער. דאס איז אויסער הארבערע שטראפן צוגעלייגט לעצטנס פאר פארלעצונגען פון די מאסק רעגולאציעס.
אין יאנואר איז די FAA אוטאריזירט געווארן מיט מער מאכט פון די פעדעראלע רעגירונג ארויפצולייגן שטראפן אויף ווילדע פאסאדזשירן, סיי צוליב די פארמערטע אנגעשטרענגטקייטן צוליב קאוויד רולס, און אויך צוליב פאליטישע שטרייטן וואס האבן אויסגעבראכן אויף עראפלאנען ארום די פרעזידענט וואלן.
די FAA אינפארסירט עס שטרענגט און טיילט גרויסע שטראפן פאר פארלעצער, אפטמאל אריינברענגענדיג די עף בי איי און אנדערע הויך-ראנגיגע דזשאסטיס דעפארטמענט אפטיילונגען ארויסצוהעלפן מיט קלאגעס און שטראפן.
אין דעם פאל, פארציילט די FBI אגענט אין די אנקלאגע, אז די פילאטן זענען בו בזמן פארנומען געווען מיט א מעכאנישע פראבלעם וואס זיי האבן געהאט ביים לאנדן, און די סיטואציע מיט דעם צעיושעטן פאסאדזשיר האט עס נאך שווערער געמאכט. אויך דערציילט ער אז דער פארשוין האט מודה געווען אז ער האט איינגעזאפט אפאר פארציעס פון ביר און אנדערע אלקאהאלישע געטראנקען פאר די פלייט, אויך האט ער איינגענומען פעין-קיללער טאבלעטן אין יענע צייט.
דער באשולדיגטער זאגט אז ער געדענקט נישט אז ער זאל האבן געטוהן די אלע זאכן.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מארטש 16, 2021 6:38 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח Ivelt Cockpit.

וואו אזוי קען א לעזי פינטער אריין שיינען אויבן ביי די פיילעט?

א גוטע קשיא, איך ווייס נישט.
איך גלייב אז ווען די pitch איז nose down איז גרינגער. אבער איך ווייס נישט.
איך וועל פרעגן איינעם, אויב ווייסט ער וועל איך צוריק קומען מיט א ענטפער.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Iphone » דינסטאג מארטש 16, 2021 7:51 pm

זייער אינטערסאנט

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:33 am

לעצטע A380 צו ווערן פאבריצירט איז יעצט אויפן וועג צו ווי עס גייט ווערן געפעינט און דערנאך דעליווערט צום קאסטומער,
https://www.flightradar24.com/AIB01SH/271b79f5

חנני' בן.......

יתגדל.....

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך מארטש 17, 2021 11:08 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:לעצטע A380 צו ווערן פאבריצירט איז יעצט אויפן וועג צו ווי עס גייט ווערן געפעינט און דערנאך דעליווערט צום קאסטומער,
https://www.flightradar24.com/AIB01SH/271b79f5

חנני' בן.......

יתגדל.....

האט יעצט אנגעהויבן די decsent, איבער 3 טויזנט טרעקן עס לייוו אויף FlightRadar24

ס'זעהט אויס ווי נאכן זיך הייבן האט ארומגעסירקלט אביסל נידריגער נעבן די פראדוקשן פלענט, מסתם פאר עפעס א פייערונג. (קוק אין בילד)
A380.JPG
A380.JPG (57.49 KiB) געזעהן 1024 מאל
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך מארטש 17, 2021 5:59 pm

עירליין סטאקס הייבן זיך
סטאקס פון לופט-ליניעס האבן געזעהן גרינע שאטנס מאנטאג און דינסטאג אין א פאזיטיווע רעאקציע צו די פארמערטע צאל טרעוולערס. צום ביישפיל, אמעריקען עירליינס האט זיך נעכטן געשלאסן מיט דריי פראצענט העכער ווי פרייטאג און יונייטעד איז געשטיגן מיט איבער 6 פראצענט.
זונטאג ווי פרייטאג האט די TSA פראצעסירט איבער 1.3 מיליאן טריפס ארויס פון אמעריקאנע לופט פעלדער, עקסטער טוען עירליינס באריכטן פאזיטיווע ציפערן פון רעזערוועישנס וואס מענטשן מאכן פאר לופט-רייזעס.
ספעציעל האט יונייטעד פאזיטיווע זאכן צו דערציילן איבער אירע פארברייטערטע זוממער דעסטינאציעס וואס זענען שטארק אויפגעכאפט געווארן (שפעטער נאך א נייעס איבער יונייטעד).
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך מארטש 17, 2021 6:29 pm

עראפלאן קראך אין פלארידע לאזט איבער דריי טויטע רח"ל
איך באריכט געווענליך נישט קיין נייעס פון קלענערע פריוואטע פליגערס (General Aviation), נאר פון עירליינס וכדו', אבער ליידער איז אידישע נשמה פארלוירן געווארן אין א פליגער קראך, דערמאן איך עס.
מאנטאג האט א שוידערליכע עקסידענט פאסירט אין פלארידע, וואו א פריוואטע קליינע פליגער מיט צוויי מענטשן דערינען האט אראפגעקראכט, אומברענגענדיג זיי ביידע אינאיינעם מיט א 4 יעריג קינד אויף דער ערד לא עלינו.
די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ארום 3 אזייגער נאכמיטאג אויף די גאס הינטער די קליינע North Perry עירפארט אין Broward קאונטי, פלארידע.
די פליגער איז געקומען צו פליען צום ראנוועי, אבער אראפגעקראכט אין א ציוויליע גאס ממש עטליכע פיס אפגערוקט פון די צוים ארום די עירפארט. די פליגער האט דירעקט אריינגעקראכט אין א פארבייפארנדע SUV אומברעגנדיג רח"ל א פיר יעריג קינד און געלאזט זיין מאמע - די דרייווער - פארוואונדעט.
אינעם עראפלאן זענען געזעצן יעקב נחום ע"ה, א 63 יעריגע איד פון די מיאמי געגנט, אינאיינעם מיט א צווייטע נישט-אידישע 71 יעריגער מאן. ר' יעקב איז ארגינעל פון ירושלים אבער וואוינט שוין פאר איבער 30 יאר אין פלארידע וואו ער האט געפירט א ביזנעס פון קאר טרעדינג, אין די לעצטע פאר יאר האט ער זיך אריינגעלייגט אויך אין עראפלאן סערוויסעס און זיך געמאכט א פילאט לייסענס (די FAA רעקארדס ווייזן אז ער האט באקומען זיין לייסענס אין 2017).
די אורזאך פון די פאטאלע קראך איז נישט קלאר, באקאנטע זאגן אז סיי נחום און סיי די צווייטער אינעם פליגער - Grant Hustad - זענען עקספעריענסד געלונגענע פילאטן. איינוואוינער אין די געגענט זענען ארויסגעקומען פראעסטירן קעגן די עירפארט פירערשאפט, זאגנדיג אז די עירפארט שטעלט די געגנט אין געפאר, ווייל עטליכע קראכן זענען שוין רעקאדירט געווארן אין די לעצטערע חדשים אריינגערעכנט איין פאטאלע.
יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך מארטש 17, 2021 6:43 pm

ענטוזיאזם ווען יונייטעד קערט זיך צוריק קיין ניו יארק
JFK עירפארט האט אויפגענומען מיט פרייד אן אלט-פארלוירענעם פריינט פון איבער 5 יאר צוריק. יונייטעד עירליינס וועלכע האט שוין זינט ענדע אקטאובער אין 2015 נישט אפערירט קיין איין פלייט אריין און ארויס פון JFK עירפארט, האט נעכטן דינסטאג געמאכט א טעסט פלייט אריין קיין ניו יארק גרייטנדיג זיך צוריק אנצוהייבן סערווירן דעם עירפארט אין א וואך ארום.
די עירליין האט א גרויסע מולטי-ביליאן דאללערדיגע hub אין ניוארק, און האט אין 2015 באשלאסן אז ס'לוינט איר ענדערש צו האבן פלייטס נאר פון דארט, איידער ווי צו אפפערן פון JFK אויך. שפעטער אין די פארלאנג פאר רייזעס דירעקט ארויס פון ניו יארק יא געשטיגן און די עירליין האט אין נאוועמבער אויסגערופן אז זיי וועלן זיין צוריק אנהייב פעברואר.
ווי די מנהג אין די תקופה איז, האבן זיך זאכן אפגעשטופט פון אנהויב פעב. צו ענדע פעב., און פון דארט צו ענדע מארטש. די נעכטיגע פלייט וואס איז געקומען צו פליען פון טעקסאס איז נאר געווען א הכנה און פראבע פאר די פולע סערוויס וואס וועט זיך אנהייבן מארטש 26, יונייטעד זאגט אז זיי ארבעטן דערווייל באקאנט צו מאכן זייערע פלייט אטענדענטס און עירפארט ארבעטער מיט די נייע קוואטיר.
די עירליין וועט אנהייבן מיט צוויי טעגליכע רוטס ארויס פון JFK, איינס קיין לאס אנדזשעלעס (LAX) און איינס קיין סאן פראנציסקא (SFO), און פון די זעלבע דעסטינאציעס אויך צוויי פלייטס אריין.
יהא בואכם לברכה!
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 11:51 am

עירליין ביזנעס-ריז רעאגירט קאלט אויף טרעוול אויפשטייג
אין א אינטערוויו מיט Yahoo Finance האט די COE פון Airlines for America געגאסן קאלט וואסער אויף די ווידערבליה פון די מארקעט.
Airlines for America איז א אסאוסיעשן פון אמעריקאנע עירליינס, צווישן די מעמבערס ציילן זיך דעלטא, יונייטעד, אמעריקען, דזשעט בלו, אלאסקע און נאך.
Nicholas Calio זאגט אז ער מאכט נישט אוועק די אויפשטייג וואס איז א גוטע זאך, און ער איז נישט פעסימיסטיש וועגן די שנעלע רעקאווערי, אבער "איין זאך וואס די ווירוס האט אונז געלערנט איז, אז מ'קען פלאנען, אבער נישט פארזאגן" וועגן דעם קען מען נישט זאגן אויף זיכער אז לופט-טרעוול וועט פארזעצן זיך צו רוקן אין גוטן ריכטונג.
ער טענה'ט אז א רייע מיט פאקטארן - א שטייגער ווי וואקסינאציעס, אינפעקציע ראטעס און נאך - דארפן נאך אריינשפילן פאזיטיוו כדי די אינדוסטרי זאל צוריק קומען צו שטאפלען ווי פאר די עפידעמיע.
ענדליך זעהט ער איין אז רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 12:10 pm

א קליפ פון די נעכטיגע פאטאלע קראך אין פלארידע
https://drive.google.com/file/d/1T9VH_7 ... sp=sharing
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 2:23 pm

Iphone האט געשריבן:זייער אינטערסאנט

אמת?
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 2:31 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:זייער אינטערסאנט

אמת?

הונדערט פראצענט
פרעגלט’ס א מצה מאכטס געלט, ס’קומט א חתונה אויף דער וועלט

#קרעדיט@כאנישפאראשעקאאל
אונטער 40 וועט נישט פארשטיין

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 2:34 pm

יא יא, איי העוו נאו איידיע ווער דער פילאט דא איז, אבער ער איז פיינע נייעס
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מארטש 23, 2021 5:17 pm

פראנטיער עירליינס וויל גיין פאבליק פאר $19-21 פער שעיר
ס'איז ערווארטעט פאר א פרישע טיקקער סימבאל פון אן עירליין זיך צו באווייזן אויף די וואל-סטריט סקרינס בקרוב. פראנטיער האט שוין עטליכע וואכן צוריק געפיילט פאפירן מיט די SEC צו ווערן געטרעידט אויף די סטאק מארקעט. איך פארשטיי נישט צו סטאקס און טרעידינג, ממילא פארשטיי איך נישט די טערמינען וואס ווערן באריכטעט מיינען, אבער ס'זעהט אויס ווי זיי זענען אפראווד צו גיין פאבליק אבער דערווייל קען מען עס נאכנישט שעירן (איינער קען אריינקומען אויסקלארן?).
אלנפאלס זאגט די קאמפאני אז 30 מיליאן שעירס וועלן זיין אויף די מארקעט, האלב דערפון זענען וואס די קאמפאני זעלבסט שטעלט ארויס, און דאס וועט זיי ברענגען קאפיטאל צווישן 285 און 315 מיליאן, די אנדערע חלק וועט ארויסגעשטעלט ווערן צום פארקויפן דורך פריוואטע מענטשן וואס האבן שוין א חלק אין די קאמפאניס נכסים, פראנטיער וועט נישט מאכן קיין געלט פון דעם.
פראנטיער וועט זיך באווייזן אלס "ULCC" אויף די נעסדעק.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 14, 2021 3:38 pm

א וואלקאנישע אויפרייס אינערהאלב די קאריביענס מאכט שווער פאר עראפלאן רייזעס אין די געגנט
א אלטע וואלקענאו בארג וועלכער זיצט שוין שטיל פאר פערציג יאר האט זיך נארוואס ווידער געלאזט הערן גיסנדיג פעך און שוועבל אויף אלעס ארום. די רעדע דא איז איבער די La Soufrière וואלקענאו וועלכער שטייט אויף די Saint Vincent אינזל פון די קאריביענס. פאריגע וואך האט די בארג אויפגעריסן און שיסט ארויס אש און פארעך ביז אזוי הויעך ווי 35 טויזנט פיס מאכנדיג אוממעגליך פאר פליגערס צו פארן אינעם גאנצן געגנט.
די איינציגסטע עירפארט וואס געפינט זיך אויף דעם ספעציפישן אינזל האט שוין נישט געזעהן קיין פליגער זיך הייבן אדער לאנדן זינט דעם פארגאנגענעם פרייטאג. די בילד אונטן ווייזט ווי לופט-טראפיק אינעם גאנצן ארום איז גענצליך טויט, לינקס איז די געווענליכע לופט-טראפיק ארום סט. ווינסענט.
VOLCANO.png
VOLCANO.png (508.42 KiB) געזעהן 512 מאל
קרעדיט: Spire aviation

פליגערס פון אייראפע קיין סאוט אמעריקע און צוריק זענען אויך געצווינגען יעצט צו אפנויגן אביסל זייער געווענליכע רוט, ווייל די קאריביען אינזלען שטייען פונקט אין צענטער פון וועג אויף אזעלכע רוטס.
אסאך געדענקן נאך גוט די אייסלאנד וואלקעינאו פון העכער צען יאר צוריק וועלכע האט געהאט א וואכן-לאנגע עפעקט אויף אלע פלי רייזעס איבער די וועלט. די יעצטיגע אויפרייס וועט זיכער נישט האבן קיין אפפעקט אפילו נאנט צו דעם אבער ס'שאפט קאשמארישע זכרונות פאר די גאנצע אינדוסטרי און אוויאציע ליבהאבער.

די לאקאציע פון די אויפרייס אויף גוגל מאפעס מיט א ווארענונג פון א אנגייענדע אויפרייס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:20 pm

און וויאזוי האט זיך אונזער מעקס'עלע אויפגעפירט אינדערצייט וואס מיר זענען אפוועזנד געווען?
אסאך נייעס איז פארגעקומען מיט דעם בעל תשובה דער 737 מעקס, אין די צייט וואס מיר האבן גענומען א Spring break. לאמיר באטראכטן אפאר קרישקעלעך.

אינעם ערשטן קווארטל פון יאר 2021 האט באואינג דעליווערד בסך הכל פאר קאסטומערס 77 דזשעטס. 63 פון דעם זענען געווען 737 מעקס'! דאס איז אכציג פראצענט פון אלע זייערע דעליוועריס פארן ערשטן קווארטל! דאס קומט טראץ א פראבלעם זיך געשאפן מיט די עלעקטריק סיסטעם ביי טייל פון די מאדעל פליגער וואס האט געברענגט אז באטראפענע עירליינס זאלן דארפן גראונדען א טייל פון זייער MAX פלאטע פאר מעינטענעס. אין די זעלבע צייט דעליווערד באואינג ווייטער פליגערס פון די סארט פאר קאסטומערס, וואס דאס געט פאר אינדוסטרי אנאליזירער די קאנפידענס אז ס'איז א אישו פאר בלויז א טייל פליגער.
*
אריינגערעכנט צווישן די 16 לופטליניעס וואס דארפן האלטן אויף די ערד די מאדעל איז Southwest. די קאמפאני דארף זיך איצט באגיין מיט א שמעלערע צוגאנג, ווייל 30 פון זייערע 58 B73Mס, רוען אויף די ערד.
סאוטוועסט איז די גרעסטע קאסטומער פון די type.
*
איינע פון די ענטוזיאסטישע קאסטומערס וואס ערווארטן צו באקומען זייער ערשטע מעקס דעליווערד אין די קומענדיגע טעג, איז Ryanair. אויב זענט איר א יוראפ'עער אדער א הייסע "מקומות" מענטש, זענט איר שוין זיכער געפלויגן מיט די אייריש-באזירטע לאו-קאסט עירליין כאטש איין מאל.
Ryanair וועלכע האט יעצט א פלאטע פון איבער 430 פון א צווייטע וועריענט פון די 737 (אינאיינעם מיט ווייניגער ווי 30 A320ס), רעדט שוין לאנג פון אריינברענגען די מעקס אין דינסט, ווי מיר האבן שוין אמאל ערקלערט האלטן זיך לאו-קאסט קעריערס אממערסטנס צו איין מאדעל כדי צו שפארן קאסטן. די עירליין האט געוואלט מאדיפיצירן אביסל די אויסלייגן פון די MAX צו קענען אריינשטעלן 200 פאסאדזשירן, און זיי האבן געווארט אויף א באשטעטיגונג פון די FAA אויף די נייע בלו-פרינטס. ענדליך האט רעגולירער באשטעטיגט די געטוישטע אויסלייג, גערופן די 737 MAX 8200, פראדוקציע האט זיך אנגעהויבן, און די ערשטע דעליווערי איז ערווארטעט אין די קומענדיגע פאר טעג! הכונו והזמינו!
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:37 pm

יישר כח מר. פיילאט פאר די באריכטן גלייך פונעם קאקפיט.

א געשמאק דיר צו זעהן דא צוריק מיט דיינע אינהאלטסרייכע ווארע.
---

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:41 pm

שכח מר Ivelt Cockpit פאר דיינע געשמאקע באריכטן.

זענען אלע 737 פליגער MAX ?
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:42 pm

נישטאמת האט געשריבן:
זענען אלע 737 פליגער MAX ?

נע, סיז א גאנצע משפחה, איינער פון די קינדער הייסט מעקס,

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:05 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כח מר. פיילאט פאר די באריכטן גלייך פונעם קאקפיט.

א געשמאק דיר צו זעהן דא צוריק מיט דיינע אינהאלטסרייכע ווארע.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:01 pm

קאוויד אפדעיט און פארשאצונגען
און וואס טוט זיך מיט ווירוס פון יארע 19'? דרייט ער זיך נאך ארום פליגערס? אפעקטירט עס נאך די מארקעט? וואס ערווארט מען אין די קומענדיגע חדשים? אט האט איר אן אפדעיט!

אינדערצייט וואס קאוויד איז נאך around (עכ"פ אין די מוחות פון רעגירונגס באאמטע) האט זיך לופט טרעוול פארגעזעצט צו אויסברייטערן. ווי מיר האבן שוין באריכטעט האט די TSA שוין געהאט עטליכע וואכן צוריק רעקארד סקרינינגס, און דאס האט זיך נישט אפגעשטעלט, נאר פארגעזעצט צו שטייגן.
דאך האבן זיך געמאכט מער ווי איין אינצידענט אין די לעצטע פאר וואכן וואס האבן דערלאנגט א שנעלקע פאר געוויסע רוטס. אריינגערעכנט אפאר קאנטראל טאוערס וואס האבן זיך געדארפט שפארן צוליב אן אויסברוך, ברענגענדיג שוועריקייטן פאר עירליינס אויסצופלאנען אנדערע רוטס וכדו'.
אין איין פאל מיט אן אמעריקען עירליינס פלייט געסקעדזשועלט פאריגן פרייטאג ארויס פון סידני, אויסטראליע קיין לאס אנדזשעלעס, האט איין פלייט אטענדענט געטעסט פאזיטיוו אויף קאראוויד און די פלייט איז אפגעשטופט געווארן מיט גאנצע 25 שעה! די עירליין איז געגאנגען אזוי ווייט ביזן ברענגען א גענצליך נייע פליגער צו מאכן פלייט נאמבער 72 צוליב זארג פון אינפעקציע.
*
עקסטער פון דעם קריכן רעגירונגען זייער פאוואליע, און איילן זיך נישט אראפצונעמען צוימונגען מיט די ספיד וואס ס'איז ארויפגעלייגט געווארן.
נאך מער קאנסערוואטיוו זענען עטליכע לענדער וואס לייגן נאך פרישע טרעוול צוימונגען טעגליך! א שטייגער ווי בענגלאדעש וועלכע האט אזוי שפעט ווי אייער-נעכטן אויסגערופן א גענצליכע לופט-טרעוול פארבאט אויף א גאנצע וואך!
נאך אין דעם קאטעגאריע רעכענען זיך צוימונגען אויף פליגערס וואס פליען שוין יא. צום ביישפיל, אינדיע האט ארויסגעלייגט א פרישע פארבאט צו סערווירן מאלצייטן אויף קורצע רייזעס פון ווייניגער ווי צוויי שעה, זאגנדיג אז דאס ברענגט אז פאסאדזשירן זאלן אפט אראפנעמען די פארהייליגטע מאסקע פון די געזיכט און ריזיקירט מיט א פארשפרייטונג. מאלצייטן וואס ווערן יא סערווירט אויף לענגערע טריפס זענען יעצט אויסגעשטעלט צו פרישע רעגולאציעס אריינגערעכנט אז טעצלעך אין וואס די עסן ווערן סערווירט דארפן זיין גענצליך ניי פאר יעדן פלייט באזונדער, שוין אפגערעדט אז די דישעס דארפן אלע זיין דיספאזעבל און נישט איבערגעוואשן.
טיילאנד גייט אויך אין די פיסטריט, מיט אן ענליכע רעגולאציע צו אפשטעלן מאלצייטן אויף קורצערע פלייטס, עקסטער פארבאטן זיי צו האלטן צייטונגען פון איין פלייט צום צווייטן, און האבן אפגעשטעלט דאס ארומגיין דורך די מאנשאפט צו פארקויפן דוטי-פרי און souvanaire טשאטשקעלעך דורכאויס די פלייט. נאך א פארלאנג איז אז עירליינס דארפן בלאקירן און לאזן ליידיג עטליכע רייעס אויף יעדן פליגער, אז אין פאל ס'טרעפט זיך א פאסאדזשיר וואס איז אנגעשטעקט זאל מען אים דארט קענען קוואראנטינען.
*
טראץ דעם אלעם איז די מצב אין די אינדוסטריע פאזיטיוו!
אין א באריכט היינט האט זיך א באואינג ווארטזאגער געלאזט הערן, אז לויט די קאמפאני וועט די אוויאציע מארקעט "דורכשוויצן" די שווערע תקופה. ווי ער זאגט גלייבט די קאמפאני אז מערסטנס הויפט-שפילער אין די פעלד באזיצן גענוג קעש געלט צו קענען דולדן נאך עטליכע חדשים פון שוואכע פארדינסטן אדער גענצליכע פארלוסטן. עקסטער ווייזט ער אן אויפן פלאץ וואו זאכן פאלן צאם קומען אריין נייע עירליינס און קאמפאניס וועמענס איינציגסטע געלעגנהייט צו אריינקומען און קאנקורירן אין אזא שווערע מארקעט איז נאר דורכאויס א פאנדעמיק-סארט יאר. אין די זעלבע צייט צייגט ער אויף די הויכע נומערן פון ארדערס וואס עירליינס געבן אריין פאר נייע פליגערס, א צייכן אז די עירליינס ערווארטן אויך אז די מאפעס גייען ווידער ווירבלען מיט עראפלאנען אויף שטאפלען ווי פאר דעם קריזיס.
*
נאך אפטימיסטישע סיגנאלן ווערן געשיקט פון ריכטונג פון די "Route planning" אפטיילונגען פון עירליינס איבער די גאנצע וועלט.
אמעריקען עירליינס האט געמאלדן אז אויף די זוממער פלאנען זיי צוצולייגן נאך 150 רוטס! מיט דעם מיינט עס אז זיי וועלן שוין אפערירן גאנצע 90 פראצענט פון די רוטס וואס זיי האבן געהאט ווען קאראנע האט נאך געמיינט א ביר. א ווארטזאגער פאר די עירליין האט עס געזאגט אין קלארע פשוט'ע ווערטער "דער עולם וויל פליען! און אונז וועלן עס צושטעלן!"
אויף די דאמעסטיק זייט שטייגן די רוטס אויך. מיט פראנטיער וואס מעלדט אכט נייע רוטס אין די קומענדיגע וואכן.
לאטיין-אמעריקאנע עירליינס זענען אויך אונטערגעשפרינגן מעלדנדיג אז אין די זומער וועלן זיי צוריקברענגען און אויך פארשטערקערן די רוטס צו\פון די פאראייניגטע שטאטן. טריפס אראפ צו די סאוט זענען פאפולער אין די זומער חדשים, און אזעלכע מעלדונגען פון עירליינס ווי Avianca און Aeromexico האבן אויפגעהייטערט די וואקאציאנערן וועלכע קוקן ארויס צוריקצוגיין צו זייער יערליכע רוטין.
אריבער קיין אייראפע קומט עיר פרענס אונטער מיט 22 נייע רוטס ארום צו אלע קאנטינענטן געפלאנט אנצוהייבן צווישן ענדע אפריל ביז יולי.
(טייל פון די רוטס וואס איך באצייכן אלס "ניי" זענען טאקע גענצליך נייע רוטס, אנדערע זענען אבער בלויז צוריקגעברענגט א רוט וואס איז געווען אפגעשטעלט צוליב קאוויד, שכחום וחזרו ויסדום)
*
און Last but not least דארף מען געדענקען אז פארשאצונגען און אנאליזן זענען גרויסע באבלס וואס געבן חיות און פרנסה פאר א.ג. "מומחים" צו זאגן און אויספויקן וואס זיי מיינען און פאנטאזירן, נאריש זענען די אומגלויביגע בהמות וואס זעצן זיך צוריק צום ארבעטס טישל אין די עירליין הויפטקוואטירן, מיט די זעלבע מאס גאוה און עגא ווי א יאר און אהאלב צוריק!
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר! המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:02 pm

די פאריגע תגובה איז א לענגערע ווייל איך האב געדארפט אריינפילן פון די לעצטע פאר וואכן. איך האלט מיך ווייטער מיט די מאדעל פון קורצערע תגובות.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:31 pm

אינטערעסאנטע און אומגעווענליכע קרישקעלעך
שיטערע פליגערס זענען נישט קיין זעלטנהייט אין די לעצטערע חדשים, (די שרייבער פון די שורות און) א טייל פון די ליינער האבן זיך שוין ווארשיינליך געטראפן אויף א פליגער מיט ווייניגער ווי געווענליך פאסאדזשירן. אבער די נייעס איז געקומען איבער א פליגער פון סינגאפור קיין JFK וואס האט געטראגן בלויז 11 פאסאדזשירן מיט א שטאב פון 13 זיי צו סערווירן!
נאך אינטערעסאנטער איז אז ס'רעדט זיך דא פון די לענגסטע סקעדזשועלד פלייט אויף די וועלט! דאס איז א טעגליכע סינגאפור עירליין פליגער וואס דויערט 18 שעה און פערציג מינוט! (גראדע יענעם טאג האט עס געדויערט אביסל ווייניגער ביי אכצן שעה און 13 מינוט)
נישט שלעכט צו האבן א פערזענליכע פלייט אטענדעט אויף אזא לאנגע רייזע, הא?
*
פאקיסטאן עירליינס האט ארויסגעלייגט אן אלערט פאר זייערע פילאטן און פלייט אטענדענטס נישט צו פאסטן ביים פליען דורכאויס די מוסלעמענע "ראמאדאן". די עירליין שרייבט אז פאסטן ברענגט קאנסעקווענצן ווי דיהיידראעישן און נאך און דאס טוט פארשווערן צו קענען קאנצעטרירן און רעאגירן ריכטיג אין פאל פון אן עמערדזשענסי.
פון די צווייטע זייט האט די עירליין געמאלדן אז כאטש וואס זיי טיילן נישט קיין מאלצייטן די לעצטערע צייט צוליב קאוויד וועלן זיי יא געבן פאר איסלאם-גלויביגע א איינגעפאקטע מאלצייט פארן ארויפשטייגן אויפן פליגער עס צו קענען האבן פאר "אויספאסטן".
לעצט פאראכטן דורך Ivelt Cockpit אום מיטוואך אפריל 14, 2021 8:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט