נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:19 pm
רוממה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:06 pm
🚨🚨א שרעקעדיגע ווידיאו ווי צוויי פליגערס קומען נאנט איינע צום צווייטן נעבן Syracuse עירפארט אין אפסטעיט ניו יארק פאריגן מאנטאג
די FAA פארשט די אומשטענדן און זאגן אז ס'איז פאקטיש נישט געווען אזוי נאנט ווי ס'זעהט אויס אויף די ווידיאו, אבער דאך זייער נאנט און אומאויסגעהאלטן לויט די כללים פון סעיפטי
די צוויי פליגערס זענען געווען איינע פון אמעריקן און איינע פון דעלטא. ס'איז אינטערעסאנט צו אנצייכענען אז ווען near miss אינצידענטן זענען נאכנישט געווען פאפולער, איז די ערשטע אזא פאל אויך געווען א דעלטא און א אמעריקען ווי געמאלדן יענסצייט דורך ר' @יאנקעל פעדראטשיק (וואו איז ער טאקע לעצטנס? איך בענק מיך נאך אים). לאמיר אלזא האפן אז דאס איז א סיום מעין הפתיחה און אזעלכע שרעקענישן וועלן שוין נישט פאסירן

ווידיאו - גוגל דרייוו
TCAS האט נישט געפיפן??
א גוטע קשיא...
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

ווארט א וואך צוויי וועסטו האבן די ענטפערס אין מענטאר-פיילאט'ס ווידעא דא...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א רעדל פון א יונייטעד 757 איז אראפגעפלויגן בשעת די פליגער האט זיך געהויבן!
ס'האט פאסירט ווען די פליגער האט זיך געהויבן פון LAX אויפן וועג קיין דענווער, ווען איין רעדל האט זיך אפגעטיילט פון זיינע חברים און לעצט-מינוטיג געקענסלט זיין טריפ קיין קאלעראדא...
די פילאטן האבן גארנישט דערשפירט, אבער ATC האט זיי איינגעמאלדן אז לויט באריכטן איז איינע פון זיינע tires געבליבן אינדערהיים. די פילאטן האבן ממשיך געווען די נסיעה אן אים און געלאנדעט אין דענווער אן קיין פראבלעמען.
דאס איז שוין די צווייטע אזא סארט אינצידענט ביי באואינג\יונייטעד אין די לעצטערע חדשים. דאס פאריגע איז געווען מארטש 7 אין SFO.
ס'איז נישט קלאר אויב די tires ווערן פלוצלינג homesick אדער די פליגערס שפירן פשוט אז זיי ווילן לאזן א מתנה פארן זיך געזעגענען פון שטאט...

ווידיאו פון די אינצידענט
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א נייע עירליין אין צפון א"י
עיר חיפה האט אריינגעגעבן א אפליקאציע פאר די ארטיגע אויטאריטעטן צו אנהייבן אפעראציעס אין סעפטעמבער ארויס פון די קליינע חיפה עירפארט. דאס איז די ערשטע נייע עירליין אין לאנד זייט 1990
זיי פלאנען אנצוהייבן מיט רוטס פון חיפה ביז צום דרום שפיץ אין אילת, וויבאלד ס'איז א פאפולערע רעזארט פלאץ ביי די ברעגעס פון רויטן ים. דערנאך וועלן זיי זיך פארשפרייטן קיין סייפרוס און גריכלאנד און אנדערע דעסטינאציעס נאנט צום מיטלענדישן ים.
זיי וועלן אנהייבן מיט די אייגנארטיגע ATR-72 טורבאפראפס וואו מ'קען אוועקזעצן ארום 70 מענטשן אין א געווענליכע אויסשטעל.

ATR-72-600_Affiche_04-1-800x500.jpg
ATR-72-600_Affiche_04-1-800x500.jpg (49.24 KiB) געזען 1011 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מיטוואך יולי 10, 2024 5:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע: yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:41 pm
א נייע עירליין אין צפון א"י
עיר חיפה האט אריינגעגעבן א אפליקאציע פאר די ארטיגע אויטאריטעטן צו אנהייבן אפעראציעס אין סעפטעמבער ארויס פון די קליינע חיפה עירפארט. דאס איז די ערשטע נייע עירליין אין לאנד זייט 1990
זיי פלאנען אנצוהייבן מיט רוטס פון חיפה ביז צום דרום שפיץ אין אילת, וויבאלד ס'איז א פאפולערע רעזארט פלאץ ביי די ברעגעס פון רויטן ים. דערנאך וועלן זיי זיך פארשפרייטן קיין סייפרוס און גריכלאנד און אנדערע דעסטינאציעס נאנט צום מיטלענדישן ים.
זיי וועלן אנהייבן מיט די אייגנארטיגע ATR-72 טורבאפראפס וואו מ'קען אוועקזעצן ארום 70 מענטשן אין א געווענליכע אויסשטעל.
פאר מער אינפארמאציע

ATR-72-600_Affiche_04-1-800x500.jpg
עס איז געפירט דורך אנטי-חרדים
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

האסט געוואלט היימישע זאלן זיין פיילאטן?!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע: yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:04 pm

עס האט זיך געגרינדעט מיט א ציהל פון אנטי-חרדים

Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:10 pm

אוי וויי. נאך א נסיון

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ישראל_הלוי האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:11 pm

אמעריקען עירליינס פליגער 590, א 737, פון טאמפא, פלארידא האט פארמיטן א אומגליק ווען עטליכע רעדען האבן אויפגעפלאצט בשעת די טעיקאף אויף די ראנוועי. דער פילאט האט געשווינד אנגעשטעלט די ברעיקס און האט אפגעשטעלט דעם פליגער עטליכע סעקונדעס פארן זיך הייבן אין די לופטן. אלע 176 פאסאזשירן און 6 מאנשאפט מיטגלידער זענען אפגעשטיגן בשלום. די FAA פארשט דעם אינצידענט.

https://www.dropbox.com/scl/fi/8it246tq ... ldj28&dl=0

737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:23 pm
737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי
קלאר אזוי. מ'דארף דעם העלד באזינגען מיט 2 דענליס...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:30 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:23 pm
737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי
קלאר אזוי. מ'דארף דעם העלד באזינגען מיט 2 דענליס...
וועלכע מאדעל?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:10 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:04 pm
האסט געוואלט היימישע זאלן זיין פיילאטן?!
עס האט זיך געגרינדעט מיט א ציהל פון אנטי-חרדים
וואס באדייט "מיט א ציהל פון אנטי-חרדים"?
מקוה בעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:23 pm
737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי
יאיא זייער שנעל געהאנדלט, 3 סקונדעס נאכן פלאצן איז שוין די ריווערסט טראסטס טירעלעך אפן
דאס איז זייער שנעלע ריספאנס טיים
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

שבעת המינים האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:18 pm
Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:10 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:04 pm
האסט געוואלט היימישע זאלן זיין פיילאטן?!
עס האט זיך געגרינדעט מיט א ציהל פון אנטי-חרדים
וואס באדייט "מיט א ציהל פון אנטי-חרדים"?
ווייל זייער מעין דעסטענאציע איז אילת און א חרדי טאר נישט אהין גיין, זיי דארפן ווען פליען זייער רוטס צווישן ירושלים אין בני ברק...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מקוה בעג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:05 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:23 pm
737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי
יאיא זייער שנעל געהאנדלט, 3 סקונדעס נאכן פלאצן איז שוין די ריווערסט טראסטס טירעלעך אפן
דאס איז זייער שנעלע ריספאנס טיים
מוז זיין זיי האבן געהאלטן ממש ביי V1 וואס דאן ליגט נאך די האנט אויפן טראטל טאקע פאר אן אמערדשענסי צו האבן די הענט גרייט צו געבן א פליק אראפ די טראטלס צו איידל (idle) און א שמייס ארויף די ריווערס לעווער׳ס, אלעס אינטער א סקונדע.
ס׳נעמט צייט פאר די מאטאר צו פיזיש אראפ סלאוען און דערנאך צו פיזיש ריקן די טראסט ריווערס טירעלעך.

מ׳זעהט נישט קלאר אויפן ווידיאו ווילאנג נאכן זעץ פונעם רעדל די טירעלעך מאכן זיך אויף ווייל די קעמרע איז געבלאקט עטליכע מאל.

איינמאל מ׳האלט נאך V1, מוז מען אראפנעמען די הענט פון די טראטל׳ס. דאס מיינט אז די פליגער פארט שוין צו שנעל צו קענען אפשטעלן אויפן ראנוועי. זאל די מאטאר זיך נעמען ברענען, איז די איינציגסטע עצה זיך אויפצוהייבן ארום דרייען און צוריק אראפקומען.

ס׳איז טאקע זייער א קריטיקל צייט, ווייל חלילה אויב ביידע מאטארן גייען צוליב סיי וועלכע סיבה, איז מען צו נידעריג צו קענען גליידן צום ראנוועי. און 2008 האט סולענבורגער טאקע געלאנדעט אינעם האדסאן ריווער.

די פראגע איז פארוואס די רעדער האבן געפלאצט?
די רעדער האבן סענסארס וואס ווייזן זייער טעמפראטור, ס׳איז ״דעזיינט״ צו אטאמאטיש די-פלעיטן אנשטאט פלאצן אויב ווערט עס אווערהיטעט.
אפשר איז עס געווען אן אביעקט אויפן ראנוועי וואס האט עס גורם געווען צו כאפן א פליק.

נאך אלץ איז א נס גדול אז עס איז נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

נס גדול
לעצט פארראכטן דורך Borrower אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:32 am
מקוה בעג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:05 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:23 pm
737 איז א באואינג.

די פיילעטס דארפן באקומען א מעדאל. איך בין נייגעריג אויב זיי האבן געהאלטן נאך V1.
צו אפשטעלן א פליגער מיט צופלאצטע רעדער איז א נס. דער האט ממש געהאט עטליכע פיס צו סטאפן, און האט נאך געדארפט ניצן די טעקסי וועי זיך איינצודרייען צו באקומען נאך עטליכע פיס.
א נס אז עס האט זיך געהאלטן גראד און נישט געפארן אראפ פונעם ראנוועי
יאיא זייער שנעל געהאנדלט, 3 סקונדעס נאכן פלאצן איז שוין די ריווערסט טראסטס טירעלעך אפן
דאס איז זייער שנעלע ריספאנס טיים
◄ ווייז ספוילער
איינמאל מ׳האלט נאך V1, מוז מען אראפנעמען די הענט פון די טראטל׳ס. דאס מיינט אז די פליגער פארט שוין צו שנעל צו קענען אפשטעלן אויפן ראנוועי. זאל די מאטאר זיך נעמען ברענען, איז די איינציגסטע עצה זיך אויפצוהייבן ארום דרייען און צוריק אראפקומען.

ס׳איז טאקע זייער א קריטיקל צייט, ווייל חלילה אויב ביידע מאטארן גייען צוליב סיי וועלכע סיבה, איז מען צו נידעריג צו קענען גליידן צום ראנוועי. און 2008 האט סולענבורגער טאקע געלאנדעט אינעם האדסאן ריווער.
◄ ווייז ספוילער
זע וואס גוגל זאגט:
Can takeoff be rejected after V1?

Yes it CAN stop if V1 has been reached. V1 is often misunderstood in aviation. It's often confused with the Takeoff Decision Speed

If take-off is aborted at V1, the aircraft must be able to be stopped before the end of the runway, without exceeding the maximum energy the brakes can absorb.
.
בפשטות האט עס מיט די סייז פונעם פליגער און ווי לאנג די ראנוועי איז צו מאכען די חשבונות אין מילי רגעים צו מען האט נאך גענוג פלאטץ צו סטאפן.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

גלייך נאך V1 קומט V2. ממש א סקונדע. V2 מיט rotate איז כמעט ממש צוזאמען.
גוגל ווען מ׳נעמט אראפ די האנט פונעם טראטל

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך גלייב אז 737 אויף JFKs ריזיגע לאנגע ראנוועי, קען טעקניקלי זיך הייבן און לאנדן אויפן זעלבן ראנוועי.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

העכסטע געריכט אין UK געט ארויס גינסטיגע פסק לטובת רייזנדע
ענטפער אויף א לעגאלע געפעכט פון א פארפאלק קעגן בריטיש עירוועיס עפנט די וועג פאר טויזנטע אנדערע

אונזערע ענגלישע ברודער צייכענען אפ א זיג אין א קעיס וואו א פארפאלק האט פארלאנגט קאמפענסאציע פאר א דילעי וואס איז אנגעבליך געשאפן געווארן דורך א פילאט וואס האט אריינגערופן sick.
לויט די ארטיגע געזעץ קענען עירליינס נישט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר דילעיס וואס פאסירן אין רעזולטאט פון "extraordinary" (אויסרארדנטליכע) סיטואציעס.
די עירליין האט דעריבער גע'טענה'ט אז וויבאלד די מפתח של בריאות ליגט נישט ביי זיי אין האנט, איז א פילאט'ס קראנקע טאג א אומגעווענליכע סיטואציע אויף וועלכע זיי זענען פטור פון תשלומין. די פאסאנדזשירן האבן געשטעלט א קעיס אז פיבערן אין בעט איז ווייט פון אויסערארדנטליך, און טראצדעם וואס ס'איז אומבאדינגט נישט אין קאנטראל פון די עירליין דארפן זיי זיין גערישט אויף אזעלכע זאכן און האבן א פלאן ב פאר אזעלכע פעלער.
די ויכוח איז געגאנגען עטליכע מאל אהין און צוריק אינערהאלב די בריטישע לעגאלע סיסטעם אבער ענדליך האט די סופרים קאורט גע'פסק'נט אז די רעכט ליגט ביים באקריוועדעטע רייזנדער און פון היינט און ווייטער וועט די עירליין מער נישט קענען קלאסיפיצירן א פעלנדע פילאט מחמת חולי, אלס אויסערארדנטליך.
כ'בין נישט זיכער אויב מ'קען יעצט נוצן דעם פסק למפרע אויך און אפבעטן ביי די עירליין געלטער פון פארגאנגענע דילעיס/קענסעלעישנס, אבער אפילו אן דעם שאצן עקספערטן אז די רולינג קען קאסטן מיליאנען פאר בריטיש יאר-יערליך!

supreme-court-building-full.jpg
supreme-court-building-full.jpg (353.23 KiB) געזען 444 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ניו יארק'ס JFK האט איינגעשוואוירן דרייווערלאזע באסעלעך צו טראגן און ברענגען פאסאנדזשירן פון די לאנג-טערם פארקינג לאט (וואס איז די ווייטסטע פון די עירפארט) אונטער א פיילאט-פראגראם דעם זומער סעזאן.
דערווייל האבן זיי 3 אזעלכע טרעקלעך און א ארבעטער איז אגאנצן צייט אויפן וויהיקל צו אבזערווירן די אויפפירונג און צו בארואיגן פאסאנדזשירן. אויב ארבעט זיך עס אויס וועט עס אריינגיין אין באנוץ אויף א ברייטערע פארנעם.

unnam.2e16d0ba.fill-1200x650.format-webp.webpquality-85_jiKJpQH-ezgif.com-webp-to-jpg-converter.jpg
unnam.2e16d0ba.fill-1200x650.format-webp.webpquality-85_jiKJpQH-ezgif.com-webp-to-jpg-converter.jpg (253.48 KiB) געזען 390 מאל
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

שבעת המינים האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:18 pm
Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:10 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:04 pm
האסט געוואלט היימישע זאלן זיין פיילאטן?!
עס האט זיך געגרינדעט מיט א ציהל פון אנטי-חרדים
וואס באדייט "מיט א ציהל פון אנטי-חרדים"?
גא"מ
@Yiddish Travel אפשר קומסטו אריין מסביר'ן?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע: הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

כלל ישראל געט אפ א מזל טוב פאר @Yiddish Travel פארן דערגרייכן 500 תגובות אויף אייוועלט!

א ניק וועלכע די סוירטש אין זוך באנוצער'ס תגובות ברענגט ארויף איבער 500 ווערדפולע תגובות (קיין איינס נישט געמעקט.WOW!) אנגעפאקט מיט תוכן און הילף ארום טרעוול, קרעדיט קארדס, פוינטס א.א.וו.
אסאך ווייסן צו דערציילן אז זיי האבן שוין גענאסן פון זיינע סערוויסעס איבער פארשידנס אנבאלאנגט טרעוול און זיי טוען עדןת זאגן אז זיי האבן נישט געקענט האפן אויף בעסערס!
דא אין אונזער אוויאציע ווינקל האבן מיר די זכי' מפעם לפעם אז ער לאזט זיך הערן מיט אפדעיטס און באריכטן אויף סאבדזשעקטס וואס זענען נוגע אהער, ווייל טרעוול און אוויאציע זענען דאך נאנטע מחותנים בזיוו"ש...
לעצטנס איז אויך צוגעקומען די געוואלדיגע וועבזייטל וואס איז א יחיד במינה צו ווערן געשריבן דורך גאר היימישע טרעוולער און קאווערט גוט די נושאים וואס זענען אונז נוגע.

🎉 🎉 🎉 מזל טוב!!! 🎉 🎉 🎉

א מאסיווע banner towing וואס איז באמערקט געווארן היינט אין די הימלען, כ'ווייס נישט וועלכע פליגער ס'איז, אבער פון די וויידל זעהט עס אויס ווי א באואינג...
Rash loading_20240711_165010_0000.jpg
Rash loading_20240711_165010_0000.jpg (219.06 KiB) געזען 318 מאל
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע: yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:07 pm
כלל ישראל געט אפ א מזל טוב פאר @Yiddish Travel פארן דערגרייכן 500 תגובות אויף אייוועלט!

א ניק וועלכע די סוירטש אין זוך באנוצער'ס תגובות ברענגט ארויף איבער 500 ווערדפולע תגובות (קיין איינס נישט געמעקט.WOW!) אנגעפאקט מיט תוכן און הילף ארום טרעוול, קרעדיט קארדס, פוינטס א.א.וו.
אסאך ווייסן צו דערציילן אז זיי האבן שוין גענאסן פון זיינע סערוויסעס איבער פארשידנס אנבאלאנגט טרעוול און זיי טוען עדןת זאגן אז זיי האבן נישט געקענט האפן אויף בעסערס!
דא אין אונזער אוויאציע ווינקל האבן מיר די זכי' מפעם לפעם אז ער לאזט זיך הערן מיט אפדעיטס און באריכטן אויף סאבדזשעקטס וואס זענען נוגע אהער, ווייל טרעוול און אוויאציע זענען דאך נאנטע מחותנים בזיוו"ש...
לעצטנס איז אויך צוגעקומען די געוואלדיגע וועבזייטל וואס איז א יחיד במינה צו ווערן געשריבן דורך גאר היימישע טרעוולער און קאווערט גוט די נושאים וואס זענען אונז נוגע.

🎉 🎉 🎉 מזל טוב!!! 🎉 🎉 🎉

א מאסיווע banner towing וואס איז באמערקט געווארן היינט אין די הימלען, כ'ווייס נישט וועלכע פליגער ס'איז, אבער פון די וויידל זעהט עס אויס ווי א באואינג...
Rash loading_20240711_165010_0000.jpg
@רוממה WOW! WOW! WOW!
איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגן מיין איבעראשונג פון די באמבאסטישע מזל טוב!!!!!!!
עס פילט זיך גוט!!!!!!!!
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע: פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

@רוממה

ביסט מאסיוו!!!

אזא מין לשון למודים מתובל בדברי תורה....

סאיז "רוממות" קל "בגרונם"
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”