נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » זונטאג מאי 02, 2021 6:28 pm

לאנדאנער עירפארט גייט אריבער צו גענצליכע רימאוט קאנטראל טורעם
א דורכברוך אין די אינדוסטריע איז געקומען פון די London City Airport (איינס פון די דריי גרויסע עירפארטס אין די לאנדאן געגנט) ווען די טרעפיק קאנטראלערס האבן זיך אריבערגעצויגן צו א קאנטראל צענטער אינגאנצן אינדרויסן פונעם עירפארט.
דורכאויס די לעצטע צוויי יאר האט מען געבויעט און געמאכט פראבעס אויף א טורעם צו ריפלעיסן די יעצטיגע קאנטראל-טאוער, אבער אנדערש ווי געווענליך, האט מען נישט ארויפגעלייגט ביים שפיץ א שטיבל פאר די קאנטראלערס צו זיצן, נאר אנשטאט האט מען עס אויסגעשטאט מיט פארגעשריטענע קאמערעס דורך וועלכע די קאנטראלערס וועלן אלעס מיטהאלטן ווירטואל פון א צווייטע לאקאציע.
EATC.JPG
EATC.JPG (87.18 KiB) געזעהן 1368 מאל

די פערצן גרויסע קאמערעס און אנדערע ראדארן ארום דעם 160 פיסיגן מגדל, טוען שיקן די דאטא דורך א דעזיגנירטע אינטערנעט ליניע צו א צענטער 70 מייל אוועק פון די עירפארט וואו אלעס ווערט מיטגעהאלטן און קאנטראלירט פון די עיר טרעפיק קאנטראל הויפקוואטירן.
Tower.jpg
Tower.jpg (135.31 KiB) געזעהן 1368 מאל

אלעס איז געטוהן געווארן עס צו מאכן ווי מער "עכט" מעגליך, די קאנטראלערס הערן אפילו די noise וואס די פליגערס פראדוצירן דורך מיקראפאונס וואס ברענגען זיי אריין אין די אויר פון די פיזישע עירפארט.
די דירעקטארס זאגן אז די רימאוט צענטער מאכט גרינגער פאר די קאנטראלערס צו טוהן די ארבעט ווייל די ארבעט ווערט געטוהן פון א באקוועמערע מער צוגעשטעלטע לאקאל "זיי דארפן נישט שמעקן Jet Fuel ביים אנקומען צו די ארבעט יעדן טאג".
רימאוט טרעפיק קאנטראל איז א חלום פון פילע אוויאציע אגענטורן איבער די וועלט, ס'איז צום ערווארטן אז לאנדאן סיטי איז בלויז די ערשטע אין די שורה פון אסאך נאכפאלגער.
(בילדער קרעדיט: London City Airport)
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 03, 2021 3:09 pm

4,000,000 מיילעדזש-פלאס מייל וועט פארטיילט ווערן דורך יונייטעד פאר העלטה-קעיר ארבעטער
יונייטעד עירליינס פייערט אין די טעג די פערציגסטע יארטאג זינט די גרינדונג פון זייער לאיעלטי פראגראם, צווישן פראמאושענס, סעילס און דיסקאונטס איז אויך א פראגראם צו באלוינען העלטה-קעיר העלדן.

נישט לאנג צוריק האבן מיר געהערט פון דזשעט-בלו אז זיי האבן פארטיילט אומזינסטע רייזעס פאר העלטה-קעיר ארבעטער פאר סיי וואו איבער אמעריקע. ענליך צו דעם קומט יונייטעד אריין, מיט א פראגראם וואו יעדער קען נאמינירן סיי וועם (אריינגערעכנט זיך אליינס) וואס איז אין די העלטה-קעיר אינדוסטריע צו זיין איינע פון די פיר געווינער צו ערהאלטן א מיליאן מיילעדזש-פלאס מייל ביי יונייטעד!
United.JPG
United.JPG (110.43 KiB) געזעהן 1283 מאל

אויף א ספעציעלע וועבזייטל https://www.unitedessentialthanks.com/ קען מען פאר די קומענדיגע צוויי וואכן איבערלאזן א רעקאמענדאציע ווער די געווינער זאל זיין, אינאיינעם מיט א שטיקל דעסקריפציע פארוואס מען טוט נאמינירן דעם ספעציפישן פערזאן.
די נאמינאציעס וועלן באטראכט ווערן דורך א שופט וואס וועט קלויבן פיר גליקליכע געווינער פאר דעם שאצבארן געשאנק!

ביי די קאנטעסט פון דזשעט-בלו פאר עטליכע חדשים צוריק זענען געווען אפאר געווינערס צווישן דעם היימישן עולם (הצלה מעמבערס, פאראמעדיקס א.א.וו.), סאו שאצט נישט אונטער די געלעגנהייט, ווייל… Hey you never know!

ווי געשריבן אפפערט יונייטעד יעצט נאך פראמאושענס לכבוד די פערציגסטע יארטאג, אריינגערעכנט א פערציג פראצענטיגע דיסקאונט ביים קויפן מיילעדזש, א באונוס פאר גיפט קארדס און נאך.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 03, 2021 3:39 pm

קרישקעלעך פון עפידעמיע עפפעקטס
ס'איז שוין אביסל boring צו הערן נאכאמאל און נאכאמאל וויאזוי ציפערן פון פאסאדזשירן שטייגן און פאלן אין פאנדעמיק-צייטן, אבער עטליכע היילייטס וועלן נישט שאטן (אויב שפירט איר אז ס'וועט אייך יא שאטן קענט איר גיין צו די מירון נייעס, ס'מאכט אייך פרייליכער?)

די TSA האט נעכטן זונטאג רעקארדירט א רעקארד צאלן פאסאדזשירן וואס זענען ארויפגעשטיגן אויף פליגער אין אמעריקאנע לופט-פעלדער. די נעכטיגע נומער פון 1.63 מיליאן, איז די העכסטע צאל מענטשן וואס זענען געסקרינט געווארן אין איין טאג זינט מארטש 2020!
דאס איז געטריבן בעיקר דורך די דאמעסטיק מארקעט, ווייל די אינטערנאציאנאלע אוויאציע מארקעט איז נאך סך סך סך שוואכער.

ווידעראום אין האנג קאנג איז נארוואס געבראכן געווארן די רעקארד פון די "ווייניגסטע" arrivals אין איין טאג. פארגאנגענעם מאנטאג, אפריל 26, זענען בלויז 95 מענטשן אריינגעקומען קיין האנג קאנג! קיינמאל בעפאר האט אזאנס נישט פאסירט אין דעם עירפארט וועלכע זעהט אין געווענליכע צייטן טעגליך הונדערטע טויזנטע וואס גייען אריין און ארויס פון אירע געיטס.
אבער ס'איז שוין לאנג נישט געווען געווענליכע צייטן…

די גרויסע און יעצט-שוין-איינציגסטע עירפארט אין בערלין (מיר האבן שוין דערמאנט איר היסטאריע דא) האט ענטגילטיג ארויסגעשטעלט אירע שאדנס וואס די 2020 יאר האט איר אפגעקאסט. די עירפארט אויטאריטעט זאגט אז מער ווי א ביליאן יורא (1.2 ביליאן USD) האט זי אין די פארגאנגענע יאר דערלייגט, דאס איז טראץ די צענדליגע סטעפס וואס זיי האבן גענומען צו מינימיזירן די פארלוסטן.
אויף יעצט האלטן זיי ווייטער אפגעשפארט טערמינאל 5 (קוק אין די לינק אויבן פאר קאנטעקסט) וואס שפארט זיי די קאסטן פון ארום 90 מיליאן יורא א יאר.
די פינאנציעלע חשבונות פון די עירפארט ווערן שטארק נאכגעפאלגט צוליב די גרויסע געלטער וואס די לופט-פעלד האט געקאסט ארגינעל צו בויען.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 03, 2021 3:57 pm

דעלטא בלאקט שוין נישט די מיטעלסטע זיץ
אסאך וואלטן געוואלט די פאליסי זאל זיך קיינמאל נישט ענדיגן, אבער ס'שטעלט זיך ווידער ארויס אז גן עדן איז די איינציגסטע גוטע זאך וואס האלט אן אויף אייביג!

אסאך עירליינס האבן דורכאויס די שווערע עפידעמיע חדשים גענומען די שריט פון בלאקירן די מיטלסטע זיץ אויף אלע פלייטס כדי צו מאכן מער "סאושעל דיסטענס" אויף פליגער. רייזנדע זענען געווען זייער צופרידן פון דעם, ווייל אזוי האבן זיי זיך געשפירט סך מער פארזיכערט… אז ס'קומט א געשמאקע רחבות'דיגע רייזע!

ווען עירליינס האבן אנגעהויבן זעהן אז די פאליסי קאסט זיי מער וויפיל די PR פון היטן אויף סעיפטי וועט זיי ברענגען, האבן זיי שנעל צוריקגעטרעטן און געעפנט די סיעטס. דעלטא האט זיך אבער יא געהאלטן ביי די פאליסי ביז יעצט, אבער מאי 1 זענען די פארקלעבטע סיעטס געעפנט געווארן און ווערן געהעריג פארקויפט פונקט ווי זייערע שכנים.

אלאסקא עירליינס פארבלייבט יעצט די איינציגסטע אמעריקאנע עירליין וואס בלאקט נאך טייל פון זייערע סיעטס, אבער אויך נישט דורכאויס דעם גאנצן cabin. נאר די וואס קויפן די טייערערע סיעטס געניסן פון דעם בענעפיט.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 03, 2021 4:17 pm

קינד אריינגעפארן אינאיינעם מיט פעקלעך אויף conveyor belt
זענט איר אין עירפארט? כאפט גוט אן אייערע פעקלעך און אייערע… קינדער!

איך בין אויך אייביג נייגעריג געווען וואס די פעקלעך גייען דורך פון ווען מ'טשעקט זיי אריין ביז זיי קומען צוריק אין מיינע הענט ביי די דעסטינאציע, אבער א ניין יעריג קינד אין Minneapolis האט געטוהן למעשה'דיגע שריט מיטן אריינפארן אין די קאנוועיר בעלט אינאיינעם מיט אלע פעקלעך וואס זיין גרופע האט אריינגעטשעקט.

ס'איז נאכנישט קלאר אויב די קינד האט עס געטוהן בכוונה אדער ס'איז געווען א טעות, אבער פאר ארום 5 מינוט האט דאס קינד געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א בליק פון הינטער די קוליסן, א זעלטענע געלעגנהייט וואס ווייניג האט.

צו אלמענס דערלייכטערונג איז דאס קינד נישט געשעדיגט געווארן דורכאויס זיין קורצע אבער אייגנארטיגע רייזע.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מאי 03, 2021 5:23 pm

זייער אינטערעסאנט, יישר כח.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מאי 03, 2021 5:33 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:לאנדאנער עירפארט גייט אריבער צו גענצליכע רימאוט קאנטראל טורעם
א דורכברוך אין די אינדוסטריע איז געקומען פון די London City Airport (איינס פון די דריי גרויסע עירפארטס אין די לאנדאן געגנט) ווען די טרעפיק קאנטראלערס האבן זיך אריבערגעצויגן צו א קאנטראל צענטער אינגאנצן אינדרויסן פונעם עירפארט.
דורכאויס די לעצטע צוויי יאר האט מען געבויעט און געמאכט פראבעס אויף א טורעם צו ריפלעיסן די יעצטיגע קאנטראל-טאוער, אבער אנדערש ווי געווענליך, האט מען נישט ארויפגעלייגט ביים שפיץ א שטיבל פאר די קאנטראלערס צו זיצן, נאר אנשטאט האט מען עס אויסגעשטאט מיט פארגעשריטענע קאמערעס דורך וועלכע די קאנטראלערס וועלן אלעס מיטהאלטן ווירטואל פון א צווייטע לאקאציע.

די פערצן גרויסע קאמערעס און אנדערע ראדארן ארום דעם 160 פיסיגן מגדל, טוען שיקן די דאטא דורך א דעזיגנירטע אינטערנעט ליניע צו א צענטער 70 מייל אוועק פון די עירפארט וואו אלעס ווערט מיטגעהאלטן און קאנטראלירט פון די עיר טרעפיק קאנטראל הויפקוואטירן.
[
אלעס איז געטוהן געווארן עס צו מאכן ווי מער "עכט" מעגליך, די קאנטראלערס הערן אפילו די noise וואס די פליגערס פראדוצירן דורך מיקראפאונס וואס ברענגען זיי אריין אין די אויר פון די פיזישע עירפארט.
די דירעקטארס זאגן אז די רימאוט צענטער מאכט גרינגער פאר די קאנטראלערס צו טוהן די ארבעט ווייל די ארבעט ווערט געטוהן פון א באקוועמערע מער צוגעשטעלטע לאקאל "זיי דארפן נישט שמעקן Jet Fuel ביים אנקומען צו די ארבעט יעדן טאג".
רימאוט טרעפיק קאנטראל איז א חלום פון פילע אוויאציע אגענטורן איבער די וועלט, ס'איז צום ערווארטן אז לאנדאן סיטי איז בלויז די ערשטע אין די שורה פון אסאך נאכפאלגער.
(בילדער קרעדיט: London City Airport)

אויב דו קענסט ביטע מסביר זיין די גרויסע גדולה דערפון? איך פארשטיי אז שמעקן דזשעט-פיול איז נישט די געשמאקסטע זאך (זיכער בעסער ווי די גארבעדזש לענדפילדס...), אבער פון נישט שמעקן אן אומגעשמאקע ריח ביז ספענדן מיליאנען צו אוועקטראגן די קאנטראל טורעם וואס וועט זיין אנגעוויזן אינעם חסד פונעם אינטערנעט ליין (וואס קען סטאפן צו ארבעטן סתם אזוי...), זעה איך נישט מאי הועילו חכמים?

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 03, 2021 6:06 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אויב דו קענסט ביטע מסביר זיין די גרויסע גדולה דערפון? איך פארשטיי אז שמעקן דזשעט-פיול איז נישט די געשמאקסטע זאך (זיכער בעסער ווי די גארבעדזש לענדפילדס...), אבער פון נישט שמעקן אן אומגעשמאקע ריח ביז ספענדן מיליאנען צו אוועקטראגן די קאנטראל טורעם וואס וועט זיין אנגעוויזן אינעם חסד פונעם אינטערנעט ליין (וואס קען סטאפן צו ארבעטן סתם אזוי...), זעה איך נישט מאי הועילו חכמים?

איך בין מיט דיר אויף די נושא.
דאס וואס איך האב געשריבן, דאס האבן זיי געזאגט, מער פון דעם נישט. זיי שרייבן אויף זייער וועבסייט אז די טאוער וועט זיין א בענעפיט "Giving controllers new tools and safety features which demonstrate the benefits Digital Towers can bring" אבער איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט.

אבער איך קען טרייען צו שפעקולירן צוזאמען מיט דיר פון מעלות וואס ס'ברענגט.
1) אויף די עירפארט גראונדס איז מען לימיטעד מיט וויפיל פלאץ מ'האט און די טאוער איז פון אייביג אן נישט קיין גאר באקוועמע ארבעטס פלאץ, קאנטראלערס קענען נישט האבן די ברייטע Cafeteria טיר ביי טיר מיט זייער אפיס, אויך שפארט מען פלאץ פאר פארקינג ספאטס וואס די קאנטראלערס נוצן אויף טייערע עירפארט ריעל עסטעיט.
2) אויף די עירפארט גראונדס איז שווערער צו מאכן מעינטענעס אויף א טאוער צוליב די סטרעסינג און ביזי ענווייערמענט אין וואס ס'געפינט זיך.
3) די ווירטואלע טאוער קען זיין צוזאמען מיט די אגענטור\קאמפאני הויפטקוואטירן געבנדיג גרינגערע עקסעס פאר די אויפזעער אא"וו. אין דעם פאל איז די נייע קאנטראל טאוער אינערהאלב די HQ פון די קאמפאני NATS אין Swanwick. (אין מערסטנס פון אייראפע זענען עס פריוואטע קאמפאניס געהייערט דורך די רעגירונג וואס קאנטראלירן די עיר טרעפיק און נישט א צענטראלע גאווערמענט אגענטור - אזויווי די FAA אין אמעריקע)

איין קארעקשן דארף איך אבער מאכן. איך האב געשריבן אז ס'איז די ערשטע אין די וועלט, דאס איז נישט ריכטיג, ווייל אין שוועדן איז עס שוין דא פון פריער.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 03, 2021 6:38 pm

עס איז לכאורה אסאך מער סעיף (פאר רעדאנדענסי, פון דיזעסטערס אדער גאר אטאקעס) ווי ווען עס ליגט אויף א שוין-אזוי-אויך-סענסעטיווע-שטח אינעם עירפארט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re:

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 04, 2021 10:59 am

קנאפער ידען האט געשריבן:עס איז לכאורה אסאך מער סעיף (פאר רעדאנדענסי, פון דיזעסטערס אדער גאר אטאקעס) ווי ווען עס ליגט אויף א שוין-אזוי-אויך-סענסעטיווע-שטח אינעם עירפארט.

ס'איז אפשר סעיפער פאר די קאנטראלערס נישט צו זיין אויף אזא היי-ריסק ארבעטס פלאץ, אבער איך זעה נישט די רעדאנדענסי ווען א דיזעסטער\אטאקע קען פונקט אזוי אפפעקטן די טאוער און די קאמערעס פון יעצט.
די בלאגס זענען פול מיט קריטיק אויף די נייע טאוער. מענטשן טענה'ן אז זיי זעען נישט קיין מעלות וואס זאל זיין ווערד די געלט וואס מ'אינוועסט אין דעם.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 04, 2021 11:04 am

אלע דעלטא פלייט אטענדענטס וועלן אויסגעשטאט ווערן מיט נייע אייפאון 12ס
דעלטא האט געשלאסן א דיעל מיט Apple צו קויפן 19,000 שפאגל נייע טעלעפאנען צו פארטיילן פאר אלע פלייט אטענדענטס צו ארויסהעלפן מיט בעסערע קאסטומער סערוויס.

די עירליין זאגט אז די טעכנעלאגישע מעגליכקייטן וואס אירע איינגעשטעלטע וועלן האבן מיטן באנוץ פון די אייפאונס, וועלן בענעפיטירן פאר די קאסטומערס דורכדעם וואס מ'וועט קענען צושטעלן אקוראטע אינפארמאציע און צואיילן די באורדינג פראסעס, עסן פארטיילונג אא"וו. די אטענדענטס וועלן האבן די מעגליכקייט צו האלטן חשבון וויפיל מאלצייטן זיי האבן נאך, וועלכע אפגרעידס זענען נאך אוועילעבל און נאך.

די ארבעט אויסצושטאפירן אירע 19 טויזנט פלייט אטענדענטס מיט די מאשינקעלעך וועט זיך אנהייבן אין די זומער הבעל"ט.

דעלטא נוצט א דיגיטאלע tool גערופן "SkyPro" וואו די איינגעשטעלטע מענעדזשען זייערע סערוויסעס. יעצט וועט עס די עירליין אינסטאלירן אויף די נייע דיווייסעס אין א פארגעשריטענע ווערסיע וואס וועט - לויט זיי - צושטעלן א בעסערע קאסטומער עקספעריענס.
אין די פארגאנגענהייט ווען עירליינס האבן "טעכניזירט" זייערע סטוארטס האט עס טאקע געהאלפן ברענגען שנעלערע און מער אקוראטע אינפארמאציע צו די פאסאדזשירן, אבער אויך קאמפלעינס אז די ארבעטער זענען מער ביזי מיט זייערע פענסי טעלעפאונען ווי מיט די קאסטומערס. ס'איז צייט צו פארשפרייטן די שומרים קארטלעך אויף פליגערס אויך...
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 04, 2021 11:33 am

נייע פראגראם אויף פראבע צו רעזערווירן א סלאט פאר TSA סקרינינג
אין די גרויסע עירפארט אין Seattle, Washington איז אריין א נייע פיילאט-פראגראם (ס'מיינט נישט אז ס'איז נאר פאר פיילאטס, נאר אז ס'איז אויף א טריי-אוט יעצט) וואו מ'קען רעזערווירן א צייט צו דורכגיין די TSA סקרינינג און נישט דארפן ווארטן אין די ליין.

אינדערצייט וואס טרעוול ריסטריקשנס ווערן מער און מער אראפגענומען (אדער אנגעפיפן), ווערט נאך סאושעל דיסטענסינג אינפארסירט אין די לופט-פעלדער. דאס ברענגט אז ליניעס וואס זענען פון אייביג געווען לאנג, זאלן יעצט זיין נאך לענגער.

די פראבלעם איז געקומען צו א קלימאקס אין די פארנומענע סיאטעל עירפארט וואו יעדע צווייטע check-in ליין איז געווארן אפגעשפארט צו האלטן דעם עולם דערווייטערט, און בילדער האבן אנגעהויבן קורסירן אויף סאציאלע מידיע פון שורות וואס שלענגלען זיך ביז אין די פארקינג לאט.
אין רעאקציע האבן די עירפארט מענעדזשמענט און די TSA איינגעפירט א נייע סיסטעם וואו פאסאדזשירן קענען ביים אנקומען אין עירפארט נוצן א ספעציעלע מאשין צו רעזערווירן א "סלאט" ווען צו ווערן געסקרינט, און ביז די צייט קומט קענען זיי ארומזיצן אין די עירפארט אן מורא האבן אז זיי גיין פארלירן זייער פלאץ אין די ליין. יעדע סלאט געט א צייט אפשניט פון 15 מינוט דורכאויס וועלכע מען קען אנקומען צו די "אפוינטמענט".

איך האף אז די סיסטעם וועט זיין א קלינגעדיגע סוקסעס און וועט אדאפטירט ווערן אין אלע אמעריקאנע עירפארטס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג מאי 10, 2021 6:38 pm

נייע עירליין Avelo - וועט אפערירן אויך איבער די אמעריקאנע מזרח ברעג
די פרישע עירליין וועלכע האט שוין אנגעהויבן פליען אין מערב האט געמאלדן א פרישע באזע אין מזרח.

מען האט נאכנישט גערעדט דא פון Avelo עירליין - אן אמעריקאנע לאו-קאסט עירליין וועלכע האט שוין פאקטיש אנגעהויבן פליען אויף רייזעס אין די וועסטערן חלק פון די פאראייניגטע שטאטן. אבער יעצט אז די עירליין האט געמאלדן אז זי וועט זיך פארברייטען אויך איבער די East coast קען מען עס שוין נישט איגנארירן, ווייל עס hit close to home...

Avelo פאררופט זיך אלס א low cost carrier, וואס די ביזנעס מאדעל איז צוצושטעלן ביליגע רייזעס, טראץ מיט ווייניגער סערוויסעס. ביישפילן פון לאו קאסט קעריערס זענען Ryan אין אייראפע, ספיריט אין אמעריקע א.א.וו. (גענצליך זייטיגע קרישקעלע: פראנטיער - וועלכע איז אויך פון די קאטעגאריע - נוצט די סטאק טיקער סימבאל ULCC, וואס איז די ר"ת פון Ultra Low Cost Carrier).

ענדע אפריל האט שוין Avelo אנגעהויבן פליען אויף רוטס אין די מערב זייט פון די US. דערווייל באשטייט זייער פלאטע פון דריי 737ס און ביז ענדע מאי וועלן זיי פליען צו אלע דעסטינאציעס אויף די בייגעלייגטע מאפע (מאפע גענומען פון זייער וועבסייט).
בילד

א טייל פון די סטראטעגיע צו האלטן פרייזן ביליג, איז צו פליען פון קלענערע עירפארטס, איידער ווי פון די גרויסע און בארימטע לופט-פעלדער. צום ביישפיל, אוועלאו האט געקליבן זייער hub אלס די קלענערע Hollywood Burbank Airport אין לאס אנדזשעלעס, איידער ווי נוצן די גרויסע לאס אנדזשעלעס עירפארט (LAX).
פון די hub קען מען פליען קיין אריזאנע צו די Phoenix-Mesa Gateway Airport אנשטאט צו די גרויסע עירפארט אין פיניקס (PHX). און אזוי ווייטער זענען אלע דעסטינאציעס צו אלטערנאטיווע עירפארטס אין יענע געגנטער, אויסמיידנדיג די צענטראלע לופט-פעלדער פון יענע פלעצער.
גרעסערע עירפארטס מאנען גרעסערע בילס אין אויסטויש צו אפערירן דארט, און ברענגען אויך גרעסערע שאנסן פאר דילעיס. און יעדע מינוט פון דילעי אויף די ערד הייבט די קאסטן ביזן הימל פאר די עירליין.
Avelo.png
Avelo.png (359.32 KiB) געזעהן 893 מאל

אוועלאו שטייט אויס קאנקורענץ פון די עלטערע און רייכערע עירליינס וועלכע זענען אונטערגעקומען אויפן וואגן מיטן מעלדן נייע רוטס און אפגרעידס צו עקזיסטירנדע רוטס, פונקט אין די צייט וואס אוועלאו האט אנגעהויבן אפערירן אין יענע שטעט - א מאגן-נאגנדע צופאל.

נאך א קארגע צוויי וואכן אין די לופטן האט די עירליין געמאלדן אז זי וועט אויך אויסשפרייטן אירע פליגלען אריבער צו די אנדערע זייט אמעריקע, וואו זיי וועלן זיך צענטערן אין Tweed New Haven Airport אין Connecticut, און פון דארט אנפירן מיט די אפעראציעס איבער די מזרח ברעג.
Tweed New Haven איז די קלענער פון די צוויי עירפארטס אין קאנעטיקוט, די גרויסע Bradley איז וואו אלע פלייטס אריין און ארויס פון קאנעטיקוט קומען פאר, נאר איין רוט פון\קיין פילאדעלפיע ווערט סערווירט אין Tweed New Haven.
אבער די מעלדונג פונעם יונגען ענערגישן Avelo וועט טוישן די גאנצע אויסקוק דא. די עירפארט האט שוין געמאלדן א זי וועט ספענדן 100 מיליאן דאללער צו פארבעסערן די עירפארט טערמינאלס, ראנוועיס אא"וו. די פראיעקט וועט ברענגען א פרישע 11,000 דזשאבס אין די געגנט!
אין די אויבערדערמאנטע ציפערן איז אריינגערעכנט 1.2 מיליאן דאללער וואס די עירליין זאגט צו צו פאר'תכל'ווען דא, און זי אליינס וועט אויפנעמען 1,000 פרישע ארבעטער פאר די קאנעטיקוט hub.

די גוטע נייעס איז אז די עירליין יאגט זיך אויסצופירן אירע פלענער און איז שוין ערווארטעט זיך צו באזעצן דא אין שכינות נאך פאר מען שלעפט ארויס דעם 2022 קאלענדער!
גוד לאק!
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
בשבילי נברא
שר ששת אלפים
תגובות: 6522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מאי 10, 2021 6:58 pm

געוואלדיגע נייעס.
די Tweed New Heaven airport איז בערך א שעה און צוואנציג מינוט פון מאנסי, א שעה און א האלב פון וומסב"ג, און א שעה און א 3/4 פון קרית יואל.

ד.מ. אז די פרייזן וועלן מוזן זיין גענוג ביליג, ס'זאל זיך לוינען פאר א איינוואינער פון די היימישע צענטערן צו פליען מיט זיי.
---

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 11, 2021 1:54 am

סענעטארן פארלאנגן פון עירליינס בעסערע קאסטומער ריפאנדס אויף קאוויד קענסעלעישנס
צוויי סענעטארן האב אפגעשיקט א בריוו צו אלע גרויסע אמעריקאנע עירליינס, פארלאנגענדיג אז זיי זאלן אראפנעמען די צוימונגען פון ריפאנדס פארטיילט אין די לעצטע יאר צייט.

פון ווען טרעוול האט אנגעהויבן ווערן פראבלעמאטיש צוליב קאראנע, האבן זיך עירליינס געדארפט ספראווענען מיט א רעקארד צאל קענסעלעישנס אויף רייזעס, טייל זענען געקומען מצד די עירליינס וועלכע האבן אפגערופן אסאך פלייטס, און טייל זענען געקומען פון קאסטומער וועלכע האבן - צוליב רעסטריקשנס - נישט געקענט פארן צו זייער דעסטינאציע.
די עירליינס האבן זיך מער-ווייניגער צוגעשטעלט צום מצב מיט בויגזאמע פאליסיס אויף קענסעלעישנס, אבער אין אסאך פעלער האבן זיי גענומען עדווענטעדזש פון די מצב, און אנשטאטס ריפאנדן די טיקעט האבן זיי געגעבן א טרעוול-קרעדיט פאר א קומענדיגע רייזע, אזוי ארום נישט דארפנדיג אויסגעבן קיין קעש.

אבער - דא קומט די "אבער" - פאר אסאך איז די קרעדיט-וואוטשער מיטגעקומען מיט א עקספיירעישן דאטום, און כאטש וואס בשעת מעשה האבן זיי עס נישט רעאליזירט, טרעפן זיך טויזנטער מיט ווערטלאזע צעטלעך וואס לויפן אפ יעצט אדער שפעטער און די געלט איז נישט דא!
אין רעאקציע, האבן צוויי דעמאקראטישע סענעטארן, Edward Markey פון מעססעטשוסעטס און Richard Blumenthal פון קאנעטיקוט אפגעשיקט א בריוו צו די צעהן גרויסע אמעריקאנע עירליינס וואו זיי פארלאנגען קלארערע ענטפערס בנוגע די עירליינס' פאליסיס בנוגע קענסעלעישנס, ריפאנדס און טרעוול וואוטשערס.

דער בריוו

די סענעטארן פארלאנגען אז די עירליינס זאלן געבן פולע קעש ריפאנדס אויף די אלע געקענסעלטע רייזעס, און לפחות אראפנעמען די עקספייערעישן דאטום פון די קרעדיט וואוטשערס.
די סענעטארן זאגן אז זיי פארלאנגען א רעאקציע ביז דעם קומענדיגן מאי 28.

איך פארשפאר אייך דאס אראפסקראולן די PDF, פאלגנד איז א ליסטע פון די עירליינס וואס האבן ערהאלטן דעם בריוו (לפי סדר קבלת החתימות, ואין מוקדם ומאוחר):
Alaska Airlines
Allegiant Air
American Airlines
Delta
Frontier
Hawaiian Airlines
JetBlue
Southwest
Spirit
United
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מאי 11, 2021 2:04 am

שכח קאקפיט! זייער געשמאק אראפגעלייגט!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

hk675
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 6:05 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך hk675 » דינסטאג מאי 11, 2021 2:38 am

Kollel האט געשריבן:שכח קאקפיט! זייער געשמאק אראפגעלייגט!

גא''מ

א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:56 am

Re: Re:

תגובהדורך א ליכטיגע איד » דינסטאג מאי 11, 2021 2:42 am

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:עס איז לכאורה אסאך מער סעיף (פאר רעדאנדענסי, פון דיזעסטערס אדער גאר אטאקעס) ווי ווען עס ליגט אויף א שוין-אזוי-אויך-סענסעטיווע-שטח אינעם עירפארט.

ס'איז אפשר סעיפער פאר די קאנטראלערס נישט צו זיין אויף אזא היי-ריסק ארבעטס פלאץ, אבער איך זעה נישט די רעדאנדענסי ווען א דיזעסטער\אטאקע קען פונקט אזוי אפפעקטן די טאוער און די קאמערעס פון יעצט.
די בלאגס זענען פול מיט קריטיק אויף די נייע טאוער. מענטשן טענה'ן אז זיי זעען נישט קיין מעלות וואס זאל זיין ווערד די געלט וואס מ'אינוועסט אין דעם.

וואס גייט ענק אן וויפיל מען אינוועסט? אין ענגלאנד זענען די עירפארטס פרייוועט אונד
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך רעבעלע » דינסטאג מאי 11, 2021 7:25 am

https://www.biogaya.co.il/by-medical-pr ... nsQAvD_BwE


אן איזראעלי פאטענט, ב"ה זייער סוקסעספוהל.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג מאי 11, 2021 9:18 am

קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 11, 2021 10:55 am

בשבילי נברא האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס.
די Tweed New Heaven airport איז בערך א שעה און צוואנציג מינוט פון מאנסי, א שעה און א האלב פון וומסב"ג, און א שעה און א 3/4 פון קרית יואל.

ד.מ. אז די פרייזן וועלן מוזן זיין גענוג ביליג, ס'זאל זיך לוינען פאר א איינוואינער פון די היימישע צענטערן צו פליען מיט זיי.

אין קאוויד זענען מענטשן געפארן ביז קיין פילאדעלפיע פאר ביליגערע פרייזן קיין פלארידע.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג מאי 11, 2021 11:09 am

בשבילי נברא האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס.
די Tweed New Heaven airport איז בערך א שעה און צוואנציג מינוט פון מאנסי, א שעה און א האלב פון וומסב"ג, און א שעה און א 3/4 פון קרית יואל.

ד.מ. אז די פרייזן וועלן מוזן זיין גענוג ביליג, ס'זאל זיך לוינען פאר א איינוואינער פון די היימישע צענטערן צו פליען מיט זיי.

וואס מיינסטו ארויסצוברענגען, סטוארד איז דאך נענטער.
באחדות: איינס פאר מיר, און איינס פאר דיר.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 11, 2021 11:27 am

עירליינס אפעקטירט פון די Colonial Pipeline העקעריי אינצידענט
אינדערצייט וואס די סייבער-אטאקע רופט זיך שווער אפ אויף עטליכע אינדוסטריעס, ליידן עירליינס אויף די איסט קאוסט פון א מילדע fuel מאנגל.

איר האט שוין מסתם געהערט פון די העקינג וואס א גרופע יוראפעאישע וואגאבונדן האבן דורכגעפירט אויף א פייפליין קאמפאני, צווינגענדיג די קאמפאני אפצושטעלן אלע אפאראציעס, און דאס ברענגט א מאנגל אין אויל און געזאלין איבער די מזרח ברעג פון די פאראייניגטע שטאטן, וואו האלב פון די אויל סופליי איבער די איסט קאוסט ווערט דיסטריביוטעד דורך זייערע ליינס.
ווי ס'שטעלט זיך ארויס שפירן עטליכע עירליינס אויך די אימפעקט פון די פלוצלינג'דיגע אפשטעל, ווייל Jet fuel איז אויך איינע פון די ארטיקלען וואס ווערן געליפערט דורך די פייפליין.

אמעריקען עירליינס האט שוין געמאלדן אז צוויי פון אירע געווענליכע נאן-סטאפ רוטס וועלן מוזן איבערגעהאקט ווערן מיט א סטאפ כדי צו refuel'ן די פליגער. סאוטוועסט עירליינס האט זיך אנדערש אן עצה געגעבן, זיי ברענגען ענדערש געזאלין מיט קארגא פליגער צו די עירפארטס וואו עס פעלט זיך אויס אויסמיידנדיג טוישן אין די רוטס. דעלטא זאגט דערווייל אז זייערע רוטס זענען נישט אפעקטירט געווארן, און קיין שום טוישונגען וועלן נישט דארפן געמאכט ווערן אויב וועלן די סיסטעמען פון Colonial צוריק אנהייבן פונקציאנירן ביז די וויקענד (ווי די קאמפאני האט פארשפראכן), זיי זאגן אבער אז אויב ס'וועט זיך פארציען אויף מערערע טעג וועלן זיי יא דארפן מאכן אראנדזשירונגען עס צו אדרעסירן.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג מאי 11, 2021 12:41 pm

WOW! די FAA לייגט ארויף הויכע שטראפן אויף "ווייאלענט" פאסאדזשירן
אין א ברייטע קרעק-דאון קאמפיין טוט די רעגירונג ארויפשטעלן ערנסטע געלט-שטראפן אויף פאסאדזשירן וואס האבן געווילדעוועט אויף פליגער.

ווילדע רייזענדע אויף פליגער זענען א שווערע טעמע אין די לעצטערע צייט. אממערסטנס איז עס אין רעזולטאט פון די מאסק-מאנדאט אויף וועלכע אסאך האבן זיך פרובירט אויסצופייפן, און רעאגירט שטייפערהייט צו פארלאנגען פון די מאנשאפט. אבער די פאליטישע צוטיילונג אין לאנד און די ראיאטישע שטימונג וואס הערשט אויף די גאסן פון צייט צו צייט, טוט אויך צולייגן ספרינקעלס צום מצב.

די ציפערן רעדן פאר זיך אליין. אין א געווענליכע יאר קומען פאר אן עווערעדזש פון 150 ווילדערייען אויף עראפלאנען. אבער בלויז ביז יעצט אין 2021 זענען שוין רעקארדירט געווארן באלד 1,300 אזאנע אינצידענטן! ס'שטייגט שוין באלד שנעלער ווי Dogecoin!

די רעגירונג האט שוין לאנג צוריק צוגעלייגט מאכט פאר די אוויאציע אדמיניסטראציע צו אינפארסירן פאליסיס און באשטראפן פארלעצער. אנדערש ווי איך טוה מיט מיין שכל נוצט יא די FAA די כח וואס מ'האט זיי געגעבן און טראגן כסדר אריין קרימינאלע און ציווילע קלאגעס קעגן רייזנדע.

פארגאנגענעם פרייטאג האט די FAA ארויפגעלייגט געלט שטראפן אין די civil penalty קאטעגאריע אויף פיר באזונדערע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלאזט מיט געפעכטן און באזידלונגען אויף פליגער-מאנשאפט. די באזונדערע אינצידענטן זענען פארגעקומען צווישן דעם פארגאנגענעם דעצעמבער 22 און פעברואר 7.
די הארבסטע שטראף איז געגעבן געווארן פאר א דזשעט-בלו פאסאדזשיר וואס האט גענומען זאכן צו א פיזישע שטאפל און אטאקירט פלייט אטענדענטס. די FAA פארלאנגט פון אים א באשיידענע אפצאל פון $32,750!
די אנדערע דריי זענען צוטיילט צווישן אינצידענטן פארגעקומען אויף דעלטא, אלאסקע און סאוטוועסט פליגער, ווען די נידריגסטע שטראף טראגט א מינימאלע בודזשעט-פריינטליכע price tag פון 9 טויזנט דאללער!
דריי פון די פיר אינצידענטן האבן זיך אנגעהויבן מיט א מאסק-געראנגל, די אנדערע איז סתם געווען א פאסאדזשיר וואס האט נישט געהאלטן ביים זיצן ווען די פליגער האט זיך געדארפט הייבן און געמאכט א גאנצן בראטל איבער דעם.

נעמנדיג אין באטראכט אז אזעלכע אינצידענטן שפילן זיך אפ טעגליך, און די FAA באהאנדלט דא געשיכטעס פון 3 חדשים צוריק, קען מען ערווארטן אז נאך אזעלכע ביללס וועלן ארויסגעשיקט ווערן צו מענטשן פארוויקלט אין געפעכטן שפעטער ווי פעברואר.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

Surface
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Surface » דינסטאג מאי 11, 2021 2:00 pm

זייער שיין קאקפיט.
די געשמאקע שפראך לייגט צו אן עקסטערן אפעטיט צום לעזן... ייש״כ.
כ׳בין געפלויגן מיד-פעברואר, די העד-סטוארד - טאקע אויף דזשעט בלו - האט גענומען ס׳גאנצע מאסק עסק עפעס אויסטערליש פערזענליך, און נישט אויפגעהערט צו סטראשען מיט אזאנע באשיידענע $35,000 פיינס פאר׳ן נישט אויספאלגן... זעה איך יעצט אז יש דברים בגו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמשונוב, יאנקי, מיכאלבאחת, ס׳וועט זיין בעסער, קרייסלער און 23 געסט