נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:03 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:נאך אן איזראעלישע עירליין וועט אויפהערן פליען אום שבת קודש
די איזאעלישע עירליין Israir וועט אפשטעלן אלע פלי רייזעס - סיי דאמעסטיק און סיי ארויס פון לאנד - אום שבת קודש.

יום בשורה הוא לנו. יתגדל ויתקדש שמיה רבא.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:17 pm

באואינג שטופט אפ רעטייערמענט יארגאנג צו 70
באואינג האט אויסגערופן א שטארקע פאליסי טויש, אראפשטעלנדיג די age ווען קאמפאני עקזעקיוטיוון מוזן רעטייערן ביי 70, אין פלאץ פון די ביז יעצטיגע 65 יאר גרעניץ.
די טויש איז דירעקט געציהלט צו ערלויבן די יעצטיגע טשיף עקזעיוטיוו David Calhoun צו בלייבן אויף זיין פאזיציע נאך 5 יאר. Calhounס 65'סטע געבורטסטאג איז אפריל 1 2023, יעצט וועט ער קענען בלייבן אויפן העכסטן זיץ אין די קאמפאני ביז אפריל 2028. (דערמאנט דיך דעיס פון פוטינלאנד?)

דעיוויד האט באקומען די CEO פאזיציע אין יאנואר 2020, נאך וואס זיין פארגייער האט רעזיגנירט אין שאטן פון די 737 MAX סקאנדאל. אריינקומענדיג אין א סקאנדאליעזע תקופה איז קיינמאל נישט גרינג, אבער דאס איז קליינגעלט קעגן די טשעלענדזשעס מיט וואס ער האט זיך געדארפט ספראווען דורכאויס גאנץ 2020.
א ווארטזאגער פאר די קאמפאני זאגט אז "מיט א שטארקע פירערשאפט האט ער דורכגעטראגן די קאמפאני אין איינע פון די שווערסטע צייטן אין איר לאנגע היסטאריע" און איבער דעם "האבן די באורד מעמבערס באשלאסן אים צו געבן די מעגליכקייט צו בלייבן מיט זיין ראלע לענגער ווי די קאמפאני סטאנדארטן".

דעיוויד קען רעטייערן פריער אויב ער וויל, די בחירה איז זיינס.
די טויש וועט אויך אפעקטירן אנדערע עקזעיוטיווס און באורד מעמבערס, ווי אויך די נעקסטע CEOס וואס וועלן קומען נאך אים אין די רייע.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:50 pm

א ביליאן דאללער פאר אפאר איבריגע אינטשעס
אן אוסטראלישער פיגור האט געדארפט אביסל עקסטערע לעג-רום אויף א פלייט, אבער די פרייז פון א ביליאן אוסטראלישע דאללארן האט אים נישט אויסגעזען צו זיין ווערד.

דעיוו או'ניעל, א אוסטראלישער קאמידיען, האט געוואלט כאפן א לעצט-מינוטיגע פלייט און זיך גרייט געווען צו ערלויבן די עקסטערע פרייז פאר נאך אפאר אינטשעס אויסצוציען די פיס. אבער ביים פרובירן צו נעמען די אפציע האט אים די סיסטעם געגעבן א quote פון נאנט צו א ביליאן אוסטראלישע דאלער! (איך גיי נישט ארויסשלעפן מיין currency converter פאר דיר, רעכן אליין אויס וויפיל ס'איז אין אמעריקאנע געלט).
ער האט גלייך געכאפט א סקרינשאט פון די איבערגעטריבענע פרייז און עס געשיקט פאר Qantas דורך טוויטער קאמענטירנדיג "ס'זעהט אויס אביסל העכער ווי די געווענליכע פרייז".
1bAUD.jpg
1bAUD.jpg (65.28 KiB) געזעהן 1422 מאל

צוליב זיין פאפולערקייט (מיט איבער 20 טויזנט נאכפאלגערס אויף טוויטער) איז עס שנעל פארשפרייט געווארן אויף סאושעל מידיע און באריכטעט געווארן אין אסאך נייעס קוואלן.
פרייליכע רעאקציעס זענען געפלויגן פון אלע זייטן "ענק סעלעברעטיס ווילן זיך אייביג ארויסדרייען פון צאלן די פולע פרייז" האט איינער רעאגירט צו זיין "באקלאגעניש" אז ס'זעהט אויס צו טייער. "איך האף אז מאלצייטן זענען אויך אריינגערעכנט אין דעם פרייז" זאגט א צווייטער ליידיגייער וואס זיצט אויף סאושעל מידיע.

אין די ענדע האט ער - ביים ארויסטשעקן - יא באקומען די נארמאלע פרייז פאר אזא טריפ, אבער וועם גייט עס אן...
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:55 pm

קו הישר האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:נאך אן איזראעלישע עירליין וועט אויפהערן פליען אום שבת קודש
די איזאעלישע עירליין Israir וועט אפשטעלן אלע פלי רייזעס - סיי דאמעסטיק און סיי ארויס פון לאנד - אום שבת קודש.

יום בשורה הוא לנו. יתגדל ויתקדש שמיה רבא.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 10:58 am

סאוטוועסט - די איינציגסטע אמעריקאנע עירליין מיט פראפיט פארן ערשטן קווארטל
יונייטעד, דעלטא, אמעריקען און אלאסקע זענען שוין אלע ארויסגעקומען באריכטן שווערע פארלוסטן פאר די ערשטע יאר-פערטל פון 2021. אבער סאוטוועסט עירליינס האט יא באוויזן אריינצוקומען מיט א 116 מיליאן דאלער'דיגן פראפיט רעפארט.
די פארדינסטן פון סאוטוועסט זענען בלויז אדאנק די פינאנציעלע שטיצע פון די גאווערמענט פאר די עירליין סעקטאר, אן דעם וואלט די עירליין געקענט זעהן א ביליאן דאלער אויף די מינוס זייט, אבער זי שטייט נאך פיל בעסער פון די אנדערע וועלכע האבן דערלייגט ביליאנען, שוין נאך די גאווערמענט שטיצע.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 11:47 am

א נקמה אין די אלע רשעותדיגע עירליין עקזעקוטיוו וואס זיצן און ברעכן זיך קאפ וויאזוי ארויסצוציען נאך אפאר דאלאר
פון דעם נעבעכדיגע סארדין צאמגעפרעסטע פאסאנדזשיר, די לעצטיגע רשעות פון נישט לאזן ארויפברענגען א הענד לאגגעדזש,
איז שוין אריבער אלע גבולים.

סאוטוועסט וואס לאזט יעדן איינטשעקן צוויי רענצלעך בחינם מאכט מער געלט ווי זיי.

גייטס אלע אין דער ערד.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 12:04 pm

"וועלטס פארנומענסטע עירפארט" פארלוירן איר טיטל אין 2020
אטלאנטש'ס Hartsfield–Jackson עירפארט (ATL) וועלכע שטאלצירט שוין פאר 22 יאר אלס די פארנומעסטע עירפארט איבער די וועלט האט זיך אין 2020 אפגענויגט פאר א כינעזע קאמפאטישן.

אין די לעצטע צוויי-צענדליג יארן האט ATL געזעהן א געזונטע וואוקס אין פאסאדזשירן טרעפיק כמעט יערליך. צ.ב. בלויז אין די לעצטע פינף יאר איז עס געשטיגן פון 101.5 מיליאן אין 2015 צו 110.5 מיליאן אין 2019.
מיט אזעלכע ציפערן איז נישט שווער געווען אנצוהאלטן איר פלאץ אויפן אויבן-אן אלס נומער איינס אין די עירפארט ליסטע.

אבער סטאטיסטיקס און יעדעס-יאריגע ציפערן זענען נישט רעלעוואנט פאר אזא יאר ווי צוויי טויזנט און צוואנציג, בפרט ווען עס קומט צו אוויאציע. ATL האט זיך געטראפן ביים ענדע פונעם יאר מיט מער ווי א זעכציג פראצענטיגע רעדוקציע אין רייזנדע! ווייניגער ווי 43 מיליאן האבן זיך באנוצט מיט דעם לופט-פעלד דורכאויס דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר!
פאלגנד האט איר א graph וואו מ'קען זעהן ווי מיאוס די גליטש איז (גענומען פון וויקיפידיע)
KATL.JPG
KATL.JPG (24.47 KiB) געזעהן 1300 מאל

די שטארקע גליטש אויף אראפ האט אראפגערוקט די עירפארט פון נומער איינס צו נומער צוויי אין די ליסטע, ווען אויפן ערשטן פלאץ זעצט זיך אריין א כינעזע עירפארט אין די Guangzhou געגנט. דאס איז ענליך צו דעם וואס איז געשעהן צו Heathrow עירפארט, וועלכער האט פארלוירן איר מזרח זיץ אין די אייראפעאישע מארקעט.
עקספערטן זאגן אז די טראסקע גייט נישט וויי טוהן אויף אייביג, און עס איז נישט דא קיין סיבה פארוואס Atlanta זאל זיך נישט צוריקכאפן ווען די לופט וועט ווידער אריינלאזן עראפלאנען געהעריג.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 12:16 pm

וואס איז אזוי עקסיידינג אין אטלאנטא אז די עירפארט איז אזוי פארנומען?

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 12:35 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:וואס איז אזוי עקסיידינג אין אטלאנטא אז די עירפארט איז אזוי פארנומען?

איך האב אמאל געליינט א גאנצע ארטיקל וועגן דעם. איך געדענק נישט יעצט אלע פרטים, אבער ס'האט אסאך צו טוהן מיט דעלטא'ס hub דארט. אויך איז נישט דא קיין אנדערע גרויסע עירפארט אין יעדע געגנט.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אפריל 23, 2021 2:06 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:גייטס אלע אין דער ערד.

טעות, מיינסט מסתמא גייטס אלע צום הימל,

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אפריל 23, 2021 2:10 pm

שרעקעדיגע לאנדינג מיט א דזשעט בלו פליגער פון פלארידע צו ניו יארק

נעכטן האט פאסירט א שרעקעוודיגער אינצידענט מיט א דזשעט בלו פליגער פול מיט אידן וואס זענען געקומען פון פלארידא צו ניו יארק, ווען מאשינען\מאטארן אויפן פליגער האבן נישט געארבעט כדבעי און די "פלעפס" (עפעס אזוי) האט זיך נישט געקענט עפענען און זאכן זענען געווארן אווערהיעטעד, די פאסאנדזשירן האבן געזען אויף זייערע סקרינס ווי די לאנדינג טיים ווערט פארלערנגערט מער און מער...... און די פלייט אטענדענטס שושקען זיך ארום.... ביז דער שרעקעדיגער באפעל איז געקומען אז מען זאל "ברעיסן פאר אימפעקט" און זיין גרייט זיך אראפצוגליטשן פונעם פליגער ווי נאר עס איז מעגליך...... בשעת דער פליגער קומט צו לאנדן אויפן ראנוועי ארומגענומען מיט עמערדזשענסי ווהיקלס.

דאס איז געווען א נסיעה צום געדענקען!

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יש לו מנה » פרייטאג אפריל 23, 2021 3:09 pm

מיט וועלכע סארט פליגער?
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג אפריל 23, 2021 3:44 pm

כ'ביניש זיכער אבער כ'מיין אז דזשעט בלו נוצט בעיקר נאר עירבאס A320

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יש לו מנה » פרייטאג אפריל 23, 2021 3:59 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:כ'ביניש זיכער אבער כ'מיין אז דזשעט בלו נוצט בעיקר נאר עירבאס A320

ס’איז גראדע זייער א געשמאקע פליגער, ס’איז אזוויווי די באואינג 737.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אפריל 23, 2021 4:38 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:"וועלטס פארנומענסטע עירפארט" פארלוירן איר טיטל אין 2020
אטלאנטש'ס Hartsfield–Jackson עירפארט (ATL) וועלכע שטאלצירט שוין פאר 22 יאר אלס די פארנומעסטע עירפארט איבער די וועלט האט זיך אין 2020 אפגענויגט פאר א כינעזע קאמפאטישן.

אין די לעצטע צוויי-צענדליג יארן האט ATL געזעהן א געזונטע וואוקס אין פאסאדזשירן טרעפיק כמעט יערליך. צ.ב. בלויז אין די לעצטע פינף יאר איז עס געשטיגן פון 101.5 מיליאן אין 2015 צו 110.5 מיליאן אין 2019.
מיט אזעלכע ציפערן איז נישט שווער געווען אנצוהאלטן איר פלאץ אויפן אויבן-אן אלס נומער איינס אין די עירפארט ליסטע.

אבער סטאטיסטיקס און יעדעס-יאריגע ציפערן זענען נישט רעלעוואנט פאר אזא יאר ווי צוויי טויזנט און צוואנציג, בפרט ווען עס קומט צו אוויאציע. ATL האט זיך געטראפן ביים ענדע פונעם יאר מיט מער ווי א זעכציג פראצענטיגע רעדוקציע אין רייזנדע! ווייניגער ווי 43 מיליאן האבן זיך באנוצט מיט דעם לופט-פעלד דורכאויס דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר!
פאלגנד האט איר א graph וואו מ'קען זעהן ווי מיאוס די גליטש איז (גענומען פון וויקיפידיע)
KATL.JPG

די שטארקע גליטש אויף אראפ האט אראפגערוקט די עירפארט פון נומער איינס צו נומער צוויי אין די ליסטע, ווען אויפן ערשטן פלאץ זעצט זיך אריין א כינעזע עירפארט אין די Guangzhou געגנט. דאס איז ענליך צו דעם וואס איז געשעהן צו Heathrow עירפארט, וועלכער האט פארלוירן איר מזרח זיץ אין די אייראפעאישע מארקעט.
עקספערטן זאגן אז די טראסקע גייט נישט וויי טוהן אויף אייביג, און עס איז נישט דא קיין סיבה פארוואס Atlanta זאל זיך נישט צוריקכאפן ווען די לופט וועט ווידער אריינלאזן עראפלאנען געהעריג.

איך בין טאקע געווען דארט לעצטע יאר נאך פורים, עס איז געווען ליידיג! איך האב געכאפט בילדער בשעתו, דארף מען עס נאר טרעפען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אפריל 23, 2021 4:40 pm

אז איך שרייב שוין יא, קודם א דאנק פאר דיינע באטעמטע תגובות, פיל מיט תוכן, און מיט הימעריסטישע ספייס.
עניוועי מיין שאלה איז, אויב די פיילעטס/פלייט אטענדענס האבען א ספעציעלע טריק וואס מאכט אז זייער אויער זאל זיך נישט פארשטאפן ביי יעדע פלייט?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

א פרייליך אידל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 10:47 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך א פרייליך אידל » פרייטאג אפריל 23, 2021 5:22 pm

דעי אימעיל האבן זיי יעצט געשיקט צו אלע וואס זענען געווען אויף דע פלייט

Untitled.png
Untitled.png (42.33 KiB) געזעהן 1055 מאל
דניאל אויערבאך האט געשריבן:שרעקעדיגע לאנדינג מיט א דזשעט בלו פליגער פון פלארידע צו ניו יארק

נעכטן האט פאסירט א שרעקעוודיגער אינצידענט מיט א דזשעט בלו פליגער פול מיט אידן וואס זענען געקומען פון פלארידא צו ניו יארק, ווען מאשינען\מאטארן אויפן פליגער האבן נישט געארבעט כדבעי און די "פלעפס" (עפעס אזוי) האט זיך נישט געקענט עפענען און זאכן זענען געווארן אווערהיעטעד, די פאסאנדזשירן האבן געזען אויף זייערע סקרינס ווי די לאנדינג טיים ווערט פארלערנגערט מער און מער...... און די פלייט אטענדענטס שושקען זיך ארום.... ביז דער שרעקעדיגער באפעל איז געקומען אז מען זאל "ברעיסן פאר אימפעקט" און זיין גרייט זיך אראפצוגליטשן פונעם פליגער ווי נאר עס איז מעגליך...... בשעת דער פליגער קומט צו לאנדן אויפן ראנוועי ארומגענומען מיט עמערדזשענסי ווהיקלס.

דאס איז געווען א נסיעה צום געדענקען!

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג אפריל 27, 2021 4:55 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:אז איך שרייב שוין יא, קודם א דאנק פאר דיינע באטעמטע תגובות, פיל מיט תוכן, און מיט הימעריסטישע ספייס.
עניוועי מיין שאלה איז, אויב די פיילעטס/פלייט אטענדענס האבען א ספעציעלע טריק וואס מאכט אז זייער אויער זאל זיך נישט פארשטאפן ביי יעדע פלייט?

איך ווייס נישט פון אזאנס
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 11:26 am

להגדיל שמו האט געשריבן:א דאנק פאר דיינע באטעמטע תגובות, פיל מיט תוכן, און מיט הימעריסטישע ספייס.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27246
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:08 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אז איך שרייב שוין יא, קודם א דאנק פאר דיינע באטעמטע תגובות, פיל מיט תוכן, און מיט הימעריסטישע ספייס.
עניוועי מיין שאלה איז, אויב די פיילעטס/פלייט אטענדענס האבען א ספעציעלע טריק וואס מאכט אז זייער אויער זאל זיך נישט פארשטאפן ביי יעדע פלייט?

איך ווייס נישט פון אזאנס

פארהאן אן אשכול ערגעץ דא אין וועלטל מיט עצות דערצו.

viewtopic.php?f=71&t=6752
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » זונטאג מאי 02, 2021 4:14 pm

פעדעראלע מאסק מאנדאט פארצויגן ביז ענדע זומער
די TSA האט געלאזט וויסן אז די ביידן אדמיניסטראציע האט אויסגעצויגן די דאטום פון די מאנדאט וועלכע האט געדארפט אפלויפן אינעם עלעפטן פון דעם חודש ביז צו סעפטעמבער 13 הבעל"ט.

די פעדעראלע מאנדאט איז מחייב אלע פאסאדזשירן אויף פאבליק טראנספארטאציע אריינגערעכנט ערעפלאנען, ווי אויך ביים זיך דרייען אין פאבליק לופט-פעלדער. קינדער אונטער צוויי יאר זענען פטור.
די FAA איז אונטערגעקומען מיט גרויסע שטראפן צו אינפארסירן די רעגולאציעס, פילע אנקלאגעס זענען שוין אריינגעטראגן געווארן אין די אמעריקאנע געריכט הייזער קעגן פאלעצער.

אויסער די פעדעראלע מאנדאט האבן עירליינס אייגענע פאליסיס אויף דעם און זענען נאך שטרעגער אין די אינפארסירונג ווי די רעגירונג זייענדיג מיט דעם קריסטליכער ווי דעם פויפסט. עירליינס האבן שוין ארויפגעלייגט הונדערטע קאסטומערס אויף די "נאו פליי" ליסטע פאר פארלעצונגען אריינגערעכנט עטליכע גרויסע קאסטומערס וואס זענען שוין געפלויגן מיט די עירליינס מיליאנען מיילן און טראגן די העכסטע סטאטוסן מיט די עירליינ'ס לאיעלטי פראגראמען.

צווישן די געפאלענע ציילט זיך די אלאסקע סטעיט סענעטארשע Lora Reinbold. די רעפאבליקאנע סענעטארשע וועלכער איז אן אויסגעשפראכענע קריטיקירער פון מאסק-טראגעריי, האט אפגעזאגט דאס גיין מיטן פאטשיילע אויפן געזיכט דורכאויס א פלייט פאריגן נאוועמבער, און ס'האט געדויערט ביז דעם פארגאנגענעם אפריל ווען א ווידיאו פון דעם געפעכט האט אנגעהויבן צירקולירן אויף סאציאלע מידיע, און דאס האט געברענגט אז אלאסקע עירליינס זאל אויסרופן אז זי איז שוין נישט וועלקאם אויף זייערע פליגער.

יעצט, מיט די עקסטענשן צו די פעדעראלע מאנדאט קען מען זיך רישן אויף נאך לענגערע און פארצויגענערע רעאקציעס דורך די עירליינס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג מאי 02, 2021 4:21 pm

אוי וויי

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » זונטאג מאי 02, 2021 4:47 pm

קלאנגען אז נייע עירליין לייגט צו 20 פליגער צום ארדער
אסאך האבן מיר שוין געהערט איבער Breeze Airways וואס פלאנט אויסצושפרייטן פליגלען איבער די אמעריקאנע הימלען, ס'זעהט אויס ווי זאכן גייען פאזיטיוו פאר זיי.

שמועות קורסירן אז אין צוגאב צו די ארדער פון 60 A220ס וואס די קאמפאני האט שוין באשטעלט, איז צוגעלייגט געווארן נאך 20 שטיק צוליב פאזיטיווע געפילן ביי די הויפקוואטירן אז מ'גייט עס דארפן נוצן. די עירליין האט נישט באשטעטיגט די שמועות און עירבאס האט זיך אויך נישט געלאזט הערן, אבער אין א באריכט וואס עירבאס האט געפיילט דערמאנט זי אן ארדער פון 20 פון די מאדעל.
אויב איז די אויבערדערמאנטע ריכטיג, מיינט דאס אז די נייע עירליין וועט אריינקומען אלס די צווייט גרעסטע אפערעיטער פון די A220ס. אויפן ערשטן ארט זיצט דעלטא מיט 95 A220ס אין איר פלאטע.

די עירליין האט נאכנישט ארויסגעשטעלט די רוטס וואו זיי פלאנען צו פליען, אבער מיט א העפטיגן קאמפיין אויפצונעמען ארבעטער, און די ענטוזיאזם מיט וואס די מארקעט האט עס אויפגענומען זעהט זיך אויס אז דער עולם וועט "גיין פאר דעם".

פארהאן נאך א נייע אמעריקאנע עירליין Avelo Airlines, וואס האט שוין פאקטיש אנגעהויבן פליען דעם פארגאנגענעם אפריל 28. אבער Breeze געניסט פון סך מער אטענטשן צוליב איר פאפולערע גרינדער David Neeleman, וועלכע האט שוין סוקסעספול געבויעט עטליכע עירליינס דורכאויס זיין קאריערע אין אוויאציע, אריינגערעכנט דזשעט בלו.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » זונטאג מאי 02, 2021 5:17 pm

נאך ווייפיי אין די רוימען ביי דעלטא און ביי KLM
צוויי עירליינס זענען אונטערגעקומען מיט מעלדונגען דורכאויס די לעצטע וואכן אז זיי וועלן פארברייטערן זייער ווייפיי אין-פלייט.

דעלטא זאגט אז זיי האבן אנגעהויבן א נייע פראיעקט צו אינסטאלירן Viasat אינטערנעט סערוויס אויף אלע זייערע דאמעסטיק רוטס, און וועט זיין פערטיג מיט די ארבעט ענדע 2022. זיי זאגן אז די נייע קאנעקשן וועט ערלויבן שנעלערע, גרינגערע און ביליגערע ווייפיי דורכאויס די רייזע.
דעלטא טוט יעצט אויך אפפערן קאנעקשן אויף אירע דאמעסטיק פלייטס (איך בין נישט זיכער אויב אלע. @שלמה וואו ביסטו?) דורך די סערוויס פון א קאמפאני Gogo. אבער דעלטא רופט די יעצטיגע טויש א "אפגרעיד" צו בעסערע סערוויס.

אין די יארן צווישן 2016 און 2019 האט אמעריקען עירליינס געטוישט רוב פון איר פליגער צו Viasat, אבער נישט אלע. דאס שאפט נאך ביז היינט פראבלעמען פאר אזעלכע וואס קויפן די קאנעקשן פון Gogo אדער ViaSat דירעקט ווייל זיי ווייסן נישט אויב זיי וועלן עס קענען נוצן אויף אלע זייערע טריפס.

דעלטא וועט אונטער די נייע פלאן ווייטער אפפערן אומזינסטע מעסעדזשינג דורך עפפס ווי iMessage און וואטס-עפפ.

***
אריבער אין אייראפע האט KLM געמאלדן אז זיי האבן געלייגט אויף טרייעל די ווייפיי פון Viasat אויף אירע 737ס. די קאמפאני האט שוין אויסגערופן אין פאריגען נאוועמבער אז זי האט געשלאסן א דיעל מיט דעם קאנטראקטער צו אינסטאלירן ווייפיי אויף טייל פון אירע עראפלאנען, און יעצט איז עס שוין אריין אין די פאקטישע פאזעס.

די קאמפאני לייגט עס אויף טרייעל פאר א שטיק צייט, דערנאך וועט עס אריינגיין אין געהעריגן באנוץ אויף אירע 737ס און אויף די קלענערע Embrar E195 פליגער. דאס מיינט אז די נייע ווייפיי וועט דעקן קורץ-שטרעקיגע רייזעס אין אייראפע.
מעסעדזשינג עפפס וועלן געניסן פון אומזינסטע סערוויס.

KLM האט קאנטראקטס מיט נאך צוויי אנדערע קאמפאניס וואס שטעלן צו קאנעקשן אויף אירע גרעסערע פליגער. Panasonic eXConnect פארבינדט אירע 787ס צום אינטערנעט, און Gogo איז פאר די 777ס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » זונטאג מאי 02, 2021 5:42 pm

Boeing רעקארדירט פארלוסטן פארן ערשטן קווארטל פון 2021
די ריז אין עראפלאן-פראדוקציע האט ארויסגעשטעלט די ענטגילטיגע ציפערן וועלכע צייגן א מינוס פון 500 מיליאן דאללער, אבער ס'איז נישט קיין זייער שלעכטע נייעס.

א פארלוסט פון א האלבע מיליאן וואלט מיך שוין לאנג אריינגעווארפן אין באנקראט, אבער פאר באואינג איז עס נישט אזוי געפערליך. ערשטנס איז די נומער סך בעסער ווי די רויטע 641 מיליאן פאר די זעלבע צייט-אפשניט אין 2020, אויך צייגט די באריכט אז די קאמפאני האט דעליווערד 77 פליגער אין די דריי מאנאטן, וועלעכס איז א שיינע ציפער.

עקסטער זאגט די עירליין אז זי איז פעסט "אן-טרעק" מיט איר ציהל צו פראדוצירן אזויפיל ווי 31 פון די 737 MAX חודש'ליך, אין אנהייב 2022 פלאנט די קאמפאני צו זיין ביי דעם ציפער.

אנדערע פאזיטיווע נייעס פאר באואינג איז אז די UK האט אראפגענומען די פארבאט אויף די 777 וועלכע טראגן די ענדזשין וואס האט אויפגעריסן ביי די יונייטעד פלייט 328 פארגאנגענעם פעברואר. דאס עפנט די טיר פאר נאך 128 באואינג פליגער אריינצוגיין אין UK הימלען.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט