נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re:

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יולי 22, 2021 12:06 am

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס קאקפיט!

שיינע נייעס און נאך בעסער אראפגעלייגט.

גאמ
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יולי 22, 2021 12:18 am

ייש"כ קאקפיט, גאר אינפארמאטיוו און מיט א געשמאקע שפראך!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יולי 22, 2021 12:24 am

איש האשכולות האט געשריבן:ייש"כ קאקפיט, גאר אינפארמאטיוו און מיט א געשמאקע שפראך!

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג יולי 22, 2021 11:00 am

אידיאט האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?

ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.

יש״כ.
וואס איז טאקע די סיבה אז דער עולם וויל אזוי שטארק די מעקס? וואס פעלט עס די קאפוויי? איז דען נישט דא אן אנדערע מאדעל וואס טוט די זעלביגע?

אין איין ווארט. ניין. ס'איז נישט דא.
ס'איז די פערפעקט efficient פליגער פאר די צאל זיצן און רעינדזש וואס ס'האט (איך פלאן נאכצוקומען א לאנגע אנאליז אויף דעם).
חוץ מזה האב איך שוין אסאך מאל געשריבן אז עירליינס שפארן זיך "מיליאנען", ווייל די מעקס איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות פון די אור-אלטע 737, און זיי דארפן נישט איבערטרענירן פילאטן\מעכאניקער פון סקרעטש, אלע עקזיסטירנדע רולס וואס זיי האבן פאר די טראדיציאנעלע 737 אפלייט אויך צו די מעקס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דאנארשטאג יולי 22, 2021 12:17 pm

FAA אפראווד פלאן פאר AirTrain LGA
וועט עפענען פאבליק הירינג אין אוגוסט.

שוין א לאנגע צייט וואס די Port Authority און די MTA קאלאברירן מיט פלענער צו מאכן א Rail סיסטעם וואס זאל פארבינדן לא גווארדיע עירפארט צו די סיטי'ס גרויסע סאבוועי סיסטעם. כעת איז נישט דא קיין דירעקטע באן וואס פארט ביז לא גווארדיע, די איינציגסטע אפציע אנצוקומען איז מיטן טרענספערן צו א באס ליין.
JFK האט א עירטרעין וואס קאננעקט עס צו די A,E,J און Z ליניע, און אויך צו די לאנג איילענד רעיל ראוד. Newark האט אויך א רעילוועי וואס באהעפט עס צו די צענטראלע ניו דזשערסי טראנזיט סיסטעם. אבער LGA נישט.

אין 2015 האט די גאווערנער געמאלדן די גרויסע פלענער. במשך די קומענדיגע פאר יאר זענען קאנטראקטערס געהייערט געווארן, אפראוועלס פון די סטעיט ביוראען זענען געשאפן געווארן, די פונקטליכע פלענער זענען אויסגעטענה'ט געווארן און די בודזשעט איז באשטימט געווארן.
די ענטגילטיגע בלו-פרינט פלאנט אוועקצושטעלן אן עירטרעין וואס וועט קאנעקטען דעם עירפארט צו די Mets-Willes point סאבוועי סטאנציע אין קווינס ממש הינטער סיטי-פיעלד, איין און אהאלב מייל אוועק פון די עירפארט. יענע סאבוועי סטאנציע סערווירט די 7 ליניע און די לאנג איילענד רעיל-ראוד.
אזא פראיעקט וועט קאסטן פאר די קאסע כללי אוו ניו יארק א געשאצטע 1.5 ביליאן דאללער.

די MTA און די פארט אוטאריטי זענען זייער צופרידן מיט דעם פלאן, אבער די איינוואוינער וואס וואוינען ארום די געגענט פון די געפלאנטע סטרוקטור זענען נישט, און מיט זיי שטייען נאך אסאך טראנזיט עקספערטן וואס טענה'ן אז ס'וועט ממש נאר ברענגען א נוצן פאר א קליינע פראצענט פון די סיטי. פאר איינוואוינער און ביזנעסלייט פון מאנהעטן וועט עס ממש נישט זיין קיין אויפטוה, ווייל די קאנעקטינג פוינט איז פונקט אין די פארקערטע ריכטונג.

אזוי צו אזוי, האט די עירפארט אריינגעגעבן א אפליקאציע צו די FAA אז זיי זאלן אפראוון די פלאן. איך מיין אז א עירפארט מענעדזשמענט דארף בעצם נישט באקומען קיין FAA אפראוול פאר יעדע אינפארסטראקטשער פראיעקט אין עירפארטס, אבער כדי צו געניסן פון פעדעראלע פאנדינג דארף עס יא א אפראוול (ענליך צו דעם וואס איך בין נישט געצווינגן צו באריכטן מיין דזשאב\פאמיליע\וואוינארט סטאטוס פאר די גאווערמענט, אויסער אויב איך דארף פוד סטעמפס\מעדיקעיד\סעקשן 8 א.א.וו. נישטא ווער זאל לאכן).
נעכטן איז די initial אפראוול אנגעקומען און אין אוגוסט וועט די אגענטור נעמען קאמענטס פון די פאבליק אויף די פלאן.

אויב ווערט עס אפראווד, וואס מיינט עס פאר דיר?
פאר א וויליאמסבורגער איינוואוינער דויערט די וועג צום עירפארט מיט א קאר 15 מינוט אן קיין טרעפיק און ס'קען גיין ביז 50 מינוט אין אנגעלייגטע (כלומר: געווענליכע) צייטן. א קאר סערוויס רעכנט אין דורכשניט 30 דאללער פאר די רייזע.
מיט די G טרעין פון די בראדוועי סטאנציע איז עס א רייזע פון ארום 40 מינוט ביז וויליס פוינט (נאכן טרענספערן צו די 7 ליניע), און דערנאך וועט מען דארפן טרענספערן צו די עירטרעין. די סאבוועי קאסט 2.75 (אדער 1.35 מיט FairFare), און איך גלייב אז די עירטרעין וועט קאסטן אויך עפעס אזא נאמבער, ווייל די 8 מייליגע JFK טרעין קאסט 7.75.
מאך דעם חשבון און לאז מיך נישט וויסן אויב דו וואלסט ווייטער געפארן מיט די קאר אדער מיט די נייע אפציע.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג יולי 22, 2021 12:20 pm

קאר

אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך אידיאט » פרייטאג יולי 23, 2021 12:41 am

Ivelt Cockpit האט געשריבן:FAA אפראווד פלאן פאר AirTrain LGA
וועט עפענען פאבליק הירינג אין אוגוסט.

שוין א לאנגע צייט וואס די Port Authority און די MTA קאלאברירן מיט פלענער צו מאכן א Rail סיסטעם וואס זאל פארבינדן לא גווארדיע עירפארט צו די סיטי'ס גרויסע סאבוועי סיסטעם. כעת איז נישט דא קיין דירעקטע באן וואס פארט ביז לא גווארדיע, די איינציגסטע אפציע אנצוקומען איז מיטן טרענספערן צו א באס ליין.
JFK האט א עירטרעין וואס קאננעקט עס צו די A,E,J און Z ליניע, און אויך צו די לאנג איילענד רעיל ראוד. Newark האט אויך א רעילוועי וואס באהעפט עס צו די צענטראלע ניו דזשערסי טראנזיט סיסטעם. אבער LGA נישט.

אין 2015 האט די גאווערנער געמאלדן די גרויסע פלענער. במשך די קומענדיגע פאר יאר זענען קאנטראקטערס געהייערט געווארן, אפראוועלס פון די סטעיט ביוראען זענען געשאפן געווארן, די פונקטליכע פלענער זענען אויסגעטענה'ט געווארן און די בודזשעט איז באשטימט געווארן.
די ענטגילטיגע בלו-פרינט פלאנט אוועקצושטעלן אן עירטרעין וואס וועט קאנעקטען דעם עירפארט צו די Mets-Willes point סאבוועי סטאנציע אין קווינס ממש הינטער סיטי-פיעלד, איין און אהאלב מייל אוועק פון די עירפארט. יענע סאבוועי סטאנציע סערווירט די 7 ליניע און די לאנג איילענד רעיל-ראוד.
אזא פראיעקט וועט קאסטן פאר די קאסע כללי אוו ניו יארק א געשאצטע 1.5 ביליאן דאללער.

די MTA און די פארט אוטאריטי זענען זייער צופרידן מיט דעם פלאן, אבער די איינוואוינער וואס וואוינען ארום די געגענט פון די געפלאנטע סטרוקטור זענען נישט, און מיט זיי שטייען נאך אסאך טראנזיט עקספערטן וואס טענה'ן אז ס'וועט ממש נאר ברענגען א נוצן פאר א קליינע פראצענט פון די סיטי. פאר איינוואוינער און ביזנעסלייט פון מאנהעטן וועט עס ממש נישט זיין קיין אויפטוה, ווייל די קאנעקטינג פוינט איז פונקט אין די פארקערטע ריכטונג.

אזוי צו אזוי, האט די עירפארט אריינגעגעבן א אפליקאציע צו די FAA אז זיי זאלן אפראוון די פלאן. איך מיין אז א עירפארט מענעדזשמענט דארף בעצם נישט באקומען קיין FAA אפראוול פאר יעדע אינפארסטראקטשער פראיעקט אין עירפארטס, אבער כדי צו געניסן פון פעדעראלע פאנדינג דארף עס יא א אפראוול (ענליך צו דעם וואס איך בין נישט געצווינגן צו באריכטן מיין דזשאב\פאמיליע\וואוינארט סטאטוס פאר די גאווערמענט, אויסער אויב איך דארף פוד סטעמפס\מעדיקעיד\סעקשן 8 א.א.וו. נישטא ווער זאל לאכן).
נעכטן איז די initial אפראוול אנגעקומען און אין אוגוסט וועט די אגענטור נעמען קאמענטס פון די פאבליק אויף די פלאן.

אויב ווערט עס אפראווד, וואס מיינט עס פאר דיר?
פאר א וויליאמסבורגער איינוואוינער דויערט די וועג צום עירפארט מיט א קאר 15 מינוט אן קיין טרעפיק און ס'קען גיין ביז 50 מינוט אין אנגעלייגטע (כלומר: געווענליכע) צייטן. א קאר סערוויס רעכנט אין דורכשניט 30 דאללער פאר די רייזע.
מיט די G טרעין פון די בראדוועי סטאנציע איז עס א רייזע פון ארום 40 מינוט ביז וויליס פוינט (נאכן טרענספערן צו די 7 ליניע), און דערנאך וועט מען דארפן טרענספערן צו די עירטרעין. די סאבוועי קאסט 2.75 (אדער 1.35 מיט FairFare), און איך גלייב אז די עירטרעין וועט קאסטן אויך עפעס אזא נאמבער, ווייל די 8 מייליגע JFK טרעין קאסט 7.75.
מאך דעם חשבון און לאז מיך נישט וויסן אויב דו וואלסט ווייטער געפארן מיט די קאר אדער מיט די נייע אפציע.

ווער סאיז שוין געזעסן איינמאל אין עכטע טרעפיק אריינצוגיין אדער ארויס גיין פון לגא וועט ענדערש נעמען די טרעין אפילו עס קאסט די זעלבע. מדארף נישט צאלן פארקינג אויך.
איך האב שוין גענומען איינמאל די טרעין צו גפק אבער יענץ נעמט זייער לאנג און פון בפ איז בכלל נישט קיין אפציע.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך הרב יואל קליין » מאנטאג יולי 26, 2021 12:33 am

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?

ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.


טענקס. כהאף אז דו האסט טישוס..
כבין געוועו זייער טונד אוט. ווען האט די מעקס באקומען ריסערטיפיקעישאן? זענען אלע לענדער שוין מסודר דערמיט? זענען אלע פיקסעראציעס שוין מסודר? איז עס טאקע צוריק אז מ׳דארף נישט א עסקטרע טייפ סערטיפיקעט פארו מעקס? וואס הערט זיך מיט די AOA אינדיקעיטאר, מהאט עס אריינגעשטעלט פאר יעדן? געווענליכע נישט מיליטערישע פילאטן קענען דאס נישט ליינען!

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג יולי 27, 2021 9:36 am

הרב יואל קליין האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?

ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.


טענקס. כהאף אז דו האסט טישוס..
כבין געוועו זייער טונד אוט. ווען האט די מעקס באקומען ריסערטיפיקעישאן? זענען אלע לענדער שוין מסודר דערמיט? זענען אלע פיקסעראציעס שוין מסודר? איז עס טאקע צוריק אז מ׳דארף נישט א עסקטרע טייפ סערטיפיקעט פארו מעקס? וואס הערט זיך מיט די AOA אינדיקעיטאר, מהאט עס אריינגעשטעלט פאר יעדן? געווענליכע נישט מיליטערישע פילאטן קענען דאס נישט ליינען!

לענדער זענען צוביסלעך אריינגעקועמן מיט אפראוולס איינע נאך די צווייטע, און עירליינס זענען נאכגעקומען אין די רייע. איך מיין אז יעדער האט עס שוין אפראווד, די איינציגסטע וואס איך ווייס אז נישט, איז טשיינע, וואס טוט עס לכאורה מער אלס ביזנעס ווי אלס סעיפטי.
די MCAS און אלע אנדערע זאכן זענען אדרוך טוישונגען פארן ווערן אפראווד. פילאטן דארפן נישט קיין פולע עקסטערע טייפ סערטיפיקעט, אבער דארפן יא דורכגיין מער טרעינינג כדי צו קענען דרייוון די פליגער (א זאך וואס איז דא ביי יעדע וועריענט, ווייל weight and balance טוישט זיך אייביג, נאר דא איז עס לענגער)
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע ידיעות סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, א מוח, ב שלום, ברעיסעס, ווי מיינסטו גייסטו, יישר כח, כאפצעם, לייבעלע הירש, פראהביטש, קנעפעל, שואלכענין און 48 געסט