אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:02 pm

מסתמא האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:פון קאראנא ?

אוואדע

קאראונע מיט די נייע נאוויטשאק סטרעין

דאס איז שוין די צווייטע וועיוו פון די רוסישע סטרעין..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:40 pm

די קרעמלין זאגט אז "זי וועט נישט געבן "ספעציעלע טריעטמענט פאר נאוואלני. עס זענען דא 'רולס' און די ארעסטאנטן וועלן באקומט טריעטמענטס לויט די 'רולס' ".
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך טאנץ 2 » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:47 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:די וועלט איז שטיל איבער וואס פוטין טוט מיט אים דארט


וואס רעדסטו

פרעזידענט ביידען רעדט זייער שטרענג
:lol:

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך אזוי גוט » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:40 am

רוסלאנד – די אמעריקאנער רעגירונג האט באשלאסן צו לאזן פארלייפיג דעם טראמפּ-נאמינירטן אמבאסאדאר אין רוסלאנד אויפ'ן דזשאב. טראמפּ האט געשטעלט דעם אמבאסאדאר דזשאן סאליוואן מיט בערך איינס און אהאלב יאר צוריק, און אינערהאלב דער ביידען אדמיניסטראציע ווערט ער באטראכט אלס א סטאבילער פיגור וועלכער וועט העלפן ארויפרוקן די פּרעשור אויף רוסלאנד פאר זייערע שריט צו אונטערמינעווען אמעריקע'ס אינטערעסן איבער דער וועלט.
איד דעלי

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:57 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז די רוסישע פרעזידענט ווילאדאמיר פוטין האט זיך געלאזט שטעכן און האט גענומען די וואקסין, אבער נישט אין פארנט פון קעמערעס.
די קרעמלין האט נישט באשטעטיגט וועלכע וואקסין ער האט גענומען.
דימיטרי פעסקאוו, א ווערט זאגער פארן קרעמלין זאגט אז די פרעזידענט האט גענומען די וואקסין און יעדער קען זיין רואיג און פארזיכערט.
אויפן טענה אז פארוואס האט זיך נישט די פרעזידענט געלאזט פאטאגריפירן און דאס וועט נאכמער געבן די שטופ פאר די בירגער אין לאנד האט ער דאס גענצליך אוועק געמאכט.

אויפן בילד: רוסישער פרעזידענט פוטין צוריק אין קרעמלין היינט דינסטאג נאכן (מכלומר'שט) נעמען די וואקסין:

_117677645_putin.jpg

די קרעמלין האט געמאלדן אז די רוסישע פרעזידענט ווילאדאמיר פוטין האט גענומען די 2'טע דאזע פון די וואקסין, נישט מעלדענדיג וועלכע וואקסין.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער גענומען די ערשטע דאזע און זיך נישט געלאזט פאטאגריפירן און יעצט איז געקומען די באשטעטיגונג פון די קרעמלין אויף די צווייטע.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג אפריל 18, 2021 4:34 am

זעעך נישטא געשריבן.

דער פרעסע סעקראטאר פאר נאוואלני האט היינט געמאלדן מיט וויי געשריי אינעם 18׳טן טאג פון זיין הינגער סטרייק, אז טויט איז נישט קיין זאך וואס מניצט, אבער נאוואלני שטייט ביז טעג אוועק פון טויט, אויב וועט מען נישט קער נעמען פון אים.

כמיין שוין לאנג אז ער איז א גברא קטילא

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג אפריל 18, 2021 9:57 am

WASHINGTON: The White House informed Russia that there will be "consequences" if Kremlin-critic Alexei Navalny dies.
כאפט אפ! שרייבט אראפ! למען ידעו!
באוויינט נישט שפעטער!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון מאנרא צו :
OldpicturesMonroe@gmail.com


א גרויסער מח רעדט פון געדאנקען, א דורכשניטליכער רעדט פון זאכן, א קליינליכער רעדט פון מענטשן.

קארן
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך קארן » זונטאג אפריל 18, 2021 11:05 am

איך גיי איינהאנדלן א הונדערט ביליאן דאלער אינשורענס פאליסי אויף זיין קאפ....

מסתמא
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך מסתמא » זונטאג אפריל 18, 2021 1:03 pm

אליאירטע פונ'ם ארעסטירן רוסישן אפאזיציע פירער נעוואלני ווילן אפהאלטן מאסן פראטעסטן דעם מיטוואך צוליב זיין געזונט צושטאנד

קו"מ

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג אפריל 18, 2021 2:22 pm

וואס האלט דער עולם וואס גייצעך טוישן ווען נאוואלני גייט שטארבן?

גייט פוטין בלייבן די זעלבע שטארק און מאכטפול און באליבט ביים פאלק? אדער וועט זיך אנהייבן מאסן דעמאסטראציעס מיט א פאטענשיל מיליטער איבערגאנג?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אפריל 18, 2021 2:24 pm

זייער שווער פאראויסצוזאגן. קודם דארף מען זען ווער עס וועט נאך נאוואלני זיך נאך וואגן ארויסצושטעלן קעגן פוטין.


איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון נאוואלני.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך אזוי גוט » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:29 am

מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט באקומען א ווארענונג אז עס וועלן זיין ערנסטע קאנסעקווענצן פאר זיי אויב דער אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני שטארבט אין טורמע. די ווארענונג האט מען געהערט נעכטן פון דזשעיק סאליוואן, פּרעזידענט ביידען'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, וועלכער האט רעאגירט צו די באריכטן אז נאוואלני איז אין א קריטישן געזונט צושטאנד צוליב זיינע כראנישע פּראבלעמען אין צוגאב צו א הונגער סטרייק. נאוואלני'ס נאענטע זאגן אז ער איז אויפ'ן שוועל פון טויט.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך abeg » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:57 am

קען מען אײנער מסביר זײן פ״װ דער נאוואלני האט זיך צוריק-געקערט צו רוסלאנד? ער האט זיך אלעס אלײנס אנגעברענגט בידים

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג אפריל 19, 2021 10:18 am

נעם אין אכט האט געשריבן:זעעך נישטא געשריבן.

דער פרעסע סעקראטאר פאר נאוואלני האט היינט געמאלדן מיט וויי געשריי אינעם 18׳טן טאג פון זיין הינגער סטרייק, אז טויט איז נישט קיין זאך וואס מניצט, אבער נאוואלני שטייט ביז טעג אוועק פון טויט, אויב וועט מען נישט קער נעמען פון אים.

כמיין שוין לאנג אז ער איז א גברא קטילא

מ'האט אים אריינגעפירט היינט אין שפיטאל אין תפיסה, דער עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין.

איין זאך איז זיכער אויב שטארבט ער, גייט דארט קומען העווי עקשען.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך abeg » מאנטאג אפריל 19, 2021 10:24 am

שפע רב האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:זעעך נישטא געשריבן.

דער פרעסע סעקראטאר פאר נאוואלני האט היינט געמאלדן מיט וויי געשריי אינעם 18׳טן טאג פון זיין הינגער סטרייק, אז טויט איז נישט קיין זאך וואס מניצט, אבער נאוואלני שטייט ביז טעג אוועק פון טויט, אויב וועט מען נישט קער נעמען פון אים.

כמיין שוין לאנג אז ער איז א גברא קטילא

מ'האט אים אריינגעפירט היינט אין שפיטאל אין תפיסה, דער עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין.

איין זאך איז זיכער אויב שטארבט ער, גייט דארט קומען העווי עקשען.

Na

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך טראכט איבער » מאנטאג אפריל 19, 2021 11:00 am

abeg האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:זעעך נישטא געשריבן.

דער פרעסע סעקראטאר פאר נאוואלני האט היינט געמאלדן מיט וויי געשריי אינעם 18׳טן טאג פון זיין הינגער סטרייק, אז טויט איז נישט קיין זאך וואס מניצט, אבער נאוואלני שטייט ביז טעג אוועק פון טויט, אויב וועט מען נישט קער נעמען פון אים.

כמיין שוין לאנג אז ער איז א גברא קטילא

מ'האט אים אריינגעפירט היינט אין שפיטאל אין תפיסה, דער עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין.

איין זאך איז זיכער אויב שטארבט ער, גייט דארט קומען העווי עקשען.

Na

שוטה ביידן
#
ווער עס קען ''הייליגע זיסע'' רוסלאנד'ס יושר'דיגע 'קרומ-קאפ' ווייסט אז ווען אמעריקע סטראשט מיט קאנציקווענצען וועקט זיך אויף בא זיי אזא וויילדער תאוות להכעיס אז פאר דעם אלייין באקומט ניוואלני גאר ווייניג שאנסן צו פארבלייבן א לעבדיגער שטיקעל הערינג אויפן עלמא תתאה .....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 19, 2021 11:08 am

abeg האט געשריבן:קען מען אײנער מסביר זײן פ״װ דער נאוואלני האט זיך צוריק-געקערט צו רוסלאנד? ער האט זיך אלעס אלײנס אנגעברענגט בידים

מען האט דאס שוין דעבאטירט. דאס איז וואס די וואס ווילן זיין העראוס טוען. וואס טוסטו אויב נאוואלני לעבט דאס איבער, ער קומט ארויס פון תפיסה כאחד האדם, און פארשטערקערט זיין קאמף קעגן פוטין, וועסטו דעמאלט אויך טענה'ן אז ער האט נישט געטארט צוריקגיין אדער דעמאלט וועסטו פארשטיין אז ער איז א העראו מיט'ן צוריקקומען און ווייטער קעמפן?

אפילו נניח אז ער וועט שטארבן. קען נאך זיין מלחמה וואס ער האט געפירט קעגן פוטין, אין צוגאב צו זיין גע'הרג'עט ווערן, אויפפלאקערן זיין קאמף, און דערלאנגען ערנסטע קאנסעקווענצן פאר פוטין. און ער וועט פארבלייבן "דער העראו" אין רוסישע היסטאריע.

בכל אופן, עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן וועט זיין. אבער איך האלט נישט אז דאס איז א קשיא.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך אייגנארטיג » מאנטאג אפריל 19, 2021 11:19 am

שווער צו גלייבן אז דער גרויסער בער וועט זיך שרעקן, פוטין איז גאר פאפולער אין רוסלאנד און וועט גארנישט באצאלן פארן הרג'ענען א שונא, דער אלטער ביידען קען זיך נישט ערלויבן א שטרייט מיט וולאדעמיר און אדאמאוו ווייס דאס גוט און שרעקט זיך נישט פארן פאפירענעם טיגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:19 pm

אייגנארטיג האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז דער גרויסער בער וועט זיך שרעקן, פוטין איז גאר פאפולער אין רוסלאנד און וועט גארנישט באצאלן פארן הרג'ענען א שונא, דער אלטער ביידען קען זיך נישט ערלויבן א שטרייט מיט וולאדעמיר און אדאמאוו ווייס דאס גוט און שרעקט זיך נישט פארן פאפירענעם טיגער

:lol:
במקום שאין איש, איז א אישי אויך גוט...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:39 pm

נאוואלני'ס דאקטוירים ווערן אפגעהאלטן פון אים קענען זען אין דער תפיסה שפיטאל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:21 am

פעיק ניוז האט געשריבן:נאוואלני'ס דאקטוירים ווערן אפגעהאלטן פון אים קענען זען אין דער תפיסה שפיטאל.

בעצם איז עס דען נישט גערעכט? דיינע פריוואטע דאקטוירים וואלט מען יא אריינגעלאזט אין אן אמעריקאנער שפיטאל?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:39 am

מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן גענומען אונטער ארעסט א צאל שטיצער פונעם אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני, ערב א ריזיגע מאסן פּראטעסט וואס ווערט געפּלאנט אויף היינט מיטוואך. דער פּראטעסט ווערט פאררופן אין רעאקציע צו דעם וואס נאוואלני געפינט זיך אונטער ארעסט אין א שווערן געזונט צושטאנד אויפ'ן שוועל פון טויט, און בלויז מאנטאג האבן אים די טורמע אויפזעער ענדליך אפּגעפירט צו א שפּיטאל.

YID

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: 400 ארעסטירט אין רוסלאנד

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:00 pm

פראטעסטן אין רוסלאנד האבן זיך אנגעהויבן, בעת וואס די אפאזיציע גרייט זיך פאר ריזיגע פראטעסטן אין די קומענדיגע טעג.

פראטעסטן קומען פאר אין אלע טיילן פון לאנד, אנגעהויבן פון סיביר ביז פעטערבורג און מאסקעווע. אויך איז פארגעקומען א פראטעסט פון עטליכע טויזנט מענטשן, אין די הויף פון א זאל, וואו דער רוסישער פרעזידענט, 'וולאדאמיר פוטין', האט אויפגעטרעטן, און די פארזאמלטע האבן געשריגן אנטי-פוטין סלאגאנען. פארלאנגענדיג די באפרייאונג פון די אפאזיציע פירער, 'אלעקסיי נאוואלני'. אזויפיל ווי פיר הונדערט מענטשן זענען שוין ארעסטירט געווארן היינט ביי די פראטעסטן.

רוסישע בירגער האבן אויך אויסגעדרוקט זייער ווייטאג איבער די דירעקציע אין וואס פוטין פירט דאס לאנד, דאס איז חוץ פון די שטארקע שטיצע וואס נאוואלני געניסט ביי מיליאנען רוסישע בירגער.

די רוסישע אויטאריטעטן האבן געווארנט מיט שווערע קאנסעקווענצן פאר ווער ס'קומט ארויס פראטעסטירן, און האבן שוין ביי פריערדיגע פראטעסטן זיך אויפגעפירט זייער אגרעסיוו.

פוטין האט היינט גערעדט ביי א צוזאמקום, ווי ער האט מערסטנס-טייל גערעדט איבער די גוטע אויפטואונגען וואס ער האט געטון פאר רוסלאנד. די רעדע האט אין זייער קורצע ווערטער זיך באצויגן צו די דיפלאמאטישע קריזיסן וואס רוסלאנד גייט יעצט אריבער מיט אנדערע וועלט-לענדער, און פוטין האט געלייגט א געוויכט צו אויסרימען זיין אדמיניסטראציע.

דאס ווערט געזען ווי א פריוו צו פארשענערן זיין נאמען אין רוסלאנד, דערנאך וואס די עקאנאמיע דארט איז נישט אין די בעסטע מצב. גאר אסאך בירגער זענען נישט צופרידן פון די דירעקציע אין וואס רוסלאנד גייט. ס'דארף אבער קלארגעשטעלט ווערן, אז פוטין איז היבש פאפולער ביי רוב פון די רוסישע בירגער, אלזא קען ער זיין גאנץ רואיג אז זיין רעזשים וועט זיך האלטן, על כל פנים פאר די קומענדיג שטיק צייט פארזיכער.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:16 pm

קול מבשר מעלדט מער ווי טויזענט ארעסטירט
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37908

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:34 pm

וולאדימיר פוטין ווארנט די מערב וועלט, אז אויב זיי גייען אריבער א 'רויטן ליניע', וועט רוסלאנד רעאגירן מיט 'טאף עקשאן'.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט