אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 23, 2021 1:52 pm

אלעקסיי נאוואלני ענדיגט זיין פיר און צוואנציג טאג'יגער הונגער סטרייק, נאך וואס ער באקומט מעדיקעל טריעטמענט. אבער פארלאנגט נאך אלץ אז מען זאל געבן צוטריט פאר זייך פריוואטן דאקטאר, צו אים.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

רוסלאנד גייט נאך אלעקסיי נאוואלני'ס גרופע

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 27, 2021 10:27 am

די רוסישע רעגירונג, אין שפיץ פון 'וולאדאמיר פוטין', האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו פארשפארן די אנטי-קארופציע ארגאניזאציע, וואס דער אפאזיציע פירער, 'אלעקסיי נאוואלני', האט אויפגעמאכט צו פארשן קארופציע אין לאנד.

די רוסישע רעגירונג אין אין די ריכטונג פון דערקלערן די ארגאניזאציע אלס אן עקסטרעמיסטישע גרופע, וואס לייגט איר אריין אין איין קאטעגאריע ווי 'על קיידע', און נאך אנדערע טעראר גרופעס.

די פרישע אנטוויקלונגען קענען זיין א טויט-קלאפ פאר די רוסישע אפאזיציע, דערנאך וואס דורך די ארגאניזאציע האט נאוואלני מיט זיינע געהילפן קאמיוניקירט מיט די רוסישע פאלק.

אויב וועט די ארגאניזאציע טאקע דערקלערט ווערן ווי אן עקסטרעמיסטישע גרופע, וועט זיין זייער שווער פאר בירגער אין רוסלאנד ארויסצוצייגן שטיצע פאר נאוואלני, וויבאלד אויף אזא איינעם דראעט לאנגע יארן אין די רוסישע טורמעס.
FN
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 6:05 am

פוטין איז קליגער געווארן און אנגעפאנגען נאכצומאכן אמעריקע אנשטאט פארסאמען אדער שיסן מאכט מען די אפיסישן פאר פארברעכער און מען שיקט די FBI און שוין
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

רוסלאנד מאכט אומלעגאל פאר נאוואלני-פריינד צו לויפן אין נאציאנאלע וואלן.

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 9:46 pm

רוסלאנד מאכט אומלעגאל פאר נאוואלני-פריינד צו לויפן אין נאציאנאלע וואלן.
JP

אין נאך א רינגעלע אין די דיקטאטורישע הערשאפט פון וולאדאמיר פוטין, האט א געריכט אין רוסלאנד פארבאטן נאוואלני און זיינע פריינד פון צו לויפן פאר פאבליק-אפיס אין רוסלאנד.

דאס קומט דערנאך וואס נאוואלני האט אויפגעדעקט די טיפע קארופציע וואס הערשט אין די העכסטע ראנגען פון די רוסישע רעגירונג, און האט פארשעמט פוטין עטליכע טעג נאך וואס ער איז ארעסטירט געווארן, מיטן אויפדעקן אז דער רוסישער פירער האט א געהיימע ריזיגע פאלאץ נעבן די שווארצע ים, און ער האט עס אויפגעבויט מיט קארופציע געלט.

די געריכט האט געאורטיילט אז נאוואלני'ס גרופע איז אן עקסטרעמיסטישע, און מיט דעם אפיציעל געמאכט אומלעגאל צו זיין אפיליאירט מיט די ארגאניזאציע.

די געריכט זאגט אז די אנטי-קארופציע ארגאניזאציע פארשפרייט פיינטשאפט צווישן די רוסישע בירגער.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט