אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך ישראל_הלוי »

צל עובר האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א מין רשעות, נישט צום באשרייבן,
קען איינער מסביר זיין וואס איז דא די גרויסע שנאה אז מען פארלייגט זיך אזוי אויף אים?

מסתם ווען ער איז געווען ספיקער האט ער געשטערט דורכצופירן געוויסע געזעצן וואס די פראגרעסיווען האבן געוואלט האבן.

װעלכער פראגרעסיוו פארלייגט זיך אויף אים?

און גראדע האט ער דורכגעפירט דאס וואס די פראגרעסיוון האבן גאר שטארק געוואלט, דאס וואס איז לויט אסאך אידן דאס וואס מאכט זיי פאר רעפאבליקאנער, אבער דאס איז ביסיידס די פוינט.

גא"מ. די העצע קומט פון די לאקאלע רעפאבליקאנער ופמלייתם, מיט שטיצע פון די יו עס עטורניס אפיס.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קארן »

צל עובר האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א מין רשעות, נישט צום באשרייבן,
קען איינער מסביר זיין וואס איז דא די גרויסע שנאה אז מען פארלייגט זיך אזוי אויף אים?

פרעג סליווא מיט דעם פאוסט.

אבער גראב גערעדט, א גוי להבדיל מיט גענוי די זעלבע זאך, ווילסטו אויך זעהן אין תפיסה.

וואס עפעס? צו איז ער דען א סכנה פאר די מענטשהייט? האט ער איינעם געהרגט? די תירוץ איז פשוט, ווייל ער איז א פארש.... יוד!!

קוק אריין אין די הפטורה פון אחרי אדער קדושים ווי שטארק ער האט פיינט איינעם פון די באהערדע וואס נעמט שוחד און איז קארופטירט.

(איינעם גע'הרג'ט זעה איך נישט ביי שאווין אז דאס זאל זיין אזוי געפערליך, אבער דאס איז ביסיידס די פוינט..)

איך קוק נישט און די הפטרה, אבער איך בין זיכער אז דארט שטייט נישט אז מדארף אזא איינעם אריינשליידערן און תפיסה ביז זיין טויט!!! ( אויב דו ווילסט דוקא יא זיין שארף אנטקעגן קארופטירטע מענטשן וואס נעמען שוחד, לאמיר אנהייבן מיט משפחת קלינטאן!!! )און די תירוץ איז זייער קלאר פארוואס מרודפט אים, אונזער הויך באשפריצטע גאווערנאר האט עס זייער קלאר געמאכט מיט עטליכע חדשים צוריק, האסט שוין פארגעסן? און וואו קומט דא אריין שאווין?

דאכצעך אז אלע טשארדשעס זענען פעדעראל. קאומאו קומט נישט דא אריין.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קארן »

ווען מהאט גערעדט אז טראמפ גייט אים שענקען א פארדאן, איז געקומען פרעשור פון פארשידענע זייטן אז טראמפ זאל עס אים נישט געבן, און איינע פון דעי, איז געווען קאומאו.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קארן »

בקיצור א מעשה, איז דא א יוד א שומר תורה ומצוות, וואס האט א געלעגנהייט צו ווערן באפרייט פון תפיסה, און אנשטאט נעמען א תהילים און מתפלל זיין ער זאל בלייבן אינדרויסן פון תפיסה, נעמט מען אפיר א הפטורה און מברענגט א ראי אז ער דארף בלייבן און תפיסה, א פרישע נידריגע שטאפל פאר אייוועלט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

און די צווייטע, איז געווען מאליאטאקיס, מיט וועמענס מיינונג טראמפ רעכנט זיך לכאורה אין ערוך מער ווי קואמא.

חס ושלום, און ישר כח פארן דערמאנען צו זאגן אפאר קאפיטלען, איך זאג שוין, איך האב פשוט געוואלט מסביר זיין פארוואס עס איז דא גוים וועם עס געפעלט נישט.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך maybeeynot »

קארן האט געשריבן:בקיצור א מעשה, איז דא א יוד א שומר תורה ומצוות, וואס האט א געלעגנהייט צו ווערן באפרייט פון תפיסה, און אנשטאט נעמען א תהילים און מתפלל זיין ער זאל בלייבן אינדרויסן פון תפיסה, נעמט מען אפיר א הפטורה און מברענגט א ראי אז ער דארף בלייבן און תפיסה, א פרישע נידריגע שטאפל פאר אייוועלט.

קויף ביטע נייע ברילן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

אפדעיט, שוין געזאגט, יעדער איינער מעג, תפלות ישרא' שאדט זיכער נישט.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך ישראל_הלוי »

קארן האט געשריבן:ווען מהאט גערעדט אז טראמפ גייט אים שענקען א פארדאן, איז געקומען פרעשור פון פארשידענע זייטן אז טראמפ זאל עס אים נישט געבן, און איינע פון דעי, איז געווען קאומאו.

אויב עפעס וואלט טראמפ דווקא געגעבן א פארדאן להוציא מקאומאו...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א מין רשעות, נישט צום באשרייבן,
קען איינער מסביר זיין וואס איז דא די גרויסע שנאה אז מען פארלייגט זיך אזוי אויף אים?

מסתם ווען ער איז געווען ספיקער האט ער געשטערט דורכצופירן געוויסע געזעצן וואס די פראגרעסיווען האבן געוואלט האבן.

שעלי איז געווען זייער א שטארקע שטערן ביי די פראגרעסיוויסטן. ער האט אריבערגעפירט אסאך פון זייערע הויפט אגענדעס.

און יעצט קעמפן זיי בכלל נישט פאר אים, ממש ווי עס שטייט אין אבות ביי אל תתקרב לראשות.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קושטא »

צל עובר האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א מין רשעות, נישט צום באשרייבן,
קען איינער מסביר זיין וואס איז דא די גרויסע שנאה אז מען פארלייגט זיך אזוי אויף אים?

פרעג סליווא מיט דעם פאוסט.

אבער גראב גערעדט, א גוי להבדיל מיט גענוי די זעלבע זאך, ווילסטו אויך זעהן אין תפיסה.

סילבר האט ''גארנישט'' געטוהן, אויסער דעס אז דער רוצח פראסעקיוטער בארארא האט זיך געוואלט בויען א קאריערע, און האט זיך ארויף געזעצט אויף איהם ביז ער האט געטראפן עפעס א נארישקייט וואס מ'קען אויף יעדן טרעפן. כדרכם פון די מערכת המשפט פון סדום דאמעריקע דמתקריא 'יוסטיץ דיפארטמענט'
און די ווייסט עס זייער גוט, און ביטע הער אויף מיט דיין נידערטרעכטיגע פאלטשקייט. דיין כסדר מצדיק זיין אזעלכע מעשה רשעות אפילו אויף א פאלנעם גוי, ווייזט אויף עפעס. 'ואיש לפי מהללו'
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך משהלע »

די שאלה איז צו איינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אזוי פארלוירן זיין גאנצע ארבעט.
A lesson for life. You don't need to gloat each time. מענטשן ווייסן אז דו טוהסט.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאסט טרעגער »

גדל האט געשריבן:ער איז א שומר תורה?

ער איז א פרומער ארטאדאקסישער איד וואס גייט מיט א קאפל,
כמיין ער האט געבעטן א היתר אויסצוטוין די קאפל און סיטי האל,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך farshlufen »

כ'קען די משפחה, זיך געהאלטן מיט מס"נ ביי אידישקייט אין די אמאליגע אמעריקא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך עובדיה »

צל עובר האט געשריבן:קוק אריין אין די הפטורה פון אחרי אדער קדושים ווי שטארק ער האט פיינט איינעם פון די באהערדע וואס נעמט שוחד און איז קארופטירט.

מ'רעדט דארט פון א דיין אדער להבדיל א ריכטער, נישט א מחוקק וואס מאכט געזעצן.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאסט טרעגער »

farshlufen האט געשריבן:כ'קען די משפחה, זיך געהאלטן מיט מס"נ ביי אידישקייט אין די אמאליגע אמעריקא.

איר זינט אפשר משפחה? דיין אוועטאר זעהט אויס ווי די ביהמ''ד הגדול פון די איסט סייד,

ניין זעהט מיר יעצט אויס אז עס איז נישט, ווי איז עס טאקע?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

צל עובר האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א מין רשעות, נישט צום באשרייבן,
קען איינער מסביר זיין וואס איז דא די גרויסע שנאה אז מען פארלייגט זיך אזוי אויף אים?

מסתם ווען ער איז געווען ספיקער האט ער געשטערט דורכצופירן געוויסע געזעצן וואס די פראגרעסיווען האבן געוואלט האבן.

שעלי איז געווען זייער א שטארקע שטערן ביי די פראגרעסיוויסטן. ער האט אריבערגעפירט אסאך פון זייערע הויפט אגענדעס.

און יעצט קעמפן זיי בכלל נישט פאר אים, ממש ווי עס שטייט אין אבות ביי אל תתקרב לראשות.

כמיין סשטייט אל תתודע לראשות
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך תרמב »

אבער וואס מיינט קאמיונטי פלעיסמענט? איך האב געזען סיי קול העולם און סיי ywn האבן געשריבן אויף זייער טעקסט די זעלבע לשון, קוקט אויס זיי האבן עס נאכגעשריבן פון די זעלבע פלאץ.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

דרך אגב ווי איינער שרייבט דא האט פריט בארארא געארבעט אויף קעסן אין כלים אים אוועק צי לייגען, דעס איז פערצופאל געווען אין די זעלבע צייט ווען שעלי האט זיך אנגעפאנגען מיט מייאר בלומבערג אין ער -שעלי - איז געווען מער פאערפול ווי דער קליינער מייק
----------------------------
פריט בארארא האט אפגעגעבען יעדע וואך א פינקטליכע חשבון פאר פרוי יעיטס וואס זי איז געווען זיין דירעקטע אויבערהאר, אין זי פלעגט יעדען טאג רעדען מיט איר אויבערהאר אבאמא, ווען אלטס די זשאסטיץ דעפארטמענט גייט האבען אויפן צימבעל אין ווי די וואג פון די אמעריקאנע גאווערמענט גייט ליגען מיט אירע ביליאנען,

למען האמת מוז געזאגט ווערען אז בארארא האט אויך געזוכט מיט לעכט "אלעקסיי נאוולניס" אויף נאך צוויי דעמאקראטען פון די אלטע חדר וועלכע זענען געווען קאמפעטישען פאר דעם יונגען סענעטאר פון טשיקאגא (על קאפאונס היים שטאט)

די צוויי דעמאקראטען זענען טאקע אונזער צוויי באקאנטע גוטע פריינד קאומא אין דיבלאזיא

אבער ווי מענטשען וואס האבען מיטגעהאלטען די רדיפות האבען געהאלטען אז מהאט נישט געמיינט די זופ נאר גאר די קניידלעך ווען די רדיפות איבער די צוויי האבען זיך אייביג געדרייט ארום אידישע מענטשען אין ארגענעזאציעס אין ניו יורק, וואס ניו יורק האבענדיג אזא גרויסע אידישע באפעלקערונג קע"ה איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז מהאט אלע ערליי באציאונגען מיט לאקאלע אין סטעיט פאלאטשינטאס!
סהאט אויס געקוקט פאר די יודע דבר אז אין אבאמא יעיטס ווייסען הויז קוקט מען די גוטע באציאונגען פון די פאלעטישענס מיט די קאמיונעטי ווי עפעס א סארט פארברעך, הלמאי מפארשטייט זיך? וואס איז די הארמאניע וואס ניו יארק האט מיט אירע אלע קאמיונעטיס אין מיט אלע שיכטען אין קרייזען וואס דאס רעכענט אריין, אידען כינעזע פאקיסטאנע אינדיאנע שווארצע אלבאניערס מעקסיקאנע,
וואס איז דאס דעמאקראטישע ציגאנג צי אלע קאמיונעטיס מיט אירע אייגענארטיגע געברויכען?

איז דען שייך דעמאקראטיע אין מצרים? הזאת הומא אבאדין?
----
אבער אנדערע האבען געהאלטען אז אבאמא האט גאר געוואלט ציברעכען אין אויפברעכען די ציוניסטשע ניו יארק וועלכעס איז געשטאנען זייער אין וועג פאר אסאך זאכען פון אים ובפרט די איראנע דיעל
ווי ער אין אסאך אנדערע פון די מוזלים בראדערהוד האבען געהאלטען,
זיי האבען געהאלטען אז אין ניו יארק איז יעדער אין א וועג אין די ציוניסטישע קניפ, און ממוז עס ציהאקען אין מאכען א ערנסטע טשעינזש אין די גאנצע ניו יארקע עסטעבלעשמענט
ווי גייט נאר זיין סלאגאן? האופ ענד טשעינזש
גאנץ ניו יארק אין ספעציעל די וואקאל ציונים פון שעלי סילווער ענטאני ווינער ביז מעט קאנסול האבען זיך געטראפען אונטער שרעקליכע אינוועסטיגעשענס פון פרוי יעיטס/בארארא,
בקיצור אזוי האט מען געטענהט אין די ציוניסטישע גאס דעמאלטס, גיי ווייס.

(אויך האט די עף בי איי געעפענט אינוועסטיגעשענס אויף עיפאק ווי זיי האבען געטרייט אוועק צי לייגען אפאר חברה אין געלייגט א האנט אויף צוויי דריי חברה ווייסמאן רויזענבלום עפעס אזוינע נעמען,
אבער די לעצטע מעשה איז מעגליך געווען אונטער בוש?)

א ראיה צי זייערע ווערטער איז געווען, אז ענטאני ווינערס צרות האבען זיך אנגעפאנגען תיכף נאך זיין באקאנטע טראציגע אויפטריט אין קאנגרעס קעגען אבאמאס ציגאנג אין איראן אין אבאמא האט געברויזט אין געשוימט קעגען אים, די אויפטריט אין קאנגרעס האט אויפגעשאקעלט דעמאלטס אמעריקע אין אבאמאס מענטשען האבען דעמאלטס געפרעגט פון די פרעסע אויף וועמען זייט שטייט עטס ווינער אדער אבאמא?

וואס איז אמת וועט מען נישט וויסען ביז ענדרו ווייסמאן מיט מולער אין זעקלבאך וועלען אויספארשען די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט!

לויט די אויבען דערמאנטע ווערסיע קוקט אויס ווי אבאמא האט מער געבאדערט די דעמאקראטן וואס גייען נישט אין שפאן ווי די רעפובליקאנע,

אלזא גייט מען וויסען עפעס מער? יא, ווען? ווען קאומי גייט ארויסליקען?

אנדערע קוקען גאר אן די באקאנטע רדיפות אין ארעסטען אין ניו יארק מיט א אנדערע בליק, אבער דעס איז א מסכת פאר זיך
צי עס מאכען אין איין ווארט, דעמאקראטען וואס שטיצען אויסלענדישע לינקע אינטערעסען האבען גערודפט דעמאקראטען וועלכע זענען לינק אבער לייגען די אינטערעסען פון אמעריקא קודם,

ווייל למשל ווען סברעכט אויס ראיאטען וועלכע פייניגט אן עווריזש אמעריקאנע בירגער וועט קאומו אריינשיקען זיינע חברה (סטעיט טרופער) טראץ דעם וואס אייסיס איראן אין רוסלאנד וועט נישט שמעקען אז מען סטאפט די מהומות ווי מהאט געזען אז זייערע באטס אויף טוויטער יו טוב אין פעיסבוק ארבעטען אריין צי גיסען אויל צום פייער,

א געהעריגע אינפארמעישען מלחמה ווי נאטא רופט עס לעצטענס, א מלחמה וואס צילט אנציזייען כאאס אומריען ראיאטען אין אמעריקע , אין זאל דער גרויסע שטן מיט איר דעמאקראטיע צאם פאלען פון אינעווייניג ווי א שאכטעל קארטאן, זאל די וועלט זענען אז נאר די סיסטעם פון קאדאפי אין טשיינע אייסיס אין אסאד ארבעטען, אין יעדער וועט שרייען הורעי הורעי לאנג לעבען זאל קאדאפי,

א מלחמה וואס אויב סוואקסען פליצלונג ארויס פון אלע עקען אמעריקע נאכאנאנדע טעראזירענדע פייערקרעקערס נאכט נאך נאכט זאל מען נישט וויסען ווי פון א שווארץ יאר דאס איז ארויסגעוואקסען אין וועלכע שלאק האט דא באטראפען,

די פאלעטישענס זאלען זיין אין א מצב וואס אויב דארף מען נעמען לאו אין ארדער אין הענט אריין זאלען זיי טראכטען צוויי מאל ווייל אפשר וועט מען טשעפענען ח"ו די געפילען פון די גענגסטערס אין קרימענאלען,
די עוויריזש דעמאקראטישע געזעץ היטענדע מענטש זאל ווערען באהאגעלט מיט פייערקרעקערס ביינאכט שיסערייען בייטאג אין ראיאטען ביינאכט אין בייטאג, ביז ער וועט שרייען טפוי צי דעמאקראטיע איך מוף קיין רוסלאנד, דארטען געשעען נישט אזוינע שיקאנערייען, אדער גאר מופען קיין סיריע,

שוין זעמיר א ביסקעלע פארקראכען,

סא זעמיר דא אז שעלי איז געווארען ארעסטירט ווייל די יוסטיץ דעפארטמענט האט געשמעקט לויעלטי צווישען די באאמטע אין מורא געהאט אז מוועט נוצען די פיפטע ש"ע אין דער עולם וועט זיך אנעמען איינער פארן צווייטען, אין שעלי איז געווען פון די מערסטע מאכפולסטע דעמאקראטען פאר פערציג יאר נו ודאי דארף ער מיטגיין,
יעצט פאר די וואס ווייסען נישט פארוואס איז ער געווען אזוי פאערפול?

ווייל ווער עס האט געדארפט א טובה פון אים האט עס באקומען, דער מענטש האט געהאט געפיל פאר יעדעם און אויך פאר אחב"י
נו ודאי האט יעדער רעספעקט פאר אים

נאך איין ווארט די וואס האבען די מערסטע פארפירט קעגען אים ביי טראמפס פארדאן איז געווען בארארא וכת דילה

טראמפ האט אים דאך געוואלט פארדענען, ער האט דאך געטראכט דערפון, קוקט אויס אז טראמפ איז נישט געווארען איבערגענומען אז בארארא האט געטראפען 40 טויזענט דאלער ביי אים אין קלאזעט זעט אויס פאר טראמפ אלטס א ביליאנער הייסט דעס נישט קיין געלט בכלל... קען זיין אז טראמפ האט געהאלטען אז א מענטש וואס איז "פערציג" יאר ביי די רודער אין די רייכסטע סטעיט אויף די וועלט מוז מען כאטש טרעפען 400 מיליאן דאלער שוחד אין א אף שאר באנק אקאונט אין די קאמאראן איילענדס, אפי' ביביס אייזקרימס האבען שוין געקאסט מער ווי מיליאן דאלער א יאר

למעשה וואס האט מען דערשראקען טראמפ אין די לעצטע מינוטען ווען אבאמא בוש אין קלינטאן זענען געווען אין א אפענע ברוטאלע פייט מיט אים? קען זיין ער האט שוין באמת נישט געקענט איבערציען די שטריקעל יענע טעג ווען ער האט געהאט בעסערע דאגות ער האט קוים געהאט זיין אייגענע ווייס פרעזידענט אויף זיין זייט אפגערעדט פון וויליאם באר

נו שוין יעצט האמיר ביידען צירוק ביים בענקעל עלמיר זען וואס דא עט געשען

שלח
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג מאי 09, 2021 3:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פרוביר אויך »

מיין קאפ שמעטערט....
אז יענער קען קענסטו אויך
נאך איינער

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נאך איינער »

דעי אלע קאנספיראציעס איז אייגענס אדער די נעמסט עס פין ערגעץ?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פרוביר אויך האט געשריבן:מיין קאפ שמעטערט....
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

האט דאס א פארבינדונג מיט די גע'גנב'עטע וואלן?...
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך עפעס אנדערש »

נאך איינער האט געשריבן:דעי אלע קאנספיראציעס איז אייגענס אדער די נעמסט עס פין ערגעץ?

פאר א מיליאן דאלער קען עס שטיין אין די ניו יארק טיימס. וועסטו זיין צופרידן?

אינטערעסאנט נאר, פארוואס פונקט אויף די דעמאקראטן זענען אייביג דא "קאנספיראציעס"?
איר קענט די מעשה פון איינער פון די איירופעישע גאווערנמענט באאמטע וואס האט אויסגעלויבט איינע פון די גדולים -דוכט זיך די חפץ חיים- אלס אן ערליכע מענטש. ווייל ער האט געהערט פארציילן אויף אים אז אמאל האט ער געשיקט א פעקל מיט איינעם, האט ער דערנאך צוריסן א פאסט מארק נישט שאדן צו מאכן פאר די גאווערנמענט. און אן אנדערע באאמטע האט אים געפרעגט צו ער גלייבט די מעשה. האט יענער געענטפערט: ניין, איך גלייב עס נישט. אבער אויף מיר און דיר פארציילט מען עס נישט. והנמשל מובן.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

@פאלעסיידס פיינע ווארע (לכה"פ 80-85 פראצענט), עמוק עמוק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”