אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג מאי 04, 2021 2:32 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:אין די ערשטע גרויסע קאוויד ביל וואס פרעזידענט טראמפ האט אינטערגעשריבן האט מען אויך אריינגעשטיפט א אמענדמענט אז א אלטע מענטש וואס איז עט ריסק פון כאפן קאוויד זאל קענען ארויסגיין פון תפיסה און ענדיגן זיין טערמין אינדערהיים, דאס האט טאקע ערמעגליכט די באפרייאונג פון אסאך היימישע אינגעלייט ואכמ"ל

למעשה פאר וויליאם באר האט פארלאזט זיין פאזיציע האט ער איבערגעמאכט די גיידליינס פונעם געזעץ וואס לויט דעם איז אויסגעקומען אז ס'איז נישט געווען מעגליך מער ארויסצוקומען דורך דעם געזעץ

לעצטנס האט די ביורא אף פריזן צוריקגעשטעלט די אלטע גיידליינס, לכבוד דעם איז שעלי היינט באפרייט געווארן

ברוך מתיר אסורים!

קומט דאך אויס אז עס איז געוועהן די "ביידן אדמין" וואס האט ארויסגעלאזט סילווער...

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג מאי 04, 2021 2:38 pm

משה בעלז האט געשריבן:קומט דאך אויס אז עס איז געוועהן די "ביידן אדמין" וואס האט ארויסגעלאזט סילווער...

דאס האב איך פריער געשריבן
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 04, 2021 3:10 pm

די אלע וואס גייען ארויס צו הויז ארעסט וועגן קאוויד קען מען נאך צוריקשיקן אין תפיסה ווען די קאוויד געפאר גייט אריבער?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

happyman
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:49 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך happyman » דינסטאג מאי 04, 2021 4:54 pm

Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 04, 2021 4:57 pm

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

זיי האבן געארבעט אז די קעיר עקט זאל צירוק גיין אויף די רעלסן
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

בסד
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך בסד » דינסטאג מאי 04, 2021 5:02 pm

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

צדק כאפט נישט ארויס מענטשן פון תפיסה מיט געוואלד. זיי שתדלן אויף כל מיני אופנים.
טאמער האבן זיי נישט מצליח געווען, פרייען זיי זיך אויב ס'גלונגט א אנדערע מאל, אפילו נישט דירעקט דורך זיי.

בכלל מאכן נויז און awarenessאז מענטשן א תפיסה זענען אויך מענטשען מיט משפחה. אין די יוסטעס סיסטעם איז וויהייסטעס... ראטעוועט אסאך.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מאי 04, 2021 5:30 pm

JP News

פון די אטאסוויל טורמע אין אראנדזש קאונטי, קומט אריין די נייעס, אז דער מאכטפולער אידישער ספיקער פון די ניו-יארקער אסעמבלי, 'שעלדן סילווער', איז ארויסגעלאזט געווארן אויסצודינען זיין איבריגע חלק טערמין, ביי זיך אינדערהיים.

סילווער איז געווען א מאכטפולער איינפלוסרייכער פאליטיקאנט, וואס האט געשאקלט ניו-יארק, און האט געהאט די אסעמבלי אין זיינע הענט.

ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף קארופציע קלאגעס, און איז פאראורטיילט געווארן צו זעקס יאר אין טורמע, אבער אדאנק די ארבעט פון די 'צדק ארגאניזאציע' איז ער היינט באפרייט געווארן פון טורמע.

ווי נאר מיר האבן געהערט די גוטע נייעס, אז נאך א איד איז ארויס פון טורמע, האבן מיר זיך פארבינדן מיט העסקן מו"ה ר' משה מארגארעטטען הי"ו. דער לעגענדארער מלאך המושיע, וואס טוט פאר אידישע קינדער'ס וועגן, און איז מקיים פדיון שבויים אויף א טעגליכע פארנעם.

ר' משה דערציילט אונז עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן ארום דעם קעיס, און וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען.

"אונטער פרעזידענט טראמפ איז אריבער א געזעץ, וואס ווערט אנגערופן די קעירס אקט", זאגט אונז ר' משה.

דער ביל איז געווען עפעס וואס האט נישט געהאט מיט קיינע טורמעס, אדער הארבע שטראפן. ס'איז געווען א ביל וואס באציהט זיך צו געזונטהייט אנגעלעגנהייטן.

די 'צדק ארגאניזאציע' האט אין דעם געזען א שטארקע געלעגנהייט, ווי מ'קען נאכמער העלפן אידישע קינדער צו באפרייט ווערן פון תפיסה, האבן זיי זיך פארבינדן מיטן דעמאקראטישער סענעטאר 'דיק דורבין'.

"דורבין איז אין יענע טעג געווען זייער פארנומען מיט אנדערע זאכן. די גרויסע פליגער-פירמעס וואס זענען הויפט-קווארטירט אין אילינוי, וואס איז זיין שטאט וואו ער איז דער סענעטאר".

ווי ר' משה זאגט אונז, האט סענעטאר דורבין, פון אנהויב זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו, אבער שפעטער איז ער געווארן זייער ווארעם פאר דעם חלק וואס זיי האבן געוואלט אריינגלייגן אין די ביל.

"אונז האמיר ב''ה גע'פועל'ט אז אין די ביל זאל אויך אריינגיין דאס אז מענטשן וואס זענען אין א געפאר פון קאראנע, מענטשן וואס זענען קראנק, און די ווירוס קען זיי ממש אפ'הרג'ענען אא"וו, זאלן קענען באפרייט ווערן פון תפיסה און קענען אויסדינען זייערע טערמינען אינדערהיים".

ר' משה זאגט אונז: "דאן ווען די ביל איז אריבער, זענען פון אטאסוויל באפרייט געווארן אזויפיל ווי 26 אידן ב"ה". די ביל האט געזאגט אז טורמעס זענען ערלויבט אהיימצושיקן פאציענטן, אבער ס'איז נישט געווען א מוז, די באשלוס איז ביי די

טורמע-באאמטע אין די האנט. נאך עטליכע וואכן האט די יוסטיץ דעפארטמענט אנגעהויבן צו מאכן היבשע פראבלעמען, און אנגעהויבן צו פארשווערן די אומשטענדן, ווען מ'קען ארויסלאזן אן ארעסטאנט צוליב די חלק פון דער ביל. אזוי איז עס געווארן אלס שווערער און שווערער, די יוסטיץ-דעפארטמענט האט ממש ווי צוריק פארשלאסן די טויערן פאר די בארעכטיגטע פאציענטן ארויסצוקומען.

"ווען די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען אין אמט, האבן מיר זיך פון פריש גענומען ארבעטן ביי די יוסטיץ-דעפארטמענט, אז זיי זאלן צוריק לויזער מאכן די ספעציפישע חלק פון דער געזעץ, וואס לאזט ארויס מענטשן אין געוויסע אומשטענדן אויסדינען זייערע טערמינען אינדערהיים".

אונז האמיר צוזאמגעשטעלט א געמיינזאמע בריוו, אונטערגעשריבן דורך 32 ארגאניזאציעס, און מ'האט אויך באוויזן צו אפהאלטן א הירינג אין די סענאט יוסטיץ-קאמיטע. ב"ה אז זיי האבן באשטעטיגט צוריקצושטעלן די פריערדיגע אפמאך, אבער יעדע נאמען באזונדער וועט דארפן אריבערגיין א קאמיטע אין וואשינגטאן, אויב יענער קען טאקע באפרייט ווערן, און אהיימגיין אויסדינען זיין טערמין". די 'צדק ארגאניזאציע' האט זיך אריינגעלייגט אין די שעלדן סילווער פרשה, אים צו באפרייען פון טורמע, דורך די חלק ביל וואס 'צדק' האט לכתחילה באוויזן אריינצושטעלן אין די גרויסע 'קעירס אקט בי'.

"צדק, צוזאמען מיט די 'אלף ארגאניזאציע', האבן זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט פון די סילווער קעיס. מ'האט געקלאפט טירן אין וואשינגטאן און אין אטעסוויל, און ב"ה מיט עטליכע טעג צוריק האבן מיר באקומען די גוטע נייעס אז סילווער איז בארעכטיגט צו געניסן פון דעם ביל, און ער גייט קענען אהיימגיין אויסדינען זיין טערמין".

דא מוז צוגעלייגט ווערן אז דאס איז שוין חוץ פון די גרויסע פריזן רעפארעם-ביל, וואס 'צדק' שטייט אונטער דעם. דא האבן די נפשות-מאכער ווידער באוויזן צו אריינלייגן א קריטישע חלק, וואס אזויפיל אידישע קינדער און אידישע פאמיליעס זענען פון דעם נהנה.

JP News
על "טעם וריח" אין להתווכח

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך משה בן יעקב » דינסטאג מאי 04, 2021 5:53 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:אין די ערשטע גרויסע קאוויד ביל וואס פרעזידענט טראמפ האט אינטערגעשריבן האט מען אויך אריינגעשטיפט א אמענדמענט אז א אלטע מענטש וואס איז עט ריסק פון כאפן קאוויד זאל קענען ארויסגיין פון תפיסה און ענדיגן זיין טערמין אינדערהיים, דאס האט טאקע ערמעגליכט די באפרייאונג פון אסאך היימישע אינגעלייט ואכמ"ל

למעשה פאר וויליאם באר האט פארלאזט זיין פאזיציע האט ער איבערגעמאכט די גיידליינס פונעם געזעץ וואס לויט דעם איז אויסגעקומען אז ס'איז נישט געווען מעגליך מער ארויסצוקומען דורך דעם געזעץ

לעצטנס האט די ביורא אף פריזן צוריקגעשטעלט די אלטע גיידליינס, לכבוד דעם איז שעלי היינט באפרייט געווארן

ברוך מתיר אסורים!

ווען מען גיט א קוק איבער די אנטוויקלונגען זעט מען, אז מען טאר נישט זיין צעקאכט פאר איין פארטיי העכער דעם אנדערן.
וויליאם באר (רעפבוליקאנער) האט קורץ פאר זיין פארלאזן דעם אטוירני–דזשענעראל אמט שווערער געמאכט דאס ארויסלאזן אפילו צוליב קאוויד.
דער פרישער אטוירני–דזשענעראל גארלאנד (דעמאקראט) האט עס שטארק פארלייכטערט!

Right on

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 04, 2021 6:24 pm

מנהלים! מקען שוין ב"ה עדיטען די קעפל
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:28 pm

איינער קען אפשר מסביר זיין, פ"וו די אלע חדשים ביז באר האט געטוישט די רול'ס איז ער נאך נישט געווען אינדערהיים?
(ועוד קשה יותר ווי האט מען אים אריינגעלייגט אינמיטן קאוויד אין תפיסה)
לעצט פאראכטן דורך גיי פארשטיי אום דינסטאג מאי 04, 2021 6:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:30 pm

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

די אמענדמענט אין די קעירס עקט (אויף ארויסצולאזן מענטשן) איז צדק'ס קרעדיט טוישן באר'ס מעמא ( שווערער צו מאכן ארויסצוגיין) איז צדק'ס קרעדיט אין יעדער קעיס פעילט זיך אויס באזונדערע ארבעט.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך גדל » דינסטאג מאי 04, 2021 6:32 pm

ער איז א שומר תורה?

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:33 pm

גדל האט געשריבן:ער איז א שומר תורה?

יא.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג מאי 04, 2021 6:35 pm

גדל האט געשריבן:ער איז א שומר תורה?

יא

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג מאי 04, 2021 6:37 pm

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

מיר ווילען בעטען כל קהל עדת בני ישראל, אז אויב האט איר חלילה וחס געהאט אין פלאן צו געבען קרעדיט פאר די צדק ארג. זאלט איר וויסען אז מען טאר דאס ח"ו נישט טין! עס קימט זיי נישט קיין טראפ קרעדיט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך קוואל וואסער » דינסטאג מאי 04, 2021 7:41 pm

פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביאליסטאק שול אין איסטסייד
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך מאי 05, 2021 2:37 am

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

איד טייערע, ביטע ליין די דזשי פי באריכט און זאג מיר צו ס'קומט זיי נישט קיינע קרעדיט.

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך משה בן יעקב » מיטוואך מאי 05, 2021 5:00 am

להגדיל שמו האט געשריבן:
happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

מיר ווילען בעטען כל קהל עדת בני ישראל, אז אויב האט איר חלילה וחס געהאט אין פלאן צו געבען קרעדיט פאר די צדק ארג. זאלט איר וויסען אז מען טאר דאס ח"ו נישט טין! עס קימט זיי נישט קיין טראפ קרעדיט.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

בסד
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך בסד » מיטוואך מאי 05, 2021 9:59 am

happyman האט געשריבן:Just for the record.

Sheldon Silver came out because of the Cares Act, (he is very sick) has nothing to do with Tzedek Org, and if you read the wording of the letter they dont write that they got him to be released.

Also some other heimisha are coming out soon because of the Cares Act.

איך פיל ס'נישט גערעכט דאס אדורכצולאזן.

האסט שוין אמאל געטון אין שדכנות?
מ'קען ארבייטן וואכן לאנג 24 שעה ארום די זייגער, פארפאסן שמחות, שפעט סאפער וכו',. נאכן צוזאם ברענגען ברענגען ביידע צדדים קומט א ענטפער, מיין שוויגער זאגט די בחור זעט אויס זייער זיס און געשמאק, אבער מוזט פארשטיין אונז זעמער זייער נויזי. דער בחור האט אויסגעזען שעמעדיג...

פיין מ'ארבייט אויף א אנדערע שידוך די גאנצע פיבער חזר'ט זיך איבער. אנטראגן, אינפארמאציע, נישט שלאפן ביז פרייטאג צונאכטס, נאך א לאנגע שמועס אין ביהמ"ד מיטן אבי המדברת.
און מ'זעצט זיך צוזאם. די שדכן פאלט אריין אין קאוטש, ווארטנדיג צו הערן א ענטפער. און אזוי פאלט די שדכן אריין אין א טיפע לאנגע דרימעל.
ערוועקט זיך צופרי. מיט די קליידער אויפן קאוטש. וואס איז געווארן מיט די שידוך. לאמיר קאלן פרעגן. נע, אויב ס'איז געווארן קען איך זיי נאכנישט אויפוועקן יעצט. ביני לבני קומט די מאן אהיים מיט א גוט מארגן/ דבר יום/ לוח הציבור/ שמחת העיר... מזל טוב צום שידוך. דיין שידוך איז באמת א קנאק.

אה ס'איז יא געווארן? איין מינוט ס'שטייט אז יואלי ווייס איז שדכן. אה, ס'איז שוואגער פאר די מיידל. זיי האבן מיר גראדע געזאגט אז איינער האט שוין אמאל אנגעטראגן די נאמען...

פארשטייסט די נמשל?

האלאו. לאמיר זאגן צדק האט גארנישט געהאט דערמיט, און זיי שיקן ארויס מיט גרויס שמחה א מעסעדזש אז ער איז באפרייט. ס'קומט זיי נישט אנערקענונג פאר זייער שווערע ארבייט וואס האט ליידער נישט געברענגט פירות?

וויפיל זאכן טוען זיי וואס קען נישט ווערן פארציילט, און גייען קיינמאל באקומען אנערקענונג?

זיי מוחל.

בסד
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך בסד » מיטוואך מאי 05, 2021 10:19 am

בסד האט געשריבן:

(איך קען נישט עדיטען מיין תגובה. איך ווייס נישט פארוואס.)

למען תדע אז צדק איז יא געווען אינטער דעם.

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:35 pm

Sheldon Silver, Former NY Assembly Speaker, Being Sent Back to Prison: NBC New York

בן כלבא שבוע
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך בן כלבא שבוע » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:37 pm

פארוואס?????

אור
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:41 pm

NEW YORK: JUST IN: Former NY Assembly Speaker Sheldon Silver is being sent back to prison after a request for community placement was denied, NBC reports
מאדנע

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך Potus » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:44 pm

*BREAKING NEWS:* Former New York Assembly Speaker Sheldon Silver is being sent back to federal prison after a request for community placement was denied, NBC News is reporting. Silver is due to be returned to the federal prison in Otisville as soon as Thursday afternoon, the sources said.

Silver was furloughed from Otisville earlier this week while awaiting a potential placement on home confinement. The former speaker, 77, is serving a six-year sentence on corruption charges.

*_Join the official YWN WhatsApp status bit.ly/YWN_STATUS_*

*_Join an official YWN WhatsApp group_ bit.ly/YWNGROUP*

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג מאי 06, 2021 2:58 pm

ארורים הרשעים (ביידען אדמין.) שאין טובתם שלימה...
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”