א פעיס אינעם פענסטער פון קרעטשמע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

א פעיס אינעם פענסטער פון קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר שטעלן דא ארויף דעם צווייטן עפיזאד פון "פעיס די קרעטשמע", לכבוד שבת נחמו תשס"ז, די אנפראגעס זענען אין פשוט'ע אותיות, פענסטער'ס ענטפער'ס אין בולט:

א גוטן טאג אייך, מיין ליבער פריינט, וואס פארשטעקט זיך אונטערן "פענסטער" ניק; וועלקאם צו אונזער "פעיס די קרעטשמע" פראגראם, א פראיעקט פון "קרעמער נייעס אגענטור" אינערהאלב די "היימישע קרעטשמע".

א גוטן טאג אייך מיינע ליבע פריינט און בראש וראשון דער באגאבטער מייסד ה'קרעטשמע ראביי קרעמער. עס איז מיר א גרויסע זכי' צו ערשיינען פאר אייך דא אינעם היינטיגען טאג, הגם ווען מיין פריינט קרעמער האט מיך אנגערופן בעטן אז איך זאל זיין ערשיינען אויפ'ן פראגראם האב איך אים געזאגט נעע, וואס פעלט עס אויס? ס'מאכסטיך נאריש? בין איך דען אזא סעלעבריטי ווי יענטאאש, זאגט ער מיר ניין, אבער דאך דער עולם גלייכט צו הערן פון די נפטרים, נו שוין זאל זיין אזוי.

יא, און נאך איין זאך לאמיך אייך זאגן, ערווארטס נישט פון מיר עפעס ווייס איך וואס היומאריסטישע ענטפער'ס, פשוט איך קען נישט דעס וואס יענטאאש קען, איך וועל פרובירן צו ענטפערן פשוט און גראד אויף וואס מ'פרעגט.

איר האט דאך זיכער דורכגעבליקט די ערשטע "פעיס די קרעטשמע" אינטערוויו וואס מיר האבן אפגעהאלטן מיט אונזער ערשטן ראש הקהל, מר. יענטאאש (וועלכער האט זיך זינטן אונטערוויו צוריקגעקערט מיטן פולן פארע צום קרעטשמע; אולי יש תקוה אויף דיר אויך...), און האסט זיכער געזען דעם סדר פונעם אינטערוויו, און די וועג וויאזוי דאס ווערט אדורכגעפירט, נעמליך: די ליינער שיקן אריין פראגעס אין פריוואט אדער שטעלן זיי דאס ארויף ברבים אינעם "אנדערע גרינצייג" אפטיילונג פונעם פורום, און מיר נעמען דאס צוזאם, צולייגן עס אויף טעלערלעך, און פאר אייך בלייבט בלויז איבער צו ענטפערן אויף די אנפראגעס.

לאמיר צוטרעטן צום אינטערוויו.

1. מיר וועלן אנהייבן מיט א פראגע פון מאשקע, וועלכער דינט היינט צוטאגס אלס וויצע ראש הקהל אין אונזער קהילה. די פראגע איז זיכער נוגע פאר אסאך מיטגלידער דא, וועלכע זענען הערשט געבוירן נאך דיין פריצייטיגע הסתלקות פון אונזערע ווענט און האבן נישט געהאט דעם געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט דיר פון דער נאנט, ער פרעגט אזוי:

"לכ' מו"ה פענסטער, איך האב דיך כמעט נישט געקענט. ווען איך בין אריינגעקומען ביזטו ארויסגעגאנגען (איך האף אז ס'איז נישט פארבינדן... איז מיין פראגע צו דיר, וויאזוי וואלסטו דיך כאראקטעריזירט אין 25 ווערטער אדער ווייניגער"?

ליסטען מאשקע, דו ווייסט אוודאי אז פאר יעדן איינעם איז אפגעשריבן וויפיל תענוג און וויפיל צער מ'זאל האבן, במילא זעט אויס אז פאר די קרעטשמע איז געווען אנגעשריבן א סערטן מאס פון תענוג, און אז דו ביסט אריינגעקומען האב איך געדארפט צו גיין. (איך מיין אז די קרעטשמע האט געמאכט גאנץ א גוטע דיעל, מ'דארף ווען מאכן נאך אפאר אזאכע פליפ'ס...)

און צו די עצם שאלה אז איך זאל מיך כאראקטעריזירן אין 25 ווערטער אדער לעס איז אזוי.

1 איך 2 בין 3 זייער 4 זייער 5 געשמאק 6 אין 7 ריעל 8 לייף 9 כאטש 10 וואס 11 אין 12 ווירטואלישען 13 וועלט 14 בין 15 איך 16 נישט 17 אזוי 18 אזוי 19 געשמאק . 20 איך 21 בין 22 זייער 23 אן 24 ערנסטער 25 אינגערמאן.

אההה, כ'אטעם אפ...


2. מיר וועלן גיין ווייטער, מיט א פראגע וועגן דיינע ניקס. מיללער (איינער פון די פרישע שטערנס אויפן האריזאנט פון דערפל, וועלכער געדענקט דיר יא גאנץ גוט פונעם אלטן שטעטל, וואו ער פלעגט שרייבן מיט א פריערדיגע ניק) פרעגט:

"וואס איז געווען די מכה-בפאטש פאר דיין אלטע ניק על שמו של ר' יצחק נפחא"? (אמר קרעמער: פילייכט מיינט ער צו פרעגן פארוואס דו האסט אויפגעגעבן דעם שיין-קלינגענדן ניק דיינעם... מיר דאכט זיך אז דאס איז געקומען אויף מיין פערזענליכע פארלאנג, פארריכט מיר אויב איך גרייז זיך)

פילייכט מיינט ער טאקע דעס צו פרעגן, און אזויווי די שאלת חכם איז נאר חצי תשובה, איז טאקע דעס די האלבע ענטפער, ווייל הרב קרעמער האט מיך געפערליך טעראריזירט אז כ'זאל מיר טוישען ניק, און ער האט מיך אנגעפאנגן צו רופן פנחס און אזוי איז געווארן א קייט פון מיך רופן מיט אנדערע נעמן , עד כדי כך אז איינער האט זיך ערלויבט מיך צו רופן יעקב וואס דאס האט גאר א קנאפע שייכות מיט מיין ניק, בקיצור ס'געווען באו מים עד נפש, במילא האביך מיר געטוישט ניק, און פטור אנייסעק.

אויך פרעגט מיללער: "וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו אזא טויטע ניק ווי פענסטער"?

האלאו הרב מיללער, דו ווייסט אז דיין ערשטע ניק איז אויך געווען סאך מער לעבעדיג אוואו דעס וואס דו האסט יעצט, זעט אויס אז אזוי גייט עס, אינעם ערשטען לייגט מען אריין מער כוחות.

3. ליינער האבן זיך שטארק פאראינטערסירט אויף די ריכטיגע סיבה פארוואס דו האסט אונז פארלאזט ווי א שיף אן א צורודערטער אדער א דארף אן א הונט (ביסט מיר מוחל?..).

די ריכטיגע סיבה איז אז דאס איז א גזירה מן השמים, און מ'דארף שטארק איינרייסען בטל צו מאכן די גזירה, דאן אולי יש תקוה.

דער זעלבער מיללער פרעגט: "וואס איז געווען דיין מאטיוו צו פארוויילן אינעם קרעטשמע, און וואס האט געברענגט די ענדע דערצו"?

מיין מאטיוו צו פארוויילען דא איז געווען מחמת כמה סיבות, אביסעל איבריג צייט, און אויך ווייל איינמאל כ'האב אנגעפאנגען דא צו שרייבן האב איך מיך איינגערעדט אז דער עולם איז שטארק אינטערסירט אין מיינע בויך קרעמפן, במילא האב איך נישט אויפגעהערט, ביז ס'איז אזוי נגזר געווארן מן השמים כמבואר לעיל.

4. אויך אויף דיין עתיד צייגן מאנכע ארויס גאר א שטארקע אינטערעסע. מיללער פרעגט: "האסט אין פלאן נאכאמאל צו ערשיינען אפט ביי אונז"?

המממ, צו איך האב אין פלאן צו ערשיינען אפט, הממ... א גוטע שאלה, ס'האט עפעס מיט מיר, אפשר אז עטס וועטס ערליך דאווענען, וואס ווייס איך.

מאשקע פרעגט נאך שארפער: "אויב וואלסטו געוואוסט פאר א פאקט, אז מיט יעדע תגובה דיינע האלטסטו צוריק א איד פון פאשען אין פרעמדע פעלדער, וואלטסטו אין באטראכט גענומען זיך צו דרייען דא עפטער"?

איך פליע די פיפט...

5. אויפן הווה ווערן געפרעגט די פאלגענדע שאלות: מאשקע פרעגט: "וואס איז געווארן מיט די פעטיציע צו די הויכע פענסטער אז דיין בעה"ב זאל דיך ערלויבן צו קומען שרייבן ביי אונז"?

ווי ס'זעט אויס איז די דעלעגאציע מיט די פעטיציע קיינמאל נישט אנגעקומען...

6. און "פארוואס קענסטו נישט אריינקומען אין קרעטשמע אפילו בלויז פון צייט צו צייט און אריינווארפן א ווארט, אזוי ווי אונזער מ. מ. מ. ראה"ק, יענטאאש יר"ה, טוט פון צייט צו צייט"?

דו דארפסט פארשטיין מיין פריינט, אז אנדערש ווי יענטאאש וואס איז גאר א געשמאקער פערזאן, וואס אפי' ער פאלט נאר אריין דא פון צייט צו צייט דאך קען ער אפשרייבן אן ארטיקעל אדער עפעס אן אנדערע זאפטיג שטיקל היומאר, וואס דאס פארמאג איך נישט.

7. אלץ-ווייסער פרעגט אן אינטערסאנטע פראגע: "קומסטו בכלל אהער אריין, אבער דו ביסט זיך גובר, און דו שרייבסט גארנישט? אדער ביזטו אינגאנצן אפגעפרוירן געווארן פון די קרעטשמע רח"ל?

ח"ו אפגעפרוירען דאס נישט, נאר לאמיר דיך מסביר זיין עפעס, אזויווי איך בין געוואוינט אלץ מנהל אפצוליינען אלע אשכולות כ'מיין כ'האדאך געדארפט אבאכט געבן אויף אונזערע שאף, במילא אפי' איך קום אהער וועל איך עס ענדערש אויסנוצען אויף אפצוליינען אלעס.

8. דיין געוועזענער קאלעגע דריי-מאל-גארנישט (היינט באקאנט אלס "טריאו") פרעגט א פראקטישע פראגע: "אפשר ווערסטו אויס חבוי, אזוי וועט דער עולם קענען זען ווען דו ביסט דא, און ווען נישט"?

... און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך בין חבוי, אזויווי איך בין דא פון צייט צו צייט, און איך ליין אפ אלע ענקערע געשמאקע תגובות, במילא וויל איך נישט מ'זאל מיך אינטעראפטען אינמיטן מיט אויסרופן, האלאו פענסטער קום אהער וכדומה, פשוט ס'פעלט נישט אויס, מיין רבי האט אונז געלערנט אז מ'דארף אוועקשטיין פון פראפאגאנדע, "נפש היפה סולדת מהן"...

9. א לייכטערע פראגע איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך אלץ-ווייסער: "איז אמת וואס מאנכע מידיא אנאליסטן געבן אן, אז די פלאנסט צו עפנען אן אייגענע קרעטשמע (קאנקורענט בלע"ז)"?

דערווייל ווייס איך נישט דערפון, ס'קען זיין אז איינער ווערטשאפט עפעס אן אונטער מיין רוקן, איינע פון מיינע ראטגעבער'ס וכדומה שונאים וכדומה, וואס ווייס איך?

10. און צולעצט א פראגע פון מיללער וואס די ענטפער דערפון קען אינטערסאנט זיין פאר אלע קאלעגע קרעטשמע שרייבער: "אויף א וואג-שאהל פון איינס ביז צעהן (צעהן צייגט אויף די מערסטע) ווי שטארק פאראינטערעסירט דיך די אמת'ע אידענטיטעט פון די פעלאו שרייבערס אינעם קרעטשמע"?

ס'איז אביסעל א שווערע פראגע צו ענטפערן ווייל עפ"י רוב קען איך דעם עולם דא, און וועם איך קען נישט בין איך (געווענליך טאקע) נישט אינטערסירט צו קענען, סאו ס'איז מער א הייפאטעטיקלי שאלה, ווען דו קענסט ווען נישט די פעלאו שרייבער'ס אויף א וואגשאהל פון איינס ביז צעהן וואו שטארק וואלט דיך אינטערסירט די אמת'ע אידענטיטעט פון די ניק'ס? הא? אהה, און "דאס" איז שוין זייער שווער צו ענטפערן כמובן.

א גרויסן יישר כח אייך, מר. פענסטער, פארן נעמען די מיה צו ענטפערן אויף אונזערע אנפראגעס, מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פונעם אינטערוויו, מיר האבן זיכער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאלגענד איז דער לינק ווי דער יעניגער רופט אן פענסטער'ן "יעקב":
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?t ... page=1#R_4
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגער דאנק פאר הרב מפענסטער על השגחתו מן החלונות והצצתו מן החרכים, ס'איז געווען בוקע חלוני קרעטשמיע, ופותח חלון לדופקי בשרייבן, דער עולם האט גיט געלערנט דעם פרק חלון, אפי' ס'געווען אין א בחינה פון חלונות שוא ידברו, ווייל ליידער איז דאך שוין עלה מות בחלונינו......

אין איך זאג נאך אז ס'איז א טויטע ניק.

וואס וויל איך דיר יא זאגן? האסט גענטפערט ווי א עכטע פרא (נישט פרוי חלילה) געוואוגען און געמאסטן ווי ס'פאסט זיך ביי אן אינטערוויו מיט'ן הויעכ-באשפיצטער ק.נ.א. פארשטייער.

(בד"וו א גריס פון דיין ברידער, אויך נעבעך א חילוני)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח הרב פענסטער. קאמענטארן זענען איבריג....... טעות סופר, וצ"ל קאמענטארן זענען נישטא.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

העי פענסטי! וואס טיץ?!.... (וואס קוקסטו מיך אזוי אן???.... מיר זענען אמאל געווען קאלעגעס, געדענקסט???.... געשטיפט די צייט אין איין אפיס????)....

איך האב דיך נישט געוואלט שטעלן קיינע פראגעס, פשוט אלס יענטאאש כנגד פענסטער, דו האסט מיך נישט גע'קוועסטשיאנד, וויל איך דיך נישט קוועסטשיאנירן.

אבער קעניינעהארע, הערליך שיין גענטפערט. הערליך שיין זיך אויפגעפירט צו די מידיא.

עניוועי.... יוי פענסטי, איי וואד לאוו טו העוו יו בעק......... ביזדערווייל גלייב איך אז אפילו דו ביזט נישטא צופיל, אבער דיי 'פענסטער' איז נאך שטענדיג אפן פאר די נפח... כ'מיין פאר די קרעטשמע....

נייס טו סי יו פענסטער, זיי געזונט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קיין קשיות האבעך נישט געפרעגט, אבער אלעס געליינט, און שכוח פארן נעמען די מיה, צו ענטעפרן בטוב טעם ודעת, אויף כמעט אלע קשיות.

הצלחה וברכה בכל דרכיך.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

Window, thaks a million
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”