נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שלום עליכם!

עצה טובה: געווענליך ארבעטעס בעסער אז מ'האט אוועקגעלייגט אן אומשולדיג ניק אדער צוויי אין די זייט, וואס האט שוין עפעס א אומבאקאנטע היסטאריע אין פארברענגען.
קומען פריש כתינוק בן יומו דערמאנט פון קעלוזשען...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

maybeeynot האט געשריבן:וואספארא אינטרעסן האבן די עסקנים אז מזאל צאלן הויכע טעקסעס ?

:lol:
שויתי ה' לנגדי תמיד
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:די אלע וואס זענען דא פארנומען צו אויסלויבן דעם יעצטיגען טאון סופערווייזער און דעם היי יעריגען בודזשעט, זענען אדער: א] נישט קיין היים אייגענטומער, און פארשטייען נישט וואס עס מיינט צאלן טעקס אין טאון אוו ראמאפא. אדער ב] זיי זענען די אדער באדדיס מיט די אזוי גערופענע מאנסי עסקנים, וואס האלטן אז מען דארף זיך קלאפן אין רוקן אז עס גייט נישט ארויף די טעקס מיט פינף פראצענט. אדער ג] זענען נישט קיין טאון אוו ראמאפא איינוואוינער, און ווייסן נישט דער הלוך ילך.

די אזויגערופענע עסקנים און פארטרעטער זענען צוגעוואוינט פון אלע יארן אז דער עולם איז דאממיס און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל, און אזוי אין די מינטיים ארויפגערוקט די טעקסעס אסטראנאמיש, און פאר יעדע עלעקשענס האט מען אנגעשראקן דעם עולם אז מען גייט פארמאכן שול'ן און מוסדות, און מען זאל ח"ו נישט שטיצען דעם קעגנער, וואס זאגט פשוט אז מען קען שניידן די טעקסעס.

די צייטן זענען גע'ענדיגט. עס איז היינט צו טאגס דא א גרעסערע ציבור הויז אייגענטומער וואס רייסן ארויס יעדן יאר שווער אויסגעהארוועטע געלטער צו באצאלן די אסטראנאמישע טעקסעס, און ווייסן גאר גוט, אז מען האט גענומען דעם עולם אויף א רייד, און אז עס מאכט נישט קיין שום סענס, אז אין די צייט וואס עס קומען צו טויזענטער טעקס צאלנדע הייזער אינ'ם טאון יעדעס יאר, איז אנשטאט אז דער טעקס זאל אראפשיסן גייט עס ארויף.

און אויב ווינדערט מען זיך ווי מען קען שניידן? איך ווייס נישט, און איך בין נישט נייגעריג צו וויסן, אבער איך האב א פשוט'ע עצה. אנשטאט זיך צו טענה'ן ווי גוט דער סופערווייזער איז, זאל יעדער איינער אייניג שטורעמען די אזוי גערופענע עסקנים און זיי זאגן קלאר אז מען גייט זיי נישט שטיצען קומענ'דיגע יאר, אויב זיי גייען ווייטער מיט זייער פארגעשלאגענע בודזשעט. מעדזשיקעלי וועט אויף עפעס א וועג פלוצלינג אפיר קומען א מהלך אז דער טעקס זאל נישט דארפן ארויפגיין.

פרובירטס עס אויס.

איך פארשטיי דיין ווייטאג
אבער מען מעג נאכאלץ טראכטן ריאליסטיש,
אמשול לך משל,
א יוד האט אויפגענומען א מענעדזשער אין זיין ביזנעס און אים געגעבן די פולע אויטארעזאציע צו הייערן ארבעטער לפי ראות עניו
און ער האט געסיינט קאנטראקט מיט ארבעטערס און קאמפעניס פאר לאנגע יארן מיט אומגעהויערע גרויסע וועידזשעס,
איין טאג קוקט דער בעה"ב אריין און די ביכער און ער זעהט די חרבון וואס דער האט אנגעווערטשאפט
און ער ווארפט אים תיכף ומיד ארויס און רופט אים און בי"ד פאר די אלע חרבנות וואס דער האט געמאכט,
יעצט זיכט ער צו הייערן איינער זאל ארויס זעהן די קאמפעני פונעם אומגעהוירען גרויסע בודזשעט,
דער האט זייער א שווערע ארבעט ווייל לעגאל האט ער נישט קיין וועג זיך צו פטר'ן פון די טייער באצלטע ארבעטער און און קאנטראקטס, (אחוץ פיילען בענקראפסי)
וואס איז די מהלך וואס ער קען יא טון?
ער פרובירט צו שניידן אנדערע פלעצער ווי מען קען יא,
און ווען ער איז מצליח אביסל אראפ צו ריקן די בודזעט אפילו מיט א קליינע פראצענט איז עס אויך גאר אסאך,
און דאס איז וואס גייט פאר און ראמאפאו
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:די אלע וואס זענען דא פארנומען צו אויסלויבן דעם יעצטיגען טאון סופערווייזער און דעם היי יעריגען בודזשעט, זענען אדער: א] נישט קיין היים אייגענטומער, און פארשטייען נישט וואס עס מיינט צאלן טעקס אין טאון אוו ראמאפא. אדער ב] זיי זענען די אדער באדדיס מיט די אזוי גערופענע מאנסי עסקנים, וואס האלטן אז מען דארף זיך קלאפן אין רוקן אז עס גייט נישט ארויף די טעקס מיט פינף פראצענט. אדער ג] זענען נישט קיין טאון אוו ראמאפא איינוואוינער, און ווייסן נישט דער הלוך ילך.

די אזויגערופענע עסקנים און פארטרעטער זענען צוגעוואוינט פון אלע יארן אז דער עולם איז דאממיס און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל, און אזוי אין די מינטיים ארויפגערוקט די טעקסעס אסטראנאמיש, און פאר יעדע עלעקשענס האט מען אנגעשראקן דעם עולם אז מען גייט פארמאכן שול'ן און מוסדות, און מען זאל ח"ו נישט שטיצען דעם קעגנער, וואס זאגט פשוט אז מען קען שניידן די טעקסעס.

די צייטן זענען גע'ענדיגט. עס איז היינט צו טאגס דא א גרעסערע ציבור הויז אייגענטומער וואס רייסן ארויס יעדן יאר שווער אויסגעהארוועטע געלטער צו באצאלן די אסטראנאמישע טעקסעס, און ווייסן גאר גוט, אז מען האט גענומען דעם עולם אויף א רייד, און אז עס מאכט נישט קיין שום סענס, אז אין די צייט וואס עס קומען צו טויזענטער טעקס צאלנדע הייזער אינ'ם טאון יעדעס יאר, איז אנשטאט אז דער טעקס זאל אראפשיסן גייט עס ארויף.

און אויב ווינדערט מען זיך ווי מען קען שניידן? איך ווייס נישט, און איך בין נישט נייגעריג צו וויסן, אבער איך האב א פשוט'ע עצה. אנשטאט זיך צו טענה'ן ווי גוט דער סופערווייזער איז, זאל יעדער איינער אייניג שטורעמען די אזוי גערופענע עסקנים און זיי זאגן קלאר אז מען גייט זיי נישט שטיצען קומענ'דיגע יאר, אויב זיי גייען ווייטער מיט זייער פארגעשלאגענע בודזשעט. מעדזשיקעלי וועט אויף עפעס א וועג פלוצלינג אפיר קומען א מהלך אז דער טעקס זאל נישט דארפן ארויפגיין.

פרובירטס עס אויס.


איך בין א הויז אייגענטומער אין ראמאפאו, און יא איך פארשטיי דיין מיטלייד, איך צאל אויך שווערע טויזענטער דאללער פאר פראפערטי שטייערען, אבער ס'איז נישט גענוג אז איך ווייס אז איך צאל טייערע שטייערען, מען דארף וויסן אויך פארוואס מען צאלט די הויעכע שטייערען, באמת דיין נקודה אז מען דארף אפירהאלטען די עסקנים, דאס איז 100% ריכטיג, נישט בלויז די עסקנים דארף מען אפירהאלטען, נאר מען דארף אויך מודיע זיין פאר די פאליטישענס אז אונז וויל מיר נידריגע שטייערען. לגופו של ענין

שאלה: פארוואס איז טעקס אין ראמאפאו הויעך?
תירוץ: קריסטאפער סט. לארענס.

ס'איז נישט קיין יושר צו לייגען די שילד אויף מייקעל ספעקט, ווען ער האט פאראיאר געשניטען שטייערען, און דער יאר האט ער אויך געשניטען די שטייערען פאר רוב איינוואיונער, טראץ וואס די שטאט האט פארליורען $7.4 מיליאן דאללער אין אינקאם. איך לייג די שולד פון די הויעכע טעקסעס דוקא אויף סט. לארונס און די עסקנים וואס האבן עם אלע יארן געשטיצט און נישט פארלאנגט פון עם ער זאל נידרערן שטייערען. איך לייג נישט די שולד אויף די יעצטיגע סופערווייזער ווייל עס קומט עם נישט די שולד, פינטעל. סט. לארונס האט נישט בלויז געהעכערט שטייערען, ער האט איבערגעלאזט די שטאט אין א מצב פון באנקראט, ראמאפאו האט געהאט ריזיגע חובות און נישט געהאט קיין נארמאלע פינציאלע חשבון, און אין דער שטאט איז ספעקט געקומען, מסדר געווען רוב פון די חובות, מסדר געווען די חשבונת, און געשניטען די בודזשעט צוויי יאר אין א צו.

אויב די ווילסט ווייטער באשולדיגען ספעקט אויף די עבירות פון סט. לארונס דאן איז דאס נישט קיין קלוגע שריט, ווייל אלע וועלען זען אז די קוקסט בכלל נישט זען טאמער א סופערווייזער האט געמאכט א גוטע ארבייט מיט די בודזשעט, און טאמער ער האט געשניטען שטייערען צו נישט, די זוכסט פשוט א קרבן אויף דיין כעס אז די צאלסט הויעכע שטייערען.

ועוד אז ראמאפאו איז נישט די איינציגסטער וואס נעמט פון דיר שטייער, די קאונטי (אויב די וואוינסט אין א ווילעדזש, דאן די ווילעדזש אויך) און די סקול באורד נעמען אויך פון דיר שטייערען, עס קען אויסקומען אז אפילו ראמאפאו שניידט די שטייער, אויב ראקלענד העכערט די שטייער, אז די וועסט נישט זען אז די באצאלסט ווייניגער אויף דיין ביל.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

איז בכלל שייך א מציאות אז א "דרויסענדע קאמפעני" קימט אריין אין העלפט שניידען די באדזשעט? שוין געווען אין אמעריקע בכלל אזא זאך? סתם שטיצען אן אנטיסעמיט ווייל ער זאגט (אדער די דמיונ'סט, אז ער זאגט) אז ער גייט עס טיען מאכט נישט קיין סענעס.

אויב איז בכלל דא אזא מציאות, פיין! זאל מען מאכט א קאמפיין, טויזענטע שטייער צאלער זאלן בעטען מיכל ספעכט'ן זאל אויפנעמען אזא קאמפעני און שלום על ישראל.
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

בבקשה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די אלע וואס זענען דא פארנומען צו אויסלויבן דעם יעצטיגען טאון סופערווייזער און דעם היי יעריגען בודזשעט, זענען אדער: א] נישט קיין היים אייגענטומער, און פארשטייען נישט וואס עס מיינט צאלן טעקס אין טאון אוו ראמאפא. אדער ב] זיי זענען די אדער באדדיס מיט די אזוי גערופענע מאנסי עסקנים, וואס האלטן אז מען דארף זיך קלאפן אין רוקן אז עס גייט נישט ארויף די טעקס מיט פינף פראצענט. אדער ג] זענען נישט קיין טאון אוו ראמאפא איינוואוינער, און ווייסן נישט דער הלוך ילך.

די אזויגערופענע עסקנים און פארטרעטער זענען צוגעוואוינט פון אלע יארן אז דער עולם איז דאממיס און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל, און אזוי אין די מינטיים ארויפגערוקט די טעקסעס אסטראנאמיש, און פאר יעדע עלעקשענס האט מען אנגעשראקן דעם עולם אז מען גייט פארמאכן שול'ן און מוסדות, און מען זאל ח"ו נישט שטיצען דעם קעגנער, וואס זאגט פשוט אז מען קען שניידן די טעקסעס.

די צייטן זענען גע'ענדיגט. עס איז היינט צו טאגס דא א גרעסערע ציבור הויז אייגענטומער וואס רייסן ארויס יעדן יאר שווער אויסגעהארוועטע געלטער צו באצאלן די אסטראנאמישע טעקסעס, און ווייסן גאר גוט, אז מען האט גענומען דעם עולם אויף א רייד, און אז עס מאכט נישט קיין שום סענס, אז אין די צייט וואס עס קומען צו טויזענטער טעקס צאלנדע הייזער אינ'ם טאון יעדעס יאר, איז אנשטאט אז דער טעקס זאל אראפשיסן גייט עס ארויף.

און אויב ווינדערט מען זיך ווי מען קען שניידן? איך ווייס נישט, און איך בין נישט נייגעריג צו וויסן, אבער איך האב א פשוט'ע עצה. אנשטאט זיך צו טענה'ן ווי גוט דער סופערווייזער איז, זאל יעדער איינער אייניג שטורעמען די אזוי גערופענע עסקנים און זיי זאגן קלאר אז מען גייט זיי נישט שטיצען קומענ'דיגע יאר, אויב זיי גייען ווייטער מיט זייער פארגעשלאגענע בודזשעט. מעדזשיקעלי וועט אויף עפעס א וועג פלוצלינג אפיר קומען א מהלך אז דער טעקס זאל נישט דארפן ארויפגיין.

פרובירטס עס אויס.


איך בין א הויז אייגענטומער אין ראמאפאו, און יא איך פארשטיי דיין מיטלייד, איך צאל אויך שווערע טויזענטער דאללער פאר פראפערטי שטייערען, אבער ס'איז נישט גענוג אז איך ווייס אז איך צאל טייערע שטייערען, מען דארף וויסן אויך פארוואס מען צאלט די הויעכע שטייערען, באמת דיין נקודה אז מען דארף אפירהאלטען די עסקנים, דאס איז 100% ריכטיג, נישט בלויז די עסקנים דארף מען אפירהאלטען, נאר מען דארף אויך מודיע זיין פאר די פאליטישענס אז אונז וויל מיר נידריגע שטייערען. לגופו של ענין

שאלה: פארוואס איז טעקס אין ראמאפאו הויעך?
תירוץ: קריסטאפער סט. לארענס.

ס'איז נישט קיין יושר צו לייגען די שילד אויף מייקעל ספעקט, ווען ער האט פאראיאר געשניטען שטייערען, און דער יאר האט ער אויך געשניטען די שטייערען פאר רוב איינוואיונער, טראץ וואס די שטאט האט פארליורען $7.4 מיליאן דאללער אין אינקאם. איך לייג די שולד פון די הויעכע טעקסעס דוקא אויף סט. לארונס און די עסקנים וואס האבן עם אלע יארן געשטיצט און נישט פארלאנגט פון עם ער זאל נידרערן שטייערען. איך לייג נישט די שולד אויף די יעצטיגע סופערווייזער ווייל עס קומט עם נישט די שולד, פינטעל. סט. לארונס האט נישט בלויז געהעכערט שטייערען, ער האט איבערגעלאזט די שטאט אין א מצב פון באנקראט, ראמאפאו האט געהאט ריזיגע חובות און נישט געהאט קיין נארמאלע פינציאלע חשבון, און אין דער שטאט איז ספעקט געקומען, מסדר געווען רוב פון די חובות, מסדר געווען די חשבונת, און געשניטען די בודזשעט צוויי יאר אין א צו.

אויב די ווילסט ווייטער באשולדיגען ספעקט אויף די עבירות פון סט. לארונס דאן איז דאס נישט קיין קלוגע שריט, ווייל אלע וועלען זען אז די קוקסט בכלל נישט זען טאמער א סופערווייזער האט געמאכט א גוטע ארבייט מיט די בודזשעט, און טאמער ער האט געשניטען שטייערען צו נישט, די זוכסט פשוט א קרבן אויף דיין כעס אז די צאלסט הויעכע שטייערען.

ועוד אז ראמאפאו איז נישט די איינציגסטער וואס נעמט פון דיר שטייער, די קאונטי (אויב די וואוינסט אין א ווילעדזש, דאן די ווילעדזש אויך) און די סקול באורד נעמען אויך פון דיר שטייערען, עס קען אויסקומען אז אפילו ראמאפאו שניידט די שטייער, אויב ראקלענד העכערט די שטייער, אז די וועסט נישט זען אז די באצאלסט ווייניגער אויף דיין ביל.

איך זאג נישט אז ספעקט איז שולדיג אינ'ם לאך, און איך זיך נישט צו טרעפן די שולדיגע, דאס העלפט אונז גארנישט און טוט גארנישט אויף, און דאס איז נישט דער נושא.
וואס איך וויל יא איז אז דער סופערווייזער און זיינע באדזשעט באאמטע זאלן ארויסווייזן פארשטענדעניש אז די שטייערן פון די איינוואוינער איז עפעס וואס עס גייט זיי אן. און ווען מען מאכט יאר איין יאר אויס אזעלכע שפילעכלעך פון איין יאר אראפ דריי פראצענט און די נעקסטע יאר ארויף זיבן פראצענט, וחוזר חלילה, שמעקט דאס אביסל ווי חוזק געמאכט פונ'ם ציבור. און ווער רעדט נאך ווען מען גיבט נאך רעיזעס פאר די איינגעשטעלטע. און ווי אויך איז עס ממש קאמיש, עס קומט צו צו די קאסע יערליך טויזענטע דאלארען פון די צוגעקומענע אויפגעבויעטע פראפערטיס, און די שטייער גייט ארויף?

איך וויל דיר פרעגן א פשוט'ע שאלה: איסט ראמאפא סקול דיסטריקט (איך נוץ עס נאר אלס א דוגמא, שרייעט'ס מיר נישט אן) האט ארויסגעלייגט א בודזשעט וואס זיי דארפן פאר די קומענ'דיגע יאר. יא? לכאורה, דאס איז וואס עס פעלט זיך אויס, און אנדעם קען די סקול סיסטעם נישט אנגיין פאר'ן קומענדיגען יאר. געשעהן איז אבער אז די וויילער האבן עס אנידערגעשטימט, און זיי וועלן מוזן נוצען די פאריעריגע בודזשעט. און אלעס פארט פיין און וואויל. יא, מען האט געדארפט שניידן פון דאס און פון יענץ, אבער ווען מען האט נישט קיין טשויס, גיבט מען זיך אן עצה.

טאון אוו ראמאפא קען און זאל אויך אפערירן פונקט אזוי. נישט ווייל די בודזשעט גייט נישט בעפאר די וויילער איז דאס א סיבה צו לאזן די בודזשעט צוווילדעוועט. ווען מען וויל באמת, קען מען שניידן געוויסע זאכן, אזוי ווי די סקול דיסטריקט האט געטון.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

maybeeynot האט געשריבן:וואספארא אינטרעסן האבן די עסקנים אז מזאל צאלן הויכע טעקסעס ?

לאמיר טראכטן: אפשר ווילן זיי בלייבן גוטע פריינט מיט די באאמטע וואס ווילן האבן דעם בודזשעט? אפשר באקומען זיי עפעס אין דער זייט פון אן אומבאקאנטע דעפארטמענט אויף אן אומזעהבארע וועג? און אפשר ביידע?
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

להווי ידוע, אז פאר איינוואוינער וואס די טאון נעמט נישט זייער גארביזש גייט די טעקס אראפגיין די קומענדיגע יאר מיט אסאך מער פון א NO וואוט אויף די סקול טעקס, ווייל וועהן מען וואוט NO אויף די סקול בוזשעט מעגן זיי נאכאלס העכערן אביסל טעקס, משא"כ דא האט די טאון געשניטן טעקס די לעצטע צוויי יאר.
בילד
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך וויל זיך באציען צו א פראגע וואס ווערט דא שטענדיג דערמאנט, הלמאי מען בויעט אזויפיל נייע הייזער און די טעקס גייט נישט אראפ?

תירוץ: (טעקס גייט יא אראפ) די פראגע איז באמת נאר שייך ווען עס קומט צו סקול טעקס, ווייל די נייע הייזער לייגן נישט צו קיין קינדער אין די פאבליק סקול, משא"כ ווען עס קומט צו גארביזש קאסטן איז די זאך פונקט פארקערט ווייל א יעדע נייע הויז לייגט צו הוצאת אין גארביזש, א גוי מיט א הינט פראדעצירן אסאך ווייניגער גארביזש וואו א משפחה פון 5-7 קינדער, ווער רעדט נאך ווען מען לייגט צו איינס אדער צוויי אום-לעגאלע דירות.

בכלל עסט א גוי אסאך מער אין רעסטעראנט, משא"כ די משפחה מיט קינדער עסט איעדע נאכט סאפער אינדערהיים, ווער רעדט נאך פון די קאנטעינערס דיפס יעדע שבת מיט דיספאוסעבעל דישעס דאס אלעס לייגט צו אין גארביזש קאסטן.
בילד
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

maybeeynot האט געשריבן:וואספארא אינטרעסן האבן די עסקנים אז מזאל צאלן הויכע טעקסעס ?

איך גלייב נישט אז די עסקנים האבען אן אינטערעס אין דעם. אבער זיי האבען אנדערע סיבות פארוואס זיי וועלען אויס די קאנדידאטן. אין אנדערע ווערטער, די המון עם רעדט נישט (געווענליך) מיט די אינדארסירטע קאנדידאטן און די עסקנים יא, די עסקנים זיצען געווענליך מיט די אינדארסירטע קאנדידאטן און זי שמועסען קלאר אויס וואס זיי עקספעקטען פון זיי.

געווענליך (אדער קיינמאל נישט) איז די טעקסעס נישט די נושא וואס די עסקנים פאדערן, זיי האבן אנדערע וויכטיגערע זאכען וואס זיי פילען פאר וויכטיג. (און בדרך אגב, איז מיר זייער נישט באקוועם אז די נושא פארט געווענליך אריין אין די דירעקשאן פון אראפ רייסען עסקנים).

מיינע פוינטס זענען דירעקט צו די סופרעווייזער און די קאנדידאטן אז זיי זאלען הערן וואס די המון עם טראכט (זיי ווייסען וואס דא שטייט). מר' ספעקט איז א אויסערגוועליכע פיינע מענטש, אבער היבש שוואך צו שטעלען אין פלאץ די וואס זענען נאך דארט פון סט. לאורנס צייטן אדער זיי ארויס צו זען פון דארט (מר. ספעקט טראגט א שיינע טיטל אלץ סופרווייזער...), און ווען איינער קאמפלעינט אביסעל וועט מר. ספעקט פראבירען צו אויסהערן יענעם אז אלעס זאל צוריק גיין אל המנוחה. אבער אין אזא פאזישען דארף מען האבען איינער מיט באקציינער אין זיינע ארבעטערס דארפ'ן וויסען ווער איז בעל בית און פארוועם זיי ארבעטען (אונז די המון עם), (איך גלייב נישט אז איך גיי וואוטען פאר וועבער חוץ אויב ער ווערט אינדארסירט דארך מיין קהלה), אבער די המון עם דארף ארויס ברענגען זייער געשריי אויף אן אופן אז די קאנדידאטן זאל'ן וויסען אז דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר'ן המון עם.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:איך זאג נישט אז ספעקט איז שולדיג אינ'ם לאך, און איך זיך נישט צו טרעפן די שולדיגע, דאס העלפט אונז גארנישט און טוט גארנישט אויף, און דאס איז נישט דער נושא.
וואס איך וויל יא איז אז דער סופערווייזער און זיינע באדזשעט באאמטע זאלן ארויסווייזן פארשטענדעניש אז די שטייערן פון די איינוואוינער איז עפעס וואס עס גייט זיי אן. און ווען מען מאכט יאר איין יאר אויס אזעלכע שפילעכלעך פון איין יאר אראפ דריי פראצענט און די נעקסטע יאר ארויף זיבן פראצענט, וחוזר חלילה, שמעקט דאס אביסל ווי חוזק געמאכט פונ'ם ציבור. און ווער רעדט נאך ווען מען גיבט נאך רעיזעס פאר די איינגעשטעלטע. און ווי אויך איז עס ממש קאמיש, עס קומט צו צו די קאסע יערליך טויזענטע דאלארען פון די צוגעקומענע אויפגעבויעטע פראפערטיס, און די שטייער גייט ארויף?

איך וויל דיר פרעגן א פשוט'ע שאלה: איסט ראמאפא סקול דיסטריקט (איך נוץ עס נאר אלס א דוגמא, שרייעט'ס מיר נישט אן) האט ארויסגעלייגט א בודזשעט וואס זיי דארפן פאר די קומענ'דיגע יאר. יא? לכאורה, דאס איז וואס עס פעלט זיך אויס, און אנדעם קען די סקול סיסטעם נישט אנגיין פאר'ן קומענדיגען יאר. געשעהן איז אבער אז די וויילער האבן עס אנידערגעשטימט, און זיי וועלן מוזן נוצען די פאריעריגע בודזשעט. און אלעס פארט פיין און וואויל. יא, מען האט געדארפט שניידן פון דאס און פון יענץ, אבער ווען מען האט נישט קיין טשויס, גיבט מען זיך אן עצה.

טאון אוו ראמאפא קען און זאל אויך אפערירן פונקט אזוי. נישט ווייל די בודזשעט גייט נישט בעפאר די וויילער איז דאס א סיבה צו לאזן די בודזשעט צוווילדעוועט. ווען מען וויל באמת, קען מען שניידן געוויסע זאכן, אזוי ווי די סקול דיסטריקט האט געטון.


אינטרעסאנט, די זאגסט נישט אז ספעקט איז שולדיג אינ'ם לאך, אבער איינער וואס נעמט זיך אן פאר עם מיז זיין אז ער איז באדדיס מיט די עסקנים...

די ווילסט אז דער סופערווייזער זאל ארויסווייזען פארשטענדינש אז די שטייערען זענען הויעך, איך וויל אויך אז די סופערווייזער זאל דאס ארויסווייזען, און ספעקט האט טאקע דאס ארויסגעוויזען מיטען שניידען די בודזשעט צוויי יאר אין צו.

די פרעגסט פארוואס גייען די שטייערען ארויף אויב עס קומען צו נייער הייזער? די תירוץ איז פשוט, ווען מען זאגט אז טעקס גייט ארויף, רעדט מען פון די טעקס לעווי, פאקטישע טעקסעס גייען נאר ארויף אויב די טעקס לעווי גייט ארויף פרעצונוטאל מער פון וויפיל עס קומט צו נייער הייזער. אונטער סט. לארענס איז די טעקס לעווי ארויף מיט אבנארמאלע סכומים, אסאך מער פון וויפיל נייע הייזער זענען צוגעקומען, און פארדעם איז טאקע פאקטישע טעקסעס ארויף געגאנגען. אונטער ספעקט האט מען פאראיאר געזען אז פאקטישע שטייערען זענען אראפגעגאנגען, היי יאר, צוליב דעם וואס מען האט פאליורען אינקאם, האט ער געמוזט העכערען די טעקס לעווי, אבער נישט פאר יעדעם גלייך, אסאך איינוואוינער וועלען זען א טעקס קאט, און אנדערע וועט די טעקסעס יא ארויפגיין.

למעשה אן עווערידזש, וועט מען צאלן היי יאר מער פאקטישע טעקסעס ווי פאראיאר? לאמיר זען, די טעקס לעווי איז ארויף מיט בערך 1.5% און די ווערד פון הייזער איז ארויף מיט בערך 1%, קוקט אויס אז אן עווערידזש וועט פאקטישע טעקסעס ארויפגיין, אבער מען דארף נעמען אין אכט, אז די 1.5% אינקריס אין די טעקס לעווי, רעכענט אריין דאס וואס עירמאנט וועט אנפאנגען באצאלען פאר די גארבידזש, מילא קומט אויס אז באמת איז טעקס אראפגעגאנגען היי יאר, נישט ארויף (און אפילו ס'איז יא ארויף, רעדט מען פון פיצי נומבערס)

בנוגע איסט ראמאפאו, ווער זאגט אז מען געט זיך אן עצה? ווייסט וויפיל די פובליק סקולס ליידען צוליב דעם וואס מען האט געוואוט נאו אויף די בודזשעט? ווער זאגט אז דאס פארט פיין און וואויל? ס'איז קלאר אז געוויסע סערוויסעס וואס איסט ראמאפו פלעגט צושטעלען אין די פובליק סקולס, שטעלען זיי שוין היינט נישט צו, קען זיין אז עס גייט דיר נישט אן (מיר גייט עס אויך נישט אן), אבער די טאון וואלט איך נישט געוואלט זאל זיין אזוי.

בקיצור אויב די ווילסט האבן א סופערווייזער וואס גייט עם אן די טעקסעס, דאן קענסטו זיך נישט פארלאזען אויף די עסקנים, רוף אן די סופערווייזער'ס אפיס, געב עם א דאנק פאר'ן נישט העכערען שטייערען פאראיאר, געב א דאנק פאר שניידען $7 מיליאן דאללער פון די בודזשעט היי יאר, און זאג עם אז די האפסט אז נעקסטע יאר וועט ער שניידען נאך מער.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

בבקשה האט געשריבן:אויב די ווילסט האבן א סופערווייזער וואס גייט עם אן די טעקסעס, דאן קענסטו זיך נישט פארלאזען אויף די עסקנים, רוף אן די סופערווייזער'ס אפיס, געב עם א דאנק פאר'ן נישט העכערען שטייערען פאראיאר, געב א דאנק פאר שניידען $7 מיליאן דאללער פון די בודזשעט היי יאר, און זאג עם אז די האפסט אז נעקסטע יאר וועט ער שניידען נאך מער.

;l;p- וכן אני נוהג
בילד
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אהער און אהין האט געשריבן:ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.

אין יעדער גרויסער ביזנעס גייט געלט אין גארבעזש.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ר' יום טוב האט געשריבן:שלום עליכם!

עצה טובה: געווענליך ארבעטעס בעסער אז מ'האט אוועקגעלייגט אן אומשולדיג ניק אדער צוויי אין די זייט, וואס האט שוין עפעס א אומבאקאנטע היסטאריע אין פארברענגען.
קומען פריש כתינוק בן יומו דערמאנט פון קעלוזשען...

ווינדערט מיר אויך פארוואס ער האט מורא צו קומען דא שרייבן מיט זיין אלטע ניק
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

אהער און אהין האט געשריבן:ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.

ס'איז אמת אז גאוורנמענטס ספענדען אסאך מער ווי א געווענליכע ביזנעס, און עס איז עקסעפטעד, און קיינער האט נישט קיין טעהנ'ס אויף די קוינטי עקסעקטיוו אז ער האט געומען א רעיז. אבער רעמעפאו איז אסאך מער ווי נארמאל, ס'איז פשוט געבליבען פארפאלט פון אינעווייניג. די דע-פאקטו סופרווייזער איז איינער וואס סט. לאורנס האט געהאלטן וועגען איר ספעשעלטי צו פארדעקן קאראפשען (לויט איינעם'ס טעסטיפיי אין קאורט). און פארשטייט זיך אז זי פארטיילט דזאבס פאר אירע קרובים ווען ס'פעלט זיך אויס.

אויב וועבער גייט געוואונען לאמיר זאגען אז זיין טעקסעס קאט פראמיס איז קוועסשענעבל, אבער ער גייט זיכער אויסרייניגען די לעפט אווער גארבעדז פון סט. לאורנס אן קיין ספק.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

TAG האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.

ס'איז אמת אז גאוורנמענטס ספענדען אסאך מער ווי א געווענליכע ביזנעס, און עס איז עקסעפטעד, און קיינער האט נישט קיין טעהנ'ס אויף די קוינטי עקסעקטיוו אז ער האט געומען א רעיז. אבער רעמעפאו איז אסאך מער ווי נארמאל, ס'איז פשוט געבליבען פארפאלט פון אינעווייניג. די דע-פאקטו סופרווייזער איז איינער וואס סט. לאורנס האט געהאלטן וועגען איר ספעשעלטי צו פארדעקן קאראפשען (לויט איינעם'ס טעסטיפיי אין קאורט). און פארשטייט זיך אז זי פארטיילט דזאבס פאר אירע קרובים ווען ס'פעלט זיך אויס.

אויב וועבער גייט געוואונען לאמיר זאגען אז זיין טעקסעס קאט פראמיס איז קוועסשענעבל, אבער ער גייט זיכער אויסרייניגען די לעפט אווער גארבעדז פון סט. לאורנס אן קיין ספק.

אין גאנץ אמעריקע גייט אן קאראפשען, און אין גאנץ אמעריקע מאכט מען זיכער דאס צו פארדעקן.
(ביידען/באבולינסקי)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

TAG האט געשריבן:ס'איז אמת אז גאוורנמענטס ספענדען אסאך מער ווי א געווענליכע ביזנעס, און עס איז עקסעפטעד, און קיינער האט נישט קיין טעהנ'ס אויף די קוינטי עקסעקטיוו אז ער האט געומען א רעיז. אבער רעמעפאו איז אסאך מער ווי נארמאל, ס'איז פשוט געבליבען פארפאלט פון אינעווייניג. די דע-פאקטו סופרווייזער איז איינער וואס סט. לאורנס האט געהאלטן וועגען איר ספעשעלטי צו פארדעקן קאראפשען (לויט איינעם'ס טעסטיפיי אין קאורט). און פארשטייט זיך אז זי פארטיילט דזאבס פאר אירע קרובים ווען ס'פעלט זיך אויס.

אויב וועבער גייט געוואונען לאמיר זאגען אז זיין טעקסעס קאט פראמיס איז קוועסשענעבל, אבער ער גייט זיכער אויסרייניגען די לעפט אווער גארבעדז פון סט. לאורנס אן קיין ספק.


הממ... לאמיר טראכטען אביסל, אונטער סט. לארוענס איז די טעקס געשטיגען יעדער יאר צען פערצענט, אונטער ספעקט איז פאראיאר די טעקס אראפגעגאנגען און היי יאר געבליבען מער ווייניגער פלאך, אונטער סט. לארוענס זענען די חובות פון די שטאט ארויפגעגאנגען, אונטער ספעקט זענען די חובות אראפגעגאנגען. אונטער סט. לארוענס האט מען געספענדט געלט מער פון וואס איז געווען אין די בודזשעט, אונטער ספעקט, ספענדט מען ווייניגער געלט ווי וויפיל עס איז דא אין די בודזשעט.

אבער איך דארף גלייבען אז דער וואס האט געמאכט די גארבידזש ביי סט. לארונס איז דער וואס פירט ספעקט ביי די נאז.

עד כדי כך אז מיין איינציגסטע האפענונג איז צו וואוטען פאר אן אנטי-סעמיט, ווייל ״ער״ וועט שניידען די בודזשעט...

זאלסטו וויסן, אז ווען א פערזערוו קאנדידאט זאגט אז ער גייט ״נידערען״ שטייערען, איז זיין עיקר מהלך דורך געבן ווי מער וויעליעטשעינס פאר אידן, פרעג דיך נאך ביי סיי ווער וואס האט געוואוינט אין עירמאנט ביז 2 יאר צוריק, וויפיל וויעלעטשעינס מען האט באקומען, בלויז פאר׳ן זיין א איד, פאר די נארישעסטע זאכן. פאר א סוכה, פאר א פארטעביל ביה״כ ביי א פול, פאר לייגען א געיט ביי א ביהמ״ד (וואס די גוי נעקסט דאר האט געבעטען מען זאל לייגען), פאר פארקען אין אן אומלעגלע פארקינג לאט (וואס זיי האבן בשו״א נישט געוואלט געבן קיין פערמיט דערפאר), פאר האבן א לייט אנגעצינדען נאך 11 ביינאכט, וכו׳ וכו׳.
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

ראש לימבא האט געשריבן:איז בכלל שייך א מציאות אז א "דרויסענדע קאמפעני" קימט אריין אין העלפט שניידען די באדזשעט? שוין געווען אין אמעריקע בכלל אזא זאך? סתם שטיצען אן אנטיסעמיט ווייל ער זאגט (אדער די דמיונ'סט, אז ער זאגט) אז ער גייט עס טיען מאכט נישט קיין סענעס.

אויב איז בכלל דא אזא מציאות, פיין! זאל מען מאכט א קאמפיין, טויזענטע שטייער צאלער זאלן בעטען מיכל ספעכט'ן זאל אויפנעמען אזא קאמפעני און שלום על ישראל.


די קאונטי האט געהייערט אפאר יאר צוריק אזא קאמפעני CGR inc, (גראדע האט די ווילידז אפ ו. ניעק זיי אויך געהייערט לעצטנס צו זען אויב ס'לוינט זיך צו דעזאלווען די ווילידז וועיגן די סעיל פון וויזניץ).

בבקשה האט געשריבן:הממ... לאמיר טראכטען אביסל, אונטער סט. לארוענס איז די טעקס געשטיגען יעדער יאר צען פערצענט, אונטער ספעקט איז פאראיאר די טעקס אראפגעגאנגען און היי יאר געבליבען מער ווייניגער פלאך, אונטער סט. לארוענס זענען די חובות פון די שטאט ארויפגעגאנגען, אונטער ספעקט זענען די חובות אראפגעגאנגען. אונטער סט. לארוענס האט מען געספענדט געלט מער פון וואס איז געווען אין די בודזשעט, אונטער ספעקט, ספענדט מען ווייניגער געלט ווי וויפיל עס איז דא אין די בודזשעט.

אבער איך דארף גלייבען אז דער וואס האט געמאכט די גארבידזש ביי סט. לארונס איז דער וואס פירט ספעקט ביי די נאז.

עד כדי כך אז מיין איינציגסטע האפענונג איז צו וואוטען פאר אן אנטי-סעמיט, ווייל ״ער״ וועט שניידען די בודזשעט...

זאלסטו וויסן, אז ווען א פערזערוו קאנדידאט זאגט אז ער גייט ״נידערען״ שטייערען, איז זיין עיקר מהלך דורך געבן ווי מער וויעליעטשעינס פאר אידן, פרעג דיך נאך ביי סיי ווער וואס האט געוואוינט אין עירמאנט ביז 2 יאר צוריק, וויפיל וויעלעטשעינס מען האט באקומען, בלויז פאר׳ן זיין א איד, פאר די נארישעסטע זאכן. פאר א סוכה, פאר א פארטעביל ביה״כ ביי א פול, פאר לייגען א געיט ביי א ביהמ״ד (וואס די גוי נעקסט דאר האט געבעטען מען זאל לייגען), פאר פארקען אין אן אומלעגלע פארקינג לאט (וואס זיי האבן בשו״א נישט געוואלט געבן קיין פערמיט דערפאר), פאר האבן א לייט אנגעצינדען נאך 11 ביינאכט, וכו׳ וכו׳.


בקיצער וואס דו זאגסט מיר, ביזט צופרידען פון די גארבעדז וואס איז דא אבי יעצט איז די טעקס סטעיבל, אויך א מהלך. (לכאורה ווייסטו נישט וואס גייט פאר אין די טאון, פעיר)

איך האלט אז ווען ספעקט וועט זיך דארפן מוטשענען מיט די וואוטס, וועט ער מער משקיע זיין.

"וואוטען פאר אן אנטי-סעמיט" "פערזערוו קאנדידאט", אמת'דיג שרעקעדיג איך אגרי, ווי שטארק ס'איז אין מציאות איז מיר נישט אזוי באקאנט, אסאך וואס קענען אים זאגען גאר שארף אויף אים און איך גלייב זיי. במציאות ווייס איך נישט בפועל צו ער האט שוין עפעס געטוהן (ס'דא וואס טעהנ'ן אז ער שטייט אונטער די מאבי: א סטארם איז ברואינג אין ראקלענד). צוזאגען אז ער טראכט צו קאטען די באדזעט דארך וויילעישענס ס'איז נישט מסתבר ווייל ס'איז קליין געלט, און חוץ פון דעם ער קען גוט אונזער קומיוניטי און אויב וויל ער בלייבן אין די פאזיציע ווייסט ער וואס פארא זאכען זענען הייקל פאר אונז, אולי.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

TAG האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.

ס'איז אמת אז גאוורנמענטס ספענדען אסאך מער ווי א געווענליכע ביזנעס, און עס איז עקסעפטעד, און קיינער האט נישט קיין טעהנ'ס אויף די קוינטי עקסעקטיוו אז ער האט געומען א רעיז. אבער רעמעפאו איז אסאך מער ווי נארמאל, ס'איז פשוט געבליבען פארפאלט פון אינעווייניג. די דע-פאקטו סופרווייזער איז איינער וואס סט. לאורנס האט געהאלטן וועגען איר ספעשעלטי צו פארדעקן קאראפשען (לויט איינעם'ס טעסטיפיי אין קאורט). און פארשטייט זיך אז זי פארטיילט דזאבס פאר אירע קרובים ווען ס'פעלט זיך אויס.

אויב וועבער גייט געוואונען לאמיר זאגען אז זיין טעקסעס קאט פראמיס איז קוועסשענעבל, אבער ער גייט זיכער אויסרייניגען די לעפט אווער גארבעדז פון סט. לאורנס אן קיין ספק.

איך זעה נישט קיין שום פארשטענדליכער סיבה צו דיין האסע צו דעם ספעציפישען ארבייטער אין די טאון, חוץ אויב דו האסט א שייכת מיט די דיוועלעפמענט אויף די 59 צווישן Agusta און Remsen, אויב אמת איז פארשטענדליך דיינע אלע אום-ראליסטישע תגובות.

https://amp.lohud.com/amp/5437121002
בילד
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

"אלע" אום-רעליסטיש תגובות, איז היפש דעמאגאגיש געזאגט. ס'איז נישט קיין חילוק צו איך האב שייכות צו דעם דארמאנטען פראיעקט אדער נישט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

TAG האט געשריבן:
בקיצער וואס דו זאגסט מיר, ביזט צופרידען פון די גארבעדז וואס איז דא אבי יעצט איז די טעקס סטעיבל, אויך א מהלך. (לכאורה ווייסטו נישט וואס גייט פאר אין די טאון, פעיר)



די איינציגסטע גארבידזש וואס מען האט גערעדט ביז אהער איז די טעקס, און די פינינציעלע מצב פון די טאון, אין דעם הינזיכט האט ספעקט געמאכט א גוטע דזשאב, קען עס זיין בעסער? זיכער, בעסער האט נישט קיין שיעור, ווילסט ברענגען אנדערע גארבידזש וואס טוהט זיך אין די טאון? אדרבה לאז דיר הערען, אבער ביזדערווייל זעה איך נאר ווי ער קלינט די גארבידזש וואס סט. לארענס האט געמאכט מיט די טעקסעס.

TAG האט געשריבן:איך האלט אז ווען ספעקט וועט זיך דארפן מוטשענען מיט די וואוטס, וועט ער מער משקיע זיין.


יכול להיות, אבער איך זעה אז ער איז משקיע אפילו אזוי אויך, און אז די ווילסט ער זאל נאך מער משקיע זיין, דאן רוף עם אן און געב עם א שכח, זאג עם אז די ביזט צופרידען אז טראץ וואס די טאון האט פארליורען $7.4 מיליאן דאללער פון אינקאם, דאך האט ער כמעט נישט געהעכערט קיין טעקס, זאג עם אז די האפסט אז נעקסטע יאר וועט ער שניידען די בודזשעט מיט נאך $6 מיליאן דאללער, אנערקען זיין ארבייט, לענ״ד העלפט געבן קאמפילמענטס אסאך מער ווי סטראשען.

TAG האט געשריבן:"וואוטען פאר אן אנטי-סעמיט" "פערזערוו קאנדידאט", אמת'דיג שרעקעדיג איך אגרי, ווי שטארק ס'איז אין מציאות איז מיר נישט אזוי באקאנט, אסאך וואס קענען אים זאגען גאר שארף אויף אים און איך גלייב זיי. במציאות ווייס איך נישט בפועל צו ער האט שוין עפעס געטוהן (ס'דא וואס טעהנ'ן אז ער שטייט אונטער די מאבי: א סטארם איז ברואינג אין ראקלענד). צוזאגען אז ער טראכט צו קאטען די באדזעט דארך וויילעישענס ס'איז נישט מסתבר ווייל ס'איז קליין געלט, און חוץ פון דעם ער קען גוט אונזער קומיוניטי און אויב וויל ער בלייבן אין די פאזיציע ווייסט ער וואס פארא זאכען זענען הייקל פאר אונז, אולי.


אולי, אולי, יישר כח, איך וויל נישט איינשטעלען.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פומפדותא האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ווען מען זאל ווען האבן אין ווייסן הויז, אין אלבאני, אין די קאונטי גאווערמענט, און אין די לאקאלע ווילעדזש, טאון און סקול דיסטריקט איינעם מיט א פשוטע ביזנעס פאר-פראפיט וויזיע, וואלט האלב בודזשעט אראפ פון טיש.
יעדער ווייסט וואס א 'גאווערמענט דזשאב' מיינט. ס'אומגלויבליך וויפיל געלט גייט אין גארבעדזש.
אבער דאס וועט פארבלייבן. ס'גייט זיך נישט טוישן.

ס'איז אמת אז גאוורנמענטס ספענדען אסאך מער ווי א געווענליכע ביזנעס, און עס איז עקסעפטעד, און קיינער האט נישט קיין טעהנ'ס אויף די קוינטי עקסעקטיוו אז ער האט געומען א רעיז. אבער רעמעפאו איז אסאך מער ווי נארמאל, ס'איז פשוט געבליבען פארפאלט פון אינעווייניג. די דע-פאקטו סופרווייזער איז איינער וואס סט. לאורנס האט געהאלטן וועגען איר ספעשעלטי צו פארדעקן קאראפשען (לויט איינעם'ס טעסטיפיי אין קאורט). און פארשטייט זיך אז זי פארטיילט דזאבס פאר אירע קרובים ווען ס'פעלט זיך אויס.

אויב וועבער גייט געוואונען לאמיר זאגען אז זיין טעקסעס קאט פראמיס איז קוועסשענעבל, אבער ער גייט זיכער אויסרייניגען די לעפט אווער גארבעדז פון סט. לאורנס אן קיין ספק.

איך זעה נישט קיין שום פארשטענדליכער סיבה צו דיין האסע צו דעם ספעציפישען ארבייטער אין די טאון, חוץ אויב דו האסט א שייכת מיט די דיוועלעפמענט אויף די 59 צווישן Agusta און Remsen, אויב אמת איז פארשטענדליך דיינע אלע אום-ראליסטישע תגובות.

https://amp.lohud.com/amp/5437121002

יעדער וואס האט עפעס צו זאגן איבער די טאון אוו ראמאפאו האט נגיעות?
(כפרעג די קשיא סיי אויף @טעג און סיי אויף @פומפדותא)

יעדער מעג פרעגן און ענטפערן און יעדער פארמאגט די זעלבע כבדהו וחשדהו קרעדיט
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

שיעלע בהמה האט געשריבן:יעדער וואס האט עפעס צו זאגן איבער די טאון אוו ראמאפאו האט נגיעות?
(כפרעג די קשיא סיי אויף @טעג און סיי אויף @פומפדותא)

יעדער מעג פרעגן און ענטפערן און יעדער פארמאגט די זעלבע כבדהו וחשדהו קרעדיט

איינער וואס צאלט טעקס האט נגיעות, איינער וואס צאלט נישט ווייל ער איז טעקס עקזעמפט האט אויך נגיעות (לויט די סטעיט געזעץ קען א טאןן מאכן א געזעץ אז מ'דארף באצאלן פאר סערוויסעז אויב מ'איז parsonage tax exemption, ד.ה. נישט קיין ביהמ"ד אבער די פראפערטי איז געאונט ביי א ביהמ"ד), איינער וואס וואוינט פאר רענט קען אויך האבן א נגיעות אז זיין רענט וועט ארויף גיין.
די שאלה איז צו מ'האט מער נגיעות ווייל מ'איז א דעוועלעפער וכדומה.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

TAG האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:יעדער וואס האט עפעס צו זאגן איבער די טאון אוו ראמאפאו האט נגיעות?
(כפרעג די קשיא סיי אויף @טעג און סיי אויף @פומפדותא)

יעדער מעג פרעגן און ענטפערן און יעדער פארמאגט די זעלבע כבדהו וחשדהו קרעדיט

איינער וואס צאלט טעקס האט נגיעות, איינער וואס צאלט נישט ווייל ער איז טעקס עקזעמפט האט אויך נגיעות (לויט די סטעיט געזעץ קען א טאןן מאכן א געזעץ אז מ'דארף באצאלן פאר סערוויסעז אויב מ'איז parsonage tax exemption, ד.ה. נישט קיין ביהמ"ד אבער די פראפערטי איז געאונט ביי א ביהמ"ד), איינער וואס וואוינט פאר רענט קען אויך האבן א נגיעות אז זיין רענט וועט ארויף גיין.
די שאלה איז צו מ'האט מער נגיעות ווייל מ'איז א דעוועלעפער וכדומה.

יא, אבער אויף א פאבליק פארום וואו יעדער שרייבט אינטער ניק נעמען איז א דבר פשוט אז סאיז נישט שייך צו דן זיין אויף די מענטש'ס קרעדיביליטי

מדארף קוקן אויף די תוכן הדברים וואס משרייבט און שוין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”