דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב געזען דעם שבת אין שול א צעטל באשריבן די גאנצע נושא פון ספרינג וואלי מיט די טראסטיס וכו' וכו',
שרייבט ער דארטן וועגן די צוקראכטע גאסן אז אסאך מאל ווארט די טאון\וויליזש מען זאל ענדיגן בויען די נייע הייזער און פאר דעם וועלן זיי נישט איבערמאכן די גאס,
מיין שאלה איז, פארוואס קענען נישט די דעוועלאופערס (אדער הו-עווער איז רעספאנסעבל) זיכער מאכן אז נאכן אויסגראסן און צוריק פארמאכן דעם גאס זאל דאס זיין געמאכט שיין גלאט ווי א מענטש? פארוואס איז יעדע מאל מען ענדיגט בויען א נייע דעוועלאפמענט און מען אקערט ארום אין דער ערד מיט די עלעקטריק אדער סוער ליינס און מען לייגט צוריק אביסל אספאלט ווערט דער נייער שטיקל אדער א גראבע באמפ אדער א היפשע טיפע לאך וואס שאקלט אויף יעדע דרייווער????
פארוואס קענען נישט די דעוועלאופערס זיכער מאכן אז נאכן אויסגראסן און צוריק פארמאכן דעם גאס זאל דאס זיין געמאכט שיין גלאט ווי א מענטש איז נישט די סעלאושן, נישטא קיין פעירמיט נאר אויב די ראוד איז צוריק פארמאכט ווי געווען אפריער אז נישט איז דא פיינס- יעדן טאג א פרישע פיין.
עניוועי, קען מען האבן דעם עולם זיך פארפליכטן פאר א רייט-אין? מיר מיט מיין שטוב האלט מען שוין ביי צוויי. ווער נאך? געענדיגט מיט די רעדן יעצט הייבן מיר אן למעשה