נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בערל עושר
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:49 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל עושר »

יענקל פאטאש האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װאו קען מען גײן שװימען?
איז ר.ס.ס. שױן צוריק אפן?

ווייסט איינער פון א פלאץ צו שווימען אינמיטן די וואך?
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

בערל עושר האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װאו קען מען גײן שװימען?
איז ר.ס.ס. שױן צוריק אפן?

ווייסט איינער פון א פלאץ צו שווימען אינמיטן די וואך?

געהערט זאגן אז עדוועניאם האט/גייט אנפאנגן א גרופע צוויי מאל א וואך שווימען מיט א עקסערסייז אינסטראקטער.
אדרבה איינער מיט מער אינפאו ביטע מיטיילן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

בלייבט איבער א סעריע מיט קשיות פאר די קאמפיין פירערס:

פארוואס נישט שטיצן שזעזמין אלס הכרת הטוב און פיוס נאך וואס מען האט איר אזוי שלעכט באהנדעלט?

פארוואס נישט שטיצן דעמעזעי אלס הכרת הטוב ווען ער האט זיך אנגענומען פאר אונז קעגן עד דעי, און א דאנק איהם זענען די מוסדות התורה געבליבן אפען?

פארוואס ווען יוסף הערש איז געלאפן פאר מעיאר האבן ענק נישט געוואוסט צו דערציילן אז ער איז געוועהן דער ערשטער היימישע טראסטי?

פארוואס רעדן ענק נאר אז דעמעזעי איז א משוגענער, אבער דערציילן נישט וואס פאר א טאטאל פארוקטער סיימאן איז?

פארוואס רעדן ענק אז מען האט ארעסטירט דעמעזעי פאר איין טאג, אבער דערציילן נישט אז ענקער קארופטירטער פריינט פאנוויל האט באקומען א יאר תפיסה?

פארוואס פילן ענק אן בלעטער צו דערשרעקן דעם ציבור וועגן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וואלי וואס קיין איין קאנדידאט רעדט יעצט נישט דערוועגן, דאס לעצטע מאל מען האט גערעדט דערוועגן איז געוועהן פיר יאר צוריק?

צום שליסונג, ענק האבן אנגעפילט בלעטער מיט טיילוואזע שקרים אדער פארדרייטע פאקטן, אבער נישט געווידמט קיין טראפקעלע טינט צו זאגן מיט וואס ענק פלאנען צו בעסער מאכן ספרינג וואלי, עס שרייט פון זיך אליין אז ענק אינטערסירט בכלל נישט די וואויל זיין פון די איינוואוינער פון דעם שטאט
בילד
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

מ'ברויך נעמען דעם גאנצען ווילידזש און לייגן אין גארבידש
סך הכל תגובות: 999
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פומפדותא האט געשריבן:לאמיר אביסל דערציילן וואס עס האט פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר, מיר גייען אנהייבן ביי מעיאר זשעזמין (jasmin), זשעזמין איז א שווארצע פרוי וואס איז געוועהן די מעיאר פון ספרינג וואלי, זייער א פיינער פרוי מען האט געהאט פון איר אסאך טובות

די לייגסט איר אראפ ווי א צדיקת ווען איך האב געהערט פון א פאר קרובים וואס האבן געליטן ווייל זי האט געהאלפן די דעוואלאפערס טרעטן אויף די פריוואטע שוואכע מענטש

און זיי האבן געזאגט אז עס איז נאך קיינמאל געווען א מעיאר אזוי אין טאש פון דעוועלאפערס ווי איר
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

ווייסט איינער פון א טעקנישאן וואס קען פאררעכטן עיר קאנדישאן׳ס? א ווינדוי יוניט, נישט סענטרעל

א דאנק
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

תענית חלום האט געשריבן:ווייסט איינער פון א טעקנישאן וואס קען פאררעכטן עיר קאנדישאן׳ס? א ווינדוי יוניט, נישט סענטרעל

א דאנק

די ביליגסטע וועט טשארדזשען $250. און וויפיל קאסט א נייע?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פומפדותא האט געשריבן:בלייבט איבער א סעריע מיט קשיות פאר די קאמפיין פירערס:

פארוואס נישט שטיצן שזעזמין אלס הכרת הטוב און פיוס נאך וואס מען האט איר אזוי שלעכט באהנדעלט?

פארוואס נישט שטיצן דעמעזעי אלס הכרת הטוב ווען ער האט זיך אנגענומען פאר אונז קעגן עד דעי, און א דאנק איהם זענען די מוסדות התורה געבליבן אפען?

פארוואס ווען יוסף הערש איז געלאפן פאר מעיאר האבן ענק נישט געוואוסט צו דערציילן אז ער איז געוועהן דער ערשטער היימישע טראסטי?

פארוואס רעדן ענק נאר אז דעמעזעי איז א משוגענער, אבער דערציילן נישט וואס פאר א טאטאל פארוקטער סיימאן איז?

פארוואס רעדן ענק אז מען האט ארעסטירט דעמעזעי פאר איין טאג, אבער דערציילן נישט אז ענקער קארופטירטער פריינט פאנוויל האט באקומען א יאר תפיסה?

פארוואס פילן ענק אן בלעטער צו דערשרעקן דעם ציבור וועגן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וואלי וואס קיין איין קאנדידאט רעדט יעצט נישט דערוועגן, דאס לעצטע מאל מען האט גערעדט דערוועגן איז געוועהן פיר יאר צוריק?

צום שליסונג, ענק האבן אנגעפילט בלעטער מיט טיילוואזע שקרים אדער פארדרייטע פאקטן, אבער נישט געווידמט קיין טראפקעלע טינט צו זאגן מיט וואס ענק פלאנען צו בעסער מאכן ספרינג וואלי, עס שרייט פון זיך אליין אז ענק אינטערסירט בכלל נישט די וואויל זיין פון די איינוואוינער פון דעם שטאט

פומפדותא דו האסט מיר אױפגעקלערט, ביז יעצט האב איך ניטאמאל געכאפט אז מ׳װאוט אױך פאר מעיאר,
װער געדענקט נאך לעצטע יאר (אדער צװײ) װען מ׳איז געװען ביזי ראטעװען דעם עולם פון א שלעכטע דיסטריקט אטױרני (װאס איז אפשר אמת) האט מען אױסגענוצט די געלעגנהײט און געשריבן "װאוט ראו A אלל דע װעי", נישט זאגנדיג קײן פיפס װעגן די סופערװײזאר וכדו׳
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

9A2BBBA0-6BA1-4998-9C8A-4C50BDFF4CE4.jpeg
9A2BBBA0-6BA1-4998-9C8A-4C50BDFF4CE4.jpeg (351.87 KiB) געזען 1401 מאל
אמת אמת אמת
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 11, 2021 10:18 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת אמת אמת »

איטרעסאנטע ענעקדאט: כהאב נישט באקומען קיין שום צעטל פון מיינע קינדערס מוסד, כהאב געפרעגט מיין חבר זאגט ער מיר זיין מוסד האט אויך נישט....
כהאב אנגערופן די מנהלי המוסדות וואס איז פשט? זאגן זיי מיר קלאר און דייטליך, זיי האבן געהאט פארקערט פון... פון די טראסטי וכו' ודי , ע"כ שיקן זיי בדווקא "נישט אהיים" קיין צעטלעך אבער "איתמחי גברא" ר' יוסף הערש גראס JOSEPH GROSS איז געווען א אוזן קשבת און ארויסגעהאלפן יעדע יחיד און די כלל ווען איר איז געזיצן דארט מיט יארן צוריק אלס טראסטי, אלזו זאל מען ארויסקומען שטימן פאר אים מיט אלע כוחות! מיר מוזן אים האבן צוריק דארט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פומפדיתא קומט אריין קלאר

ליינענדיג דעם ארטיקל די וואך אין קאנעקשנס האב איך מחליט געווען אז איך גיי יא וואוטן, אוועק קוקן פון די אנגעווייטיגטקייט אבער די ווארד סיסטעם איס דאך א חורבן...
האמת יאמר איך האב ניטאמאל פונקטליך פארשטאנען וואס דאס איז אבער אז סאיז א גזירה פון שונאי ישראל דארף מען פארקוקן אויף זייטיגע פאליטיק און ארויס גיין....
און ווי אייביג שטעלט זיך ארויס אז סאיז איין שטיק באלף.

מיר וועלן זיך נישט לאזן פון זיי, קמעא קמעא וועט דער אמת ארויפשווימען!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אמת אמת אמת האט געשריבן:איטרעסאנטע ענעקדאט: כהאב נישט באקומען קיין שום צעטל פון מיינע קינדערס מוסד, כהאב געפרעגט מיין חבר זאגט ער מיר זיין מוסד האט אויך נישט....
כהאב אנגערופן די מנהלי המוסדות וואס איז פשט? זאגן זיי מיר קלאר און דייטליך, זיי האבן געהאט פארקערט פון... פון די טראסטי וכו' ודי , ע"כ שיקן זיי בדווקא "נישט אהיים" קיין צעטלעך אבער "איתמחי גברא" ר' יוסף הערש גראס JOSEPH GROSS איז געווען א אוזן קשבת און ארויסגעהאלפן יעדע יחיד און די כלל ווען איר איז געזיצן דארט מיט יארן צוריק אלס טראסטי, אלזו זאל מען ארויסקומען שטימן פאר אים מיט אלע כוחות! מיר מוזן אים האבן צוריק דארט!

"When they go low we go high" אונז גייען נישט נידעריגער ווען יענער גייט נידעריג.
יענער טרייעט צו געווינען מיט שמוץ, אונז גיימער געווינען מיט פאזעטיוויטי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אויב וועט מצליח זיין אז נאר יוסף הערש וועט געווינען וועט דאס זיין א שטארקע מעסעדזש, לכאורה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

Shuli האט געשריבן:
9A2BBBA0-6BA1-4998-9C8A-4C50BDFF4CE4.jpeg

נעבעך, די אלע זענען אזוי Out of touch מיט די איינוואוינער.

אבער דער ענטפער צו דעם טאר נישט זיין צו בלייבן אינדערהיים און נישט שטימען, ווייל דעמאלס רעדן זיך די אלע איין אז דער עולם איז פשוט "מיד" און "פויל", און מען פארפאסט א געלעגנהייט זיי צו עפענען די אויגן.

מען דארף ארויסקומען אין די מאסן שטימען, און דוקא פאר איינער וואס איז נישט פון זייער קליקע, און דעמאלס וועט דער מעסידזש זיין זייער קלאר, אז מיר זענען נישט קיין פאפעטס, און מען זאל זיך אנהויבן צו רעכענען מיט די פשוטע איינוואוינער אויך, און נישט נאר מיט דעוועלאפערס און מוסדות.
יאנקי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 8:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקי »

וואס איז מען אזוי געפלויגן דא אין מאנסי די לעצטע האלבע שעה?
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

הצד השוה, כמיין כו"ע מודה מברויך שטימען צו דיסמענטלן די ווילעדזש.. און פטור אן עסק, זאל עס גיין אונטער ראמאפא און אנידער מיט די אויפגעריסענע שטייער!!!
לעצט פארראכטן דורך טוב ליהודים אום מאנטאג יוני 21, 2021 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין נישט קיין פאליטישאן, כקעען נישט די חברה וואס לויפן און זיצן, אבער יוסף הערש גראס קאן איך פערזענליך, און איך זאג אז ער איז א זעלטנהייט פון א לב טוב! א הארץ פון גאלד.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין נישט קיין פאליטישאן, כקעען נישט די חברה וואס לויפן און זיצן, אבער יוסף הערש גראס קאן איך פערזענליך, און איך זאג אז ער איז א זעלטנהייט פון א לב טוב! א הארץ פון גאלד.
גא"מ
אמת אמת אמת
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 11, 2021 10:18 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת אמת אמת »

אויב די גאנצע שטיבל איז מסכים אזוי מיט אן אחדות פאר יוסף הערשן'נען - נא פוילטס נישט און רופטס אייער פריינט און משפחה אין ספרינג וואלי, דעמקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך צו שטימן פאר קאנדידאט וואס אלע - אלע אינדארסירן די כלל און פרט.

דעמקראטן קענען פשוט גרינגערהייט שטימן, רעפובליקאנער דארפן קאלארן אונטען ביי WRITE IN און דערנאך אריינ-שרייבן JOSEPH GROSS
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

בבקשה האט געשריבן:ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?

אדער יא אדער נישט.

עס האט געכאפט דיין אטענטשען? דאס איז דער עיקר.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:ס׳איז דא פלענער פון איינפירן א ווארד סיסטעם אין ספרינג וועלי?

אדער יא אדער נישט.

עס האט געכאפט דיין אטענטשען? דאס איז דער עיקר.

קוקט נישט עכט אויס אז ס׳איז עפעס ערענסט, בכלל בין איך מחולק מיט די גאנצע געדאנק אז א ווארד סיסטעם איז שלעכט. ס׳קען זיין שלעכט, אבער ס׳איז נישט מוכרח אז ס׳איז שלעכט.

בבקשה האט געשריבן:

יתכן, אבער דער עצם געדאנק ווער עס וויל עס זאל זיין א ווארד סיסטעם, צייגט אויף עפעס. דער זעלבע זאך מיט די איסט ראמאפא ווארד און מאניטאר מוז אויך נישט זיין אז עס איז א געפערליכע זאך, אבער צוזעהנדיג ווער עס וויל עס, ווייזט עס אויף די כוונה דערפון, און דאס איז צו איבערקומען אונזער איינפלוס.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:יתכן, אבער דער עצם געדאנק ווער עס וויל עס זאל זיין א ווארד סיסטעם, צייגט אויף עפעס. דער זעלבע זאך מיט די איסט ראמאפא ווארד און מאניטאר מוז אויך נישט זיין אז עס איז א געפערליכע זאך, אבער צוזעהנדיג ווער עס וויל עס, ווייזט עס אויף די כוונה דערפון, און דאס איז צו איבערקומען אונזער איינפלוס.

איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, ווער איז געווען אונטער די איסט ראמאפאו ווארד סיסטעם? (נישט די מאניטער, די מאניטער איז א אומרעכט) די שווארצע און די ספאנישע, ביני ובינך, האבן זיי דען נישט געהאט א גוטע טענה? זיצט א סקול באורד, און די סקול באורד גייט נישט אן קיין כי הוא זה וועגן די פובליק סקולס, קיין טראפ גייט עס זיי נישט אן. די וואס שיקן אין די פובליק סקולס, האבן נישט קיין שום ווארט אין וויאזוי די סקול ווערט געפירט, די זעהסט נישט אז ס׳איז א פראבלעם? די פארשטייסט נישט זייער טענה?

ולגופו של ענין, וואס האט די ווארד געמאכט? אז יעצט האבן די פובליק סקול עלטערען 3 פון 9 באורד מעמבערס, דאס איז היפש נארמאל, וויבאלד די דיסטריקט איז טאקע א דריטעל פובליק סקול עלטערען, און יעצט וועט מען הערן זייער קול. סך הכל וואס דאס מיינט, אז בעצם, קען יעדער באשלוס זיין געפאסט דורך א 6-3 מערהייט פון די אידישע באורד מעמבערס, אבער ביז היינט, אפילו ווען די פובליק סקול עלטערען האבן געהאט א גוטע טענה, א טענה וואס יעדער פארשטייט צו זיין ריכטיג, האבן זיי ניטאמאל געהאט א פארשטייער וואס זאל זיי פארלייגן די טענה. יעצט קענען זייער פארשטייער ארויפברענגען זייערע טענות, אויב איז די טענה נאריש, אדער אנטיסעמיטיש, אדער אפילו א שטער פאר די אידן, וועט דאס אראפגעווארפן ווערן דורך די 6 אידישע באורד מעמבערס, אויב אבער איז די טענה א גוטע און אויסגעהאלטענע טענה, וועט די באורד דאס קענען באשטעטיגען.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פומפדותא האט געשריבן:איך האב דעם שבת געזעהן אין ביהמ"ד א אויסגאבע וועגן די וואלן אין מאנסי, איך בין ערשטוינט וואו אזוי מען חזר'ט איבער די אלטע scare-tactic סטראטעגיע און מען שרייט "צד שכנגד" בו בזמן וואס עס איז נישט דא קיין צד שכנגד, סכה"כ אפאר מענטשען געשטיצט ביי די זעלבע וואס האבן חרוב געמאכט אונזער שטאט ווילן ערוועלט ווערן פאר א פאליטשע פאזיציע דרייט מען אן א קאשע כאילו איינער ווי אונז אונטעברענגען.

און כדאי צו שטיפן זייער אגענדע דערציילן זיי וואס עס האט אלס פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצעטערע יארן, פארשטייט זיך אז זיי דערציילן נאר וואס עס שמעקט זיי, דעריבער האב איך באשלאסן צו דערציילן וואס עס האט באמת פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר.

לאמיר אביסל דערציילן וואס עס האט פאסירט אין ספרינג וואלי די לעצטע פאר יאר, מיר גייען אנהייבן ביי מעיאר זשעזמין (jasmin), זשעזמין איז א שווארצע פרוי וואס איז געוועהן די מעיאר פון ספרינג וואלי, זייער א פיינער פרוי מען האט געהאט פון איר אסאך טובות, ויהי היום די רעגירונג האט איר אונטער געריקט א שוחד פרשה און זי איז ארעסטירט געווארן און געזיצן אין תפיסה, ליידער איז געוועהן יד ישראל באמצע ואכמ"ל.

שפעטער איז פארגעקומען פריימעריס און וואלן פאר די מעיאר זיץ, מיר גייען רעדן פון דריי קאנדידאטן וואס זענען געלאפן פאר מעיאר, יוסף הערש גראס, פאנוויל (fonvil), דעמעזעי (Demeza).

עס איז געוועהן מאנכע וואס האבן געהאט טענות אויף יוסף הערש'ס קאנדידאטור פאר מעיאר, ווייל עס וואלט אויסגעקוקט כאילו די אידן האבן פלאנירט א אקציע צו איבערנעמען די וויליזש (קודם האבן זיי ארעסטירט די מעיאר און יעצט רוקן זיי אריין זייערס א מענטש צו איבערנעמען די פאזיציע), למעשה האט יוסף הערש פארלוירן אין די פריימעריס ווייל........איר האט גוט צוגעטראפן, ער האט זיך נישט פארטראגן מיט א דיוועלעפער(ס).

די אפעציעלע פאלאקאטן פון די עשקנים איז געוועהן אז מען זאל שטיצן פאנוויל, נאך די פריימעריס וואס יוסף הערש האט פארלוירן האט ער אינדאסירט דעמעזעי פאר מעיאר, למעשה האט דעמעזי געוואונען און געווארן מעיאר.

דעמעזעי איז א טאטאל משוגענער אבער מיט א גוט ווארט אדער אביסל חנופה האט מען פון איהם אלעס באקומען, אלע עסקנים און מוסדות התורה (חוץ געוויסע בילדערס) האבן געהאט ביי איהם א אפענע טיהר, ווען עד דעי האט באקומען די רעכטן צו מאכן פייער אינספעקשאן'ס און געסטראשעט צו אפשפארן אלע מוסדות התורה היל"ת האט ער זיך ספעציעל אנגעטשעפעט אין די טרעילארס וואס מען האט גענוצט פאר קלאס צימערן, דענסמאל האט דעמעזעי זיך ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט און געגעבן CFO'S פאר אלע מוסדות התורה טראצדעם וואס מען האט איהם געסטראשעט מיט תפיסה אויב ער טוהט עס.

צוריק צום וויליזש אפיס דא איז געשעהן א טיילונג, די מעיאר דימעזעי מיט אפאר טונקעלע טראסטיס אויף איין זייט, און פאנוויל מיט זיינע חברים אויך טונקעלע אויף די צווייטע זייט, און אונזער אשר גראסמאן איז געוועהן אויף פאנווילס זייט, למעשה האט מען זיך געריסן ביי די קעפ און די וויליזש איז געוועהן אויף גרידלאק, בנוסף לזה האט אשר גראסמאן גערופען דעמעזעי אין געריכט, עס איז דורך א שטיק צייט און פאנוויל איז ארעסטירט געווארן.

דערנאך איז געקומען די נעקסטע סעריע וואלן, די מוסדות התורה האבן געשטיצט דימעזעי ווייל זיי האבן געהאט טובות פון איהם, און די בילדערס האבן געפונען א צווייטן טאטאל משוגענער מיט'ן נאמען Alan Simon אז ער זאל לויפן פאר מעיאר, (סיימאן איז געוועהן א לאקאלער זאזש וואס האט פארלוירן זיין לייסענדס ווייל ער האט זיך אויפגעפירט וואו א מטורף) נו ווער האט געוואונען די וואלן?... ווער עס האט די מאה... מען האט אנגעקלעפט פאלאקאטן אין די גאנצע שטאט און רוב ציבור האט נישט געכאפט וואס דא גייט פאר און סיימאן איז געווארן מעיאר.

איך קעניש פונקטליכע דיטעילס אבער בין גברא לגברא האביך אויפגעכאפט בערך די נייע סטארי מיט פישער

פאר סא"ם ריזע"ן האט אייזענבאך אפגטרעטען אלס טראסטי, בצר להם נישט צו פארלירען די ווילעדזש האט\האבען די דעוולאפער(ס) געטראפען איינעם וואס לדעתם וועלען זיי קענען זיך מסדר זיין, הלמאי זיי \ ער האבען איהם אריינגעשטעלט אין אפיס?!
למעשה האט ער זיי געזאגט אז איך בין FULLY - מיט א שלשלת - מיט ענק, אבער די וואס האבען גערעדט מיט איהם פריוואט האבען אבער געטראפען אן אוזן קשבת מיט א ווארעם הארץ פאר עמך יודען... אין דעס האט שוינישט געשמעקט פאר די 'צד שכנגד'

ויסעו מפישער ויחנו בגראס
האבען זיי איבערגערעדט יוסף הערש גראס צו לויפען אלס טראסטי אין באותו זמן זיך ארויס געלאזט אויף א מסע הקודש צו אלע רבנים זאלען מיט גוט'נס אין בייזען פרעשורע'ן יוסי פישער צו ארויסדראפען היתכן?! צוליב איהם קענען אונז נאך פארלירען די ווילעדזש נאך אזופיל בלוט אין שווייס (דמים תרתי משמע) וואס מ'האט אריינגעגאסען.

חזקה על קארופטירטע חבר שלא להוציא...
די פרעשור האט געטוען זייניגע נאך לאנגע וואכען פון צוריק פייטען האט די יהדות הגולה אין מאנסי באקומען דעם שרעקעדיגען פאון קאול פון א אויסגעווטשטער יוסי פישער "אז איך גיב אויף מיין קאנדידאטור אין איך FULLY סופארט גראס מיט גראסמאן" זיין קול האט ארויס געגעבען די גאנצע מעשה על רגל אחת. סיי פון די צד שכנגד און סיי פון די צד שכנגד-שכנגד.

תושבי ספרינג וואלי נבוכה

יעצט בלייבט נאר איבער צו ווארטען אין 4 יאר ארום פאר נאך א ביכעל פון די טראסטי'ס אז בעז"ה איז געלונגען צו אראפריקען די טעק'ס מיט ג-א-נ-צ-ע צוויי פראצענט!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”