צדיק בן צדיק האט געשריבן:בינעך נייגעריג צו ס׳איז דא נאך א מקום אויפן כדור הארץ ווי אידעלעך ניצן אזויפיל טעקסיס, קאר סערוויסן און דראשקעס א יעדען איינציגע טאג (חוץ שבת…)
העט ווען געווען א גאלדענע זאך ווען מיר וואלטן פארמאגט דא אין שטעטל אזא שאטעל סערוויס ווי מ׳קען ארויפגיין און אראפגיין גרינגערהייט און וואס וועט דערגרייכן מקצה העיר ועד סופו.
די מעלות וואלט געווען פילפאכיג, פארשטייט זיך סאך א קלענערע ק״ס בודזשעט פאר יעדע פאמיליע, ווייניגער טרעפעק אויף די שאסייען און ועל כולם קענען ארויספארן און אהנקומען ביי א פאראויס באשטימטע צייט.
די חסרונות איז די פרנסות וואס פילע אחבנ״י וואס זענען אהנגעוויזן אויף די לאקאלע דרייוועריי קאנען פארלירן ח״ו.
וואס זאגט איהר, איז בכלל מעגלעך אזא זאך צוצעשטעלן שאטעלס פאר די גאנצע שטאט פאר א דיסענט פרייז???
די כלל ביי די זאכן איז אז ווען פרנסות ווערן פאלוירן דורך נעמען געוויסע שריט, ברענגט דאס פרנסות פון א אנדער ענגל.
ווען מהאט אויסגעטראפן דעם קאר האבן אסאך בעל עגלות פארלוירן זייער פרנסות...
ווען איינער זאל דאס אויפבויען איז דא א געוואלד מיט נייע פרנסות פאר אידן, מענדזשערס דרייווערס און וואס נישט.
אויף דעם געדאנק, וואלט געווען א געווינטשענע זאך, און די אמת איז אז סאיז שוין דא די גרינע באס, איך וואונדער מיר שוין לאנג פארוואס זיי פאברייטערן דאס נישט אויף א געעריגע סיסטעם, און אראפגיין די פרייז פאר א דאלער. אדער אפילו א איידיע ווי א ״חודשי״ וואס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל, אז מצאלט א חודשליכע אפצאל און מקען פארן וויפל מוויל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!