נייע שטאט האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:פאר וועם?
מענטשען וואס ארבייטען אויף NIGHT SHIFT ?
דער שאלה ווער זענען די קבועים דארט (נישט א לכתחילה צו דאווענען נאך חצות...) אבער אזא מנין עוועליבעל פאר א שעת הצורך איז א פיינע זאך.
https://www.mishnaberurayomi.org/pdf_pa ... f_2b-4.pdf
דאס איז טאקע מיין תמי' עס מאכען זיך יעדע נאכט 10+ אנוסים ?
די סקרין שאט פון ביאור הלכה אויף דעם פידיעף וואס דו האסט געברענגט. האסטו קלאר אז מקום הדחק, הגם ער געט נאר א משל אלץ מלמד, אבער פארשטייט זיך יעדער עוסק בצרכי ציבור והכלל הייסט אזוי ווי א לומד תורה אזוי ווי תוספות ברכות זאגט שוין לגבי לערנען פאר שחרית - די אלע קענען (נאכן זיך דורך רעדן מיט א מורה הוראה,) דאווענען מעריב נאך חצות לכתחלה, און אויך ביי וועם ס'איז געשען בדיעבד נישט דוקא א אונס, און ווי אנדערע האבן שוין מעורר געווען אז אונס איז אויף די זמן צווישן עלות און נץ.
ס׳איז נאך מער אויסגעהאלטן צו דאווענען מעריב נאך חצות ווי דאווענען שחרית (ברכת ק״ש) נאך ד׳ שעות וואס אויף דעם איז דא מער ווי גענוג ׳אנוסים׳ יעדן טאג