בבקשה האט געשריבן:ספרינג וועלי רעזולטאטען, די מערסטע צוויי געווינען
Sherry mcgill: 458
Joseph Gross: 408
Jean-Louis Schello: 370
Asher Grossman: 318
Joseph Fischer: 148
Jacques Charlot: 143
Loubands M. Deomsthene: 138
אלע אנדערע קאנדידאטען האבן אנגעצויגן ווייניגער פון 100 שטימען.
דאס רעכענט נישט אריין די אבסענטי בעללעטס, איך ווייס נישט וויפיל אבסענטי בעללעטס ס'איז געווען.
די ריזאלטאטן פון די היינטיגע וואלן אין ספרינג וואלי רעדן פון זיך אליין, נאר 400 מענטשען דאס איז בערך 150 משפחות פון אונזער קאמיונעטי וואס זענען ארויסגעגאנגען שטימען, עס איז צייט צו מאכן א חשבון הנפש און פארשטיין די טעותים וואס מען האט געטוהן אז מען זאל עס נישט איבער חזר'ן.
און א פאר חדשים ארום גייט פארקומען וואלן אין רעמעפאו און אויב מען גייט נישט נעמען א לעקציע פון די היינטיגע וואלן, גייען די וואלן פאר רעמעפאו סופערווייזער זיין א איבערשפיל פון היינט נאכט. די טענות און די ווייטאג פונעם ציבור דארף צוטיילט ווערן און צוויי חלקים. 1) די וואל קאמפיין. 2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.
1) די וואל קאמפיין:
A) דאס ארום גיין און פארקויפן שקרים וכזבים צו געוואונען אן עלעקשאן דארף זאפארט קומען צו א ענדע, עס עקלט שוין.
B) מוציא שפתיך תשמור, וואס מען האט צוגעזאגט ביים קאמפיין דארף מען איינהאלטן.
2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.
עס איז נישט קיין סוד אז עס ווערן געפאסט באשלוסן וואס זענען לטובת געוויסע יחידים און א שטער פאר א גרויסן חלק פון ציבור, עס זייער דורכזיכטיג וואס עס גייט אלס פאר .