מעכטיגע עקספלאדזשען אין מידטאון מאנהעטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

מעכטיגע עקספלאדזשען אין מידטאון מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ברעקינג ניוס!!!
ס'איז יעצט אריינגעקימען צו אינז די נייעס אז אין מאנהעטן ביי לעקסינגטאן עווניו און 41'סטע סטריט איז יעצט פארגעקימען א מעכטיגער עקספלאזאציע,

ווי די אויטעריטען גיבן איבער פאר ק.נ.א. נייעס אגענטור זאגן זיי אז ס'איז נישט קיין טעראריסט אטאקע, ס'איז ווארשיינלעך א טראנספמער אינטער די ערד וואס האט געקראכט, עס שטראמט ארויס ווייסע און ברוינע רויעך פון דער ערד, א ריזיגע לאך פון בערך 50 ביי 100 פוס גרויס איז געשאפן געווארן דערפון,

ערשטע בארוכטן זאגן אז א בילדונג דערנעבן איז צוזאם געפאלן,
עס הערשט א שטארקער צומישעניש, מענשטן לויפן אין אלע זייטן, מיט לארימדיגע קולות.

צו מיט האלטן לעבעדיג דרוקט דא:
http://www.cnn.com/2007/US/07/18/new.yo ... index.html
סטעי טאנד.


אין מידטאון מאנהעטן, צייטליך, עט די ק.נ.א. נייעס אגענטור.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אויטוט זיך דארט אן איבערקערעניש,

מענטשן ווייסן נישט ווי צו לויפן, כ'זעה אז א קליינער סקול איז פונקט אריינגעפאלן אונעם לאך, אן א וועג ארויס, עס איז שוין באדעקט מיט רויעך, פייער לעשער'ס, פאליציי און עמעדזשענסי אגענטורן לויפן ארום ווי פאר'סמ'טע מייזלעך,

*
אקעי, מ'האט שוין אפגעליידיגט די גאס פון מענטשן, די רויעך קוקט אויס ווי סעפטעמבער אילעווען, דער מענשט וואס רעדט יעצט אריין דא אין די מייק פון CNN קען זיך נאך נישט כאפן ס'אטעם,

מער נייעס וועט מסתמא נאכפאלגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

CNN האט נישט קיין סאונד ביי מיר. דא איז ABC:
http://abclocal.go.com/wabc/story?secti ... id=5489626
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א מעכטיגע אויפרייס האט יעצט שפעט נאכמיטאג פאסירט אין מידטאון מאנהעטן, נעבן דעם גרענד סענטרל טערמינאל, ווען אן אונטערערדישע טראנספארמער האט אויפגעריסן און עס האלט אין איין ארויפשיסן געדעכטע רויך ביזן הימל, און שטויב און שמוץ פארשפרייטן זיך איבעראל.
די אינצידענט האט פאסירט אויף לעקסינגטאן עוועניו, וואו די גאדער האט זיך געשפאלטן און עס האט זיך געשאפן א לאך אין די ברייט פון אנדערטהאלבן לעינס.
אלע טרעינס וואס לויפן דורך אויף לעקסינגטאן עוועניו זענען אפגעשטעלט געווארן, און די גרענד סענטראל טערמינאל איז עוואקואירט געווארן.
דערווייל זאגן עקספערטן אז מען פארדעכטיגט נישט קיין טעראריסטישע האנט אינעם אויפרייס.
שטיקער צעמענט און שמיץ וואס האבן זיך געפונען אונטער די ערד, האלטן אין איין ארויפשיסן, און די סצענע זעט אויס ווי א וואלקענא-אויסברוך וואס פארשפרייט הייסע לאווע איבערן גאנצן ארום.
פייערלעשער זענען פארנומען צוצושפרייטן די פארזאמעלטע מאסן, וועלכע קענען אפגעבריהט ווערן פון די הייסע מאטעריאל וואס שיסט ארויף מיט קראפט דורך די געדעכטע רויך וואס האלט אין איין ארויסקומען פון אונטער די ערד.
איבער 170 פייערלעשער מוטשן זיך צו ברענגן די אויפרייס אונטער קאנטראל. דערווייל זענען נישטא קיין באריכטן איבער פארוואונדעטע.
2 סיטי באסעס און איין סקול באס זענען שוין פארכאפט געווארן אינעם שפאלט אויף לעקסינגטאן עוועניו.
קאן עדיסאן פרובירט אפצושליסן דעם רויך-פייפ אבער זיי קענען דאס נישט טאן אויף איינמאל, צוליב זארג אז עס וועט אויפרייסן אויף אן אנדערע פלאץ – זיי דארפן ארבעטן גאר שטייט צו פארזיכערן אז דאס זאל געברענגט ווערן אונטער קאנטראל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בקיצור, א יולי אכצענער אויפרייס.
די באסעס וואס זענען פארכאפט געווארן, זענען מיט פאסאנדזשירן אדער אן? ארויס לעבעדיג צי טויט?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דערווייל רעדן זיין פון בערך צוועלף וואס זענען אינזשערט, אבער נישט לייוו טרעטענט, אזוי האב איך פארשטאנען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

אפדעיט פון מעיאר בלומבערג'ס פרעסע קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער מעיאר האט געהאט א פרעסע קאנפרענץ אום בערך 8:30

דער מעיאר האט אנגעפאנגען צו רעדן און ער איז איבערגעהאקט געווארן פון די שרייענדע סערינעס, ער איז שטיל געבליבן פאר עטליכע מינוט ביז עס האט זיך אפגעשטילט און נאכדעם פארגעזעצט ווייטער,

ער האט געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז ס'האט עפעס צוטוען מיט טארעריזעם, לויט ווי מ'פארשטייט יעצט איז עס פשוט די שוואכקייט פון די אינפאסטראקטשויר פון די אלטע יארן, די פייפ וואס איז אינסטעלירט געווארן אום 1924 און האט געקראכט, איז א סטים פייפ, 24 אינטשעס גרויס (2 פוס), ווי מ'גלייבט איז עס געקימען אין רעזולטאט פון קאלטע וואסער וואס איז אהין געקןמען און דאס האט פאראורזאכט די אויפרייס, אדער מעגליך אנדערע אורזאכן, ס'איז דערווייל נישט באקאנט,

דער מעיאר האט געזאגט אז די איינציגסטע זאך וואס מ'איז יא באזארגט איז איבער די "עסבעטעס" א שעדליכע מאטריאל, וואס האט געקענט פארפעסטיגן די לופט ווען די שמוץ האבן ארויפגעשאסן פון אונטן, ער האט געזאגט אז די העלט דעפט. צוזאמען מיט קאן עדיסאן מאכן פארשידענע טעסט צו זעהן צו ס'איז טאקע דא און וויפיל ס'איז דא, און די אלע פון די געגענט זאלן פארבלייבן דערווייל אין זייערע הייזער, זיך אפוואשן מיט זייף, און אוועק לייגן די קליידער אין פלאטיק בעג'ס, ביז ווילאנג מ'ענדיגט נישט די טעסט'ס,

ער האט געמאלדן אז עס האלט יעצט ביי איין פאטאליטעט, פון א הארץ אטאקע, און נאך בערך צוואנציג פארוואונדעטע, 2 דערפון קריטיש, און 4 דערפון פייער פייטער'ס, צוטיילט אין עטליכע שפיטאלן,

ער האט ארויסגעברענגט ווי גוט ארגענעזירט די שטאט איז יעצט געווען, און זיי האבן אלע אגענטורן אויף איין פלאץ, די פאליס, פייער, העלט, ערווייעמענטל, קאן עדיסאן, און טראנספאטעישן, אלע האבן געזאגט עטליכע זאצן וואס עס באלאנגט צו זיי,

ער האט געזאגט אז איבער נאכט בלייבט נאך א "פראזען זאן" (פארפרוירענע זאנע) די פאר גאסן ארום וועלן בלייבן אפגעשפארט ווילאנג עס איז נישט גענוג סעיף צו עפענען,

טראנספארטעין, טרעינס, און דאס גלייכן וועלן אנפאנגען קארסירן ווי נאר ס'ווערט געמאלדן אז ס'איז נישטא קיין סכנה דערביי,

די אלע וואס קומען מארגן אינדערפרי אריין אין קרעטשמע מיט די טרעין, זאלן פארדעם אויסהערן - יעדער זייער - ראדיא סטאנציע צו וויסן די אפדעיט'ס, היימישע קרעטשמע וועט אוודאי צושטעלן ס'בעסטע אינפארמאציע וואס מעגליך,

סטעי טאנט פאר ווייטערדיגע אפדעיט'ס און בילדער אי"ה, (יעצט האביך דייל-אפ)

אין מידטאון מאנהעטן, מיט דעם מעיאר, צייטליך, ביי די ק.נ.א. נייעס אגענטור.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

צייטליך דו ביסט געוואלדיג ווי אלעמאל, אויפן פלאץ ווען מ'דארף דיך, שכח פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

תמונות ספורות להנאתכם
אטעטשמענטס
w071888A.jpg
w071888A.jpg (56.08 KiB) געזען 5318 מאל
art_transformer_wabc.jpg
art_transformer_wabc.jpg (19.76 KiB) געזען 5321 מאל
19explode-4-650.jpg
19explode-4-650.jpg (88.53 KiB) געזען 5295 מאל
18explosion-3-650.jpg
18explosion-3-650.jpg (97.06 KiB) געזען 5296 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א ריזן דאנק אייך, מר. צייטליך, פאר די קלארע פונקטליכע באריכט פונעם מעיאר'ס קאנפערענץ, און א דאנק אייך מר. שוועמל פאר די קלארע בילדער.

קרעמער, עט די ק.נ.א. נעץ-ווערק.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך שוועמל פאר די גוטע בילדער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער און צייטליך, געוואלדיג. אלע דיטעל'ס אראפגעלייגט שיין אויפן טיש, טאקע אביסל שמוציג.. אבער ס'בעסטע וואס מעגליך.

מלכה'לע וואס זאגסטו? יא, איך געב שוין איבער. צייטלעך, מיין רביצין שיקט דיר יעצט א יישר כח.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ק.נ.א. אפדעיט:

די אפיס אוו סיטי עמערדזשענסי מענדזשעמענט האט יעצט געמאלדן פאר ק.נ.א., אז 6 פון די 10 טעסט'ס זענען צוריק געקימען אז ס'איז דא אויסבעסטיס אין די לופט, אבער די לופט איז קלאר און נישט פארפעסטיגט,
זיי זאגן נאכמאל, אז די אלע וואס זענען געקימען אין בארירונג מיט די שטויב און די רויעך זאלן זיך אפוואשן מיט זייף (א איד דארף פרעגן א שאלה צוליב די 9 טעג..), און די קליידער זאל מען אריינלייגן אין פלעסטיג בעגס און אפשיקן צו קלינען,

לויט די יעצטיגע באריכטן אין די ק.נ.א. ניוז רום איז דא איין טויטער, א פרוי פון ניו דזשערסי, און 44 פארווינדעטע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קיינער אין קאלאראדא איז נישט געשטארבן? כ'פרעג סתם.

יישר כח צייטליך פארן אינזין האבן די הלכה'דיגע חלק אויך..
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איך דארף פרעגן די אינזשענירן דא:
פארוואס קען קאלט וואסער חרוב מאכן א פייפ.

איך ווייס אז מ'וועט זאגן: אז די פרעשור שיסט אויס ווען עס קומט אין בארירונג מיט קאלט וואסער, אבער פארוואס?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וויל עפעס אנדערש וויסן:
זענען נאך קיינמאל נישט אנגעקומען אהין קיין קאלטע וואסער? פונקט אינמיטן אב האבן די קאלטע וואסערן דערגרייכט אהין? הלא דבר הוא!

אידעלעך ווייסן אז אלעס איז מן השמים, באשטימט אויפן פונקטליכן מאמענט, אבער וויאזוי פארענטפערן דאס די גוי'אישע קאצן-קעפ?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זיי וועלן עס זיכער אנלייגן אויפן גלאבל אינטענעמונג, כ'מיין ווארעמונג.
איי ווי קומט הודו צו כוש? מיין ווייב ענפערט אלעמאל אז הודו איז געווען נעבן כוש, קען זיין אז דאס העט זיין די תירוץ פון די קאצן קעפ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מיר די אמעריקאנער, לאכן אויף די טערעריסטן אין פנים! איר זעהט, מיר קענען זיך אליין אומברענגן.. אלע טראגעדיעס נאך סעפ. 11, האבן מיר אליינס געמאכט..
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

חחחחח יגר גוט גוט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווידיאו פונעם אויפרייס, עס לויפט זייער שנעל, מיט א געניט אויג קען מען באמערקן צענדליגער מענטשן ארויסלויפן פון קארס און באסעס וועלכע זענען געשטראנדעט געווארן דורכן אויפרייס:
http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... 1D691D9A72
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”