עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:08 am

וויפיל האט מען ערווארטעט?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:27 am

איך מיין 1 מיליאן.

גאפל
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך גאפל » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:50 am

July job numbers out: 1.8 million jobs added vs. 1.6 million expected. Unemployment fall to 10.2% vs. 10.5% expected. While the numbers are better than expected, it's still a big drop of the 4.8 million jobs added in June. https://t.co/wldUKr6j1K

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:19 am

אנעמפלאוימענט קלעימס אינטער 1 מיליאן, 963,000
אז דו וועסט זיין וואויל העסטו אריין גיין אין א גורל און קיינמאל נישט ארויסקומען

קרעדיט: וועלוול פעלדמאן

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:13 am

עס איז נעכטן באריכטעט געווארן אז צום צווייטן וואך אין א צי איז געפאלן די צאל נייע אפּליקאנטן פאר פעדעראלע ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן.

עס זענען געווען פאריגע וואך פרישע 963,000 אפּליקאנטן פאר די בענעפיטן, וואס דאס איז די ערשטע מאל וואס די צאל אפּליקאנטן פּער וואך איז אונטער איין מיליאן.

מיט פארבעסערטע קאראנא קעיסעס ציפערן אין פילע סטעיטס, אפילו די וואס האבן געליטן פון דער צווייטער כוואליע, קען מען דערווארטן אז די ציפערן פון נייע אפּליקאציעס וועלן פאלן אין די קומענדיגע וואכן ווייטער.

דעילי איד

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:31 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נעכטן באריכטעט געווארן אז צום צווייטן וואך אין א צי איז געפאלן די צאל נייע אפּליקאנטן פאר פעדעראלע ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן. עקזיסטירט נאו מאור אזא זאך - ס'איז סטעיט בענעפיט'ס.

עס זענען געווען פאריגע וואך פרישע 963,000 אפּליקאנטן פאר די בענעפיטן, וואס דאס איז די ערשטע מאל וואס די צאל אפּליקאנטן פּער וואך איז אונטער איין מיליאן. ס'איז אבער נאכאלץ היבש העכער פון די ארום 660,000 וואס איז געווען ביי די הויכפונקט פון די גרויסע רעסעשאן אין 08'.

מיט פארבעסערטע קאראנא קעיסעס ציפערן אין פילע סטעיטס, אפילו די וואס האבן געליטן פון דער צווייטער כוואליע, קען מען דערווארטן אז די ציפערן פון נייע אפּליקאציעס וועלן פאלן אין די קומענדיגע וואכן ווייטער. ווי געוויסע אנאליסטן זאגן קומט די רעדוקציע צוליב וואס ס'איז שוין נישטא די פעדעראל 600 דאללער א וואך, לוינט זיך שוינן נישט אזוי שטארק צו באקומען די בענעפיטן.

דעילי איד
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך והיתם נקיים » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:08 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נעכטן באריכטעט געווארן אז צום צווייטן וואך אין א צי איז געפאלן די צאל נייע אפּליקאנטן פאר פעדעראלע ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן.

עס זענען געווען פאריגע וואך פרישע 963,000 אפּליקאנטן פאר די בענעפיטן, וואס דאס איז די ערשטע מאל וואס די צאל אפּליקאנטן פּער וואך איז אונטער איין מיליאן.

מיט פארבעסערטע קאראנא קעיסעס ציפערן אין פילע סטעיטס, אפילו די וואס האבן געליטן פון דער צווייטער כוואליע, קען מען דערווארטן אז די ציפערן פון נייע אפּליקאציעס וועלן פאלן אין די קומענדיגע וואכן ווייטער.

דעילי איד

דא רעדט מען פון מענטשן וואס אפלעקירן צום ערשטן מאל, דאס מיינט אז זיי האבן אקארשט פארלוירן זייער ארבעט, פינף חדשים נאכדעם וואס די מגיפה האט זיך אנגעהויבן.

איך לייג דא א טשארט פון די סכום "אנהאלטנדע קלאגעס" (די סך הכל פון מענטשן וואס זענען געווען אויף ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן פאר כאטש א צווייטע וואך אין א צי) אלס א פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקרונג, אינעם 31'סטן וואך פונעם יאר (וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך) יעדע יאר אין די לעצטע פופציג יאר.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (40.46 KiB) געזעהן 3071 מאל

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך והיתם נקיים » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:10 pm

אגב, כהאב אויך געוואלט אנמערקן אז די ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן זענען נישט פעדעראל, אבער אלעקסיי דער דריטער איז אריינגעקומען דער ערשטער...

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 8:53 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:דא רעדט מען פון מענטשן וואס אפלעקירן צום ערשטן מאל, דאס מיינט אז זיי האבן אקארשט פארלוירן זייער ארבעט, פינף חדשים נאכדעם וואס די מגיפה האט זיך אנגעהויבן.

1. געוויסע סטעיטס האבן זיך אנגעהויבן צוריקעפענען - וואס האט צוריקגעגעבן פאר מענטשן זייער זשאבס - און דערנאך צוריקגעדרייט און פארארדענט פרישע פארשליסונגען - וואס אין רעזולטאט האבן מענטשן ווידעראמאל פארלוירן זייערע זשאבס.

2. קען זיין אז טייל פון די מענטשן זענען ביז יעצט געווען אויף פעיראלל פון זייער ארבעטספלאץ - דורך די פי.פי.פי. טשעקלעך - און יעצט איז עס אויסגעלאפן.

3. ס'איז זיכער דא מענטשן וואס זיך איינגעבן פאר אנעמפלוימענט בענעפיט'ס איז ביי זיי א דיעבד שבדיעבד, און דאס האבן זיי געטוען בלויז נאכ'ן אויסנוצן אלע אנדערע אפציס.

- - - - -
כ'פרוביר נישט צו פארלייקענען אז די עקאנאמישע מצב איז נישט גוט - אבער דעיס אז כמעט א פרישע מיליאן גיבן זיך איין פאר בענעפיטן "פינף חדשים נאכדעם וואס די מגפה האט זיך אנגעהויבן" מוז נישט מיינען זיי האבן יעצט פארלוירן זייער זשאב - עס קען האבן מערערע סיבות, כ'האב בלויז אויסגערעכענט וואס ס'קומט מיר יעצט אויפ'ן געדאנק.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:39 am

אסאך ביזנעסעס האבן אפשר געמיינט אז זי- וועלן קענען אנגיין און יעצט האלטן זיי מער נישט אויס?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:29 pm

נעכטן איז געווארן באריכטעט אז "דעלטא" עירליינס פלאנט צו אפזאגן ארום 1,900 פילאטן, אנגעהויבן אין אקטאבער.
------
היינט ווערט באריכטעט אז "אמעריקען עירליינס" וועט אויפזאגן ארום 19,000 איינגעשטעלטע אום אקטאבער 1.

די שריט קומען צוליב וואס די געלטער צוגעשטעלט דורך פאר די עירליין אינדוסטרי דורך די פעדעראלע רגירונג וועלן דאן אויסלויפן, און די פארלאנג צו פליען איז נאכנישט צוריק ביי גענוג הויכע שטאפלען אז די עירליין'ס זאלן קענען אנהאלטן די איינגעשטעלטע.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:47 am

דזשעף בעזאס איז געווארן די ערשטע מענטש אויף דער וועלט צו זיין ווערד 200 ביליאן דאלער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:13 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:דזשעף בעזאס איז געווארן די ערשטע מענטש אויף דער וועלט צו זיין ווערד 200 ביליאן דאלער.

עס צו לייגען אין פערספעקטיוו, ער איז ווערט א גאנצע פערצענט פון די אמעריקאנע דזשי די פי!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 11:17 am

מער ווי א מיליאן מענטשן האבן געפיילט פאר אנאיפלוימענט לעצטע וואך.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:02 pm

דעילי דער איד האט געשריבן:שיקאגא – יונייטעד עירליינס האט געמאלדן אז זי האט אויסגעהערט אירע קאסטומערס און וועט זיך אפּלאזן פון בעטן 200 דאלאר פאר רוב מענטשן וואס טוישן א טיקעט פאר טראוועל אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן. יונייטעד'ס שריט צו עלימינירן די ספּעציעלע טשארדזש וועט לייגן דרוק אויף אמעריקען עירליינס און דעלטא עירליינס אז זיי זאלן אויך זיך אפּלאזן פון דעם טשארדזש, ווייל אז נישט וועט דאס אוועקשלעפּן קאסטומערס פון זיי און ברענגען פרישע ביזנעס פאר יונייטעד.


- - - - -
יעצט קומט אריין די נייעס אז "אמעריקען" און "דעלטא" וועלן אויך עלימינירן דעי טשארזשעס - בלויז איין טאג נאך די מעלדונג פון יונייטעד.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:05 pm

יישר כח אלעקסיי פאר די באריכטן.

#קאמפעטישן_ברענגט_סערוויס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:43 am

לויט עי די פי איז צוגעקומען אום אוגוסט למספרם 428 טויזנט פריוואטע סעקטאר דזשאבס

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:45 am

הכל הבל האט געשריבן:לויט עי די פי איז צוגעקומען אום אוגוסט למספרם 428 טויזנט פריוואטע סעקטאר דזשאבס

ערווארטעט?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 6:57 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נעכטן איז געווארן באריכטעט אז "דעלטא" עירליינס פלאנט צו אפזאגן ארום 1,900 פילאטן, אנגעהויבן אין אקטאבער.
------
היינט ווערט באריכטעט אז "אמעריקען עירליינס" וועט אויפזאגן ארום 19,000 איינגעשטעלטע אום אקטאבער 1.

די שריט קומען צוליב וואס די געלטער צוגעשטעלט דורך פאר די עירליין אינדוסטרי דורך די פעדעראלע רגירונג וועלן דאן אויסלויפן, און די פארלאנג צו פליען איז נאכנישט צוריק ביי גענוג הויכע שטאפלען אז די עירליין'ס זאלן קענען אנהאלטן די איינגעשטעלטע.

ווערט באריכטעט אז "יונייטעד" פלאנט צו שניידן ארום 16,000 זשאבס
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:12 pm

די באקאנטע "ראבינהוד" טרעידינג פלאפארמע שטייט אויס אן אויספארשונג דורך די "סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישען" - וואס קען אפקאסטן פאר די פירמע 10 מיליאן דאללער צו שליכטן די קעיס.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 17058
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:29 am

פוירסט טיים אנעפלויעמענט קלעימס איז אראפ פון איבער א מיליאן פאריגע וואך, צו אונטער 900 טויזנט די וואך.

דאס מאכט אויסקוקן די פאריגע וואכיגע פארערגערונג אלס א איינמאליגע פלוק.


עפעס זעה איך אז ליבעראלן זענען ביזי אז אויב מען רעכנט אריין PUA קלעימס, איז עס יא ארויף די לעצטע פאר וואכן.

איינער האט א אנונג דא וואס פי יו עי מיינט?
IMG_20200903_104629.jpg
IMG_20200903_104629.jpg (240.24 KiB) געזעהן 2093 מאל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:50 am

Pandemic Unemployment Assistance.
דאס העלפט סעלף-עמפלויד און gig workers וואס קענען נישט נעמען הילף פון געווענליכע אנעמפלוימענט אינשורענס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:51 am

צל עובר האט געשריבן:איינער האט א אנונג דא וואס פי יו עי מיינט?


Pandemic Unemployment Assistance וואס איז געשטעלט - בעיקר - אויף צו ארויסהעלפן סעלף-עמפלויד ארבעטער וכדו', וואס זענען נישט עליזשעבעל פאר געווענליכע אנ-עמפלוימענט בענעפיטן.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 12:46 pm

צל עובר האט געשריבן:פוירסט טיים אנעפלויעמענט קלעימס איז אראפ פון איבער א מיליאן פאריגע וואך, צו אונטער 900 טויזנט די וואך.

דאס מאכט אויסקוקן די פאריגע וואכיגע פארערגערונג אלס א איינמאליגע פלוק.


עפעס זעה איך אז ליבעראלן זענען ביזי אז אויב מען רעכנט אריין PUA קלעימס, איז עס יא ארויף די לעצטע פאר וואכן.

איינער האט א אנונג דא וואס פי יו עי מיינט?


די ריכטיגע נומערן זענען ארויף מיט קנאפע ניין טויזנט פון א וואך פריער, נישט אראפ מיט איבער הונדערט טויזנט, צוליב א טויש אין seasonal adjustment methodology. און דאס איז פארן רעכענען די וואס האבן געפיילט אונטער PUA.
בען קאסעלמאן שמועסט דאס שיין אויס.

IMG_20200903_124315.jpg
IMG_20200903_124315.jpg (394.75 KiB) געזעהן 2049 מאל
צוגעלייגטע
IMG_20200903_124259.jpg
IMG_20200903_124259.jpg (321.7 KiB) געזעהן 2049 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 17058
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 4:41 pm

ישר כח @שלמה פאר די שיינע ביאורים.

אויך @אלעקסיי.

-----------

אמעריקעס טרעיד דעפיציט איז די העכסטע אין 12 יאר.
WASHINGTON (AP) -- The U.S. trade deficit surged in July to $63.6 billion, the highest level in 12 years, as imports jumped by a record amount.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 4 געסט