די נייעס רעש'ט מיט די צוברעכענדע נייעס אז אין לאנדאן האט די פאליציי געפונען צוויי קארן מיט שעדליכע אויפרייס מאטריאל דערינען צוגעטשעפעט צו א סעלפאון וואס איז געווען פארקירט נעבן די פארנומענע גאסן גרייט אויפגעריסן צו ווערן.
קורץ דערנאך איז די קאליר וואס צייגט די טעראר אלערט עטוואס ארויף צו צווישן גרין און אראנזש, דאס הייסט נישט אינגאנצן אראנזש אבער פארט נישט גרין. אלס רעזולטאט זענען דא שטרענגערע אבזערוואציעס און גרעניץ וואך אין אלע גרויסע טערמינאלן איבער די אליאירטע לענדער אינעם קאמף קעגן טעראר.
די בריטישע געהיים אגענטור 'סקאטלאנד יארד' האט געמאלדן אז ארעסטן זענען שוין געמאכט געווארן און פארבינדונג צו די קאר באמבעס און האפנטליך וועט עס פירן צו מער ארעסטן און עווענטועל צו די קוואל פון די באמבע פלאנירער. ווארשיינליך איז עס פארבינדן מיט איראקער טעראריסטן צוליב וואס א צאל באשטאנדטיילן זענען געווען די זעלבע וואס מען האט גענוצט לעצטענס אין איראק אויף אמעריקאנע און בריטישע טרופן ביי איינס פון די אטאקעס.
ענגלאנד; געכאפט עטליכע קאר באמבעס פריצייטיג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ענגלאנד; געכאפט עטליכע קאר באמבעס פריצייטיג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
ביטע זיי אביסעלע מסביר דיינע בילדער,
דאס ערשטע,
קוקט אויס ווי פאליציי באווואכן די שטאט, אקעי.
די צוויטע,
וואס אידאס, מ'ארעסטירט איינעם ? מ'באהאנדעלט א פארוואנדעטער ?
די דריטע,
איז צום סוף יא פארגעקימען א אויפרייס ? ווי שוועמל ברענגט דא אראפ האט מען זיי געכאפט בעפאר ס'האט אויפגעריסן ?
דאס ערשטע,
קוקט אויס ווי פאליציי באווואכן די שטאט, אקעי.
די צוויטע,
וואס אידאס, מ'ארעסטירט איינעם ? מ'באהאנדעלט א פארוואנדעטער ?
די דריטע,
איז צום סוף יא פארגעקימען א אויפרייס ? ווי שוועמל ברענגט דא אראפ האט מען זיי געכאפט בעפאר ס'האט אויפגעריסן ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.