טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
געוועזענער ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער קריטיקירט מעיאר דעבלאזיא איבער קרימינאליטעטן כוואליע‎

ברעטאָן האָט רעאַגירט נאָכדעם וואָס מעיאָר דעבלאַזיאָ האָט היינט גערופן די פעדעראַלע רעגירונג אָפּצושטעלן דעם פלייץ פון אומלעגאַלע גאנס, און ברעטאָן זאָגט אַז דאָס איז נישט די לעזונג. ברעטאָן און אַנדערע עקספּערטן זאָגן די סיטי דאַרף פאַרשטאַרקערן פּאָליציי אָנוועזנהייט אין די פּראָבלעמאַטישע געגנטער, און אויך נעמען שטרענגערע שריט נישט צו באַפרייען ווילדע קרימינאַלן אויף בעיל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
א ניו יארק סיטי פאליציאנט איז געשאסן געווארן ביים אויספארשן א טויטליכע געראנגל צווישן צוויי פארברעכן באנדעס אין בעד-סטיי

אפיצירן האבן ערהאלטן א רוף איבער א טויטליכע שיסעריי אויסטויש, און ביים אפשטעלן א מענטש אין די געגענט אויף פארדאכטן אז ער איז געווען פארמישט דערין האט יענער ארויס געצויגן א ביקס און געעפענט פייער פון וואס איין אפיציר איז פארוואונדעט געווארן. פאליציי קאמישענער דערמאט שעי זאגט אז די אפיציר איז אין שפיטאל און איז ערווארטעט צו האבן א פולע ערהוילונג.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
קאומאו האט זיך באצויגן צו די סי-די-סי נייע גיידליינס וואס וועט ערלויבן וואקסינירטע בירגער אַרומצוגיין אָן קיין מאַסקע אפילו אינדאָור. קאומאו זאגט אז ניו יארק סטעיט טראסט סייענס, און וועט איבערקוקן די סיבות און אינפארמאציע איבער די סי-די-סי טויש, און נאכדעם מאכן א באשלוס דערוועגן.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
אנטי-מאסקע אקטיוויסטן וועלן דורכפירן פייערס און פארברענען מאסקעס מארגן אין ניו יארק סיטי‎

אַקטיוויסטן וואָס אַראַנדזשירן די מאַסקע פייערס האָבן געזאָגט אַז די פייערס וועלן זיין אָפּצוצייכענען דאָס וואָס אַמעריקאַנער בירגער באַקומען צוריק זייערע פרייהייטן פון די געזונטהייט גיידליינס. די מאַסקע פייערס קומט א טאָג נאָכדעם וואָס רוב ניו יאָרק האָט זיך היינט געעפנט, מיט דעם וואָס די סטעיט האָט אַראָפּגענומען כמעט אַלע קעפּעסיטי צוימונגען אויף ביזנעסער און געשעפטן.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

געענדיגט אין א מזל'דיגע שעה די טרעפיק-גורמ'דיגע קאנסטראקשען אויפן וויליאמסבורג בריק,
העמיר זעהן אויף ווילאנג
מיין לופי'לע........
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אלופי אדום האט געשריבן:געענדיגט אין א מזל'דיגע שעה די טרעפיק-גורמ'דיגע קאנסטראקשען אויפן וויליאמסבורג בריק,
העמיר זעהן אויף ווילאנג

איי געס זיי גיין יעצט אריבער צום BQE
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
גאווערנער קואמא מעלדט א לאטארי פילאט פראגראם אז די וועלכע וואקסינירן זיך קענען באקומען א 'סקרעטש-אוו' לאטערי טיקעט

מענטשען וועלכע גייען זיך וואקסינרין פון מאנטאג ביז פרייטאג קומענדיגע וואך ביי איינס פון די סטעיט'ס מאסן וואקסינאציע צענטערן, וועלן באקומען א פרייע טיקעט וואס קאסט געווענטליך 20 דאלאר. אין צוגאב צו די הויפט געוואונס פון 5 מיליאן דאלאר האט מען א שאנס ארום איינס אין 9 צו געוואונען קלענערע סומעס.

ניו יארק סיטי פאליציי ציפערן צייגן אז קאר גניבות לענגאויס די סיטי זענען געשטיגן מיט פופציג פראצענט‎

די פּאָליציי זאָגט אַז די לעצטע 28 טעג זענען געווען 803 קאַר גניבות אין די סיטי, אין פאַרגלייך צו 537 גניבות אין די זעלבע צייט אָפּשניט פאַראַיאָר. די פּאָליציי זאָגט אַז אין די לעצטע וואָך אַליינס זענען קאַר גניבות געווען מיט 64 פּראָצענט מער ווי פאַראַיאָר אין די זעלבע וואָך.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
ריזיגע קאנטעינאר שיף גרעסער ווי עמפייער סטעיט בילדינג אנגעקומען צו ניו יארק סיטי בארטענעס

די מאַרקאָ פּאלא שיף איז די גרעסטע שיף סטאַנציאָנירט אין די איסט קאָוסט ראַיאָן און איז די לענג פון פינף מאַנהעטן סיטי בלאקס, ציענדיג זיך דרייצן הונדערט פוס לאַנג און 176 פוס ברייט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א קאר האט א שטויס געגעבן א טרעילאר פון הינטן אויפן מעידזשאר דיגען עקספ. ביידע פאדערשטע פאסאדזשירן אינעם קאר זענען דערקלערט געווארן טויט אויפן פלאץ.

די הויפן קאר ברוכווארג איז ריפאנדעבל ביים סקרעפ מעטל.
אטעטשמענטס
E35F2A9E-9430-454B-B12F-16A2141886E5.jpeg
E35F2A9E-9430-454B-B12F-16A2141886E5.jpeg (45.4 KiB) געזען 3252 מאל
DE88513F-1EA2-483E-8333-1415E591E153.jpeg
DE88513F-1EA2-483E-8333-1415E591E153.jpeg (56.38 KiB) געזען 3252 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מאנהעטן – "ליטעל איילענד" איז א נייע פובליק פארק וועלכע שווימט העכער'ן האדסאן ריווער נעבן די וועסט פערצנטע סטריט און עלעפטע עוועניו, וועלכע וועט זיך עפענען היינט פארטאגס פאר'ן פובליק. עס איז א פארק געבויט אויף ספעציעלע פלאטפארמעס וועלכע שווימען העכער'ן האדסאן ריווער, און עס באשטייט פון שפאציר וועגן באדעקט מיט רייכע געשמאקע גרינע גראז און אנדערע איינריכטונגען זיך אויסצולופטערן. ארכיטעקטן באצייכענען עס אלס איינס פון די מערסט-קריעטיווע פארקס אין די סיטי.

unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (103.14 KiB) געזען 3127 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גוגל פלאנט צו עפענען איר ערשטע ריטעיל סטאר דעם זוממער אין די ניו יארקע געגענט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

eller האט געשריבן:מאנהעטן – "ליטעל איילענד" איז א נייע פובליק פארק וועלכע שווימט העכער'ן האדסאן ריווער נעבן די וועסט פערצנטע סטריט און עלעפטע עוועניו, וועלכע וועט זיך עפענען היינט פארטאגס פאר'ן פובליק. עס איז א פארק געבויט אויף ספעציעלע פלאטפארמעס וועלכע שווימען העכער'ן האדסאן ריווער, און עס באשטייט פון שפאציר וועגן באדעקט מיט רייכע געשמאקע גרינע גראז און אנדערע איינריכטונגען זיך אויסצולופטערן. ארכיטעקטן באצייכענען עס אלס איינס פון די מערסט-קריעטיווע פארקס אין די סיטי.
unnamed (7).jpg

מאמענט געהאט נישט לאנג צוריק א הערליכע אינטערסאנטע באשרייבונג וועגן דעם, נישט געוויסט עס עפנט זיך שוין, הערט זיך גאר אינטערסאנט אבער אין די קומענדיגע חדשים וועט עס לכאורה זיין איבערגעפילט ווייל יעדער וויל עס קומען זען.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

גדל האט געשריבן:פון yiddish24
ריזיגע קאנטעינאר שיף גרעסער ווי עמפייער סטעיט בילדינג אנגעקומען צו ניו יארק סיטי בארטענעס

די מאַרקאָ פּאלא שיף איז די גרעסטע שיף סטאַנציאָנירט אין די איסט קאָוסט ראַיאָן און איז די לענג פון פינף מאַנהעטן סיטי בלאקס, ציענדיג זיך דרייצן הונדערט פוס לאַנג און 176 פוס ברייט.

סארי דא באסט יאער באבעל א סיטי בלאק איז 200 ביי 625 סא דעס איז בערך אזוי גרויס ווי 2 סיטי בלאקס...........

איך מאך נאר א ווערטל
ישר כח פאר די נייעס
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

נארמאליזעם האט געשריבן:גוגל פלאנט צו עפענען איר ערשטע ריטעיל סטאר דעם זוממער אין די ניו יארקע געגענט

וואס גייען זיי פארקויפן דארט?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

sheetrock האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:גוגל פלאנט צו עפענען איר ערשטע ריטעיל סטאר דעם זוממער אין די ניו יארקע געגענט

וואס גייען זיי פארקויפן דארט?

סייסט וואס? די פיי בין

ערנסט גערעדט. זיי האבן א היבשע פאר כלים ווי פאונס און סמארט האום
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

גדל האט געשריבן:פון yiddish24
גאווערנער קואמא מעלדט א לאטארי פילאט פראגראם אז די וועלכע וואקסינירן זיך קענען באקומען א 'סקרעטש-אוו' לאטערי טיקעט

מענטשען וועלכע גייען זיך וואקסינרין פון מאנטאג ביז פרייטאג קומענדיגע וואך ביי איינס פון די סטעיט'ס מאסן וואקסינאציע צענטערן, וועלן באקומען א פרייע טיקעט וואס קאסט געווענטליך 20 דאלאר. אין צוגאב צו די הויפט געוואונס פון 5 מיליאן דאלאר האט מען א שאנס ארום איינס אין 9 צו געוואונען קלענערע סומעס.

שוין לאנג געוואוסט אז קאומא איז אן אנטיסעמיט. אין בני ברק האט מען געטיילט טשאלענט מיט קאלע פאר ווער ס'האט זיך וואקסינירט. דער קאומא רעכנט זיך נישט מיט אונזערע אידישע מינימאלסטע געברויכן...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

eller האט געשריבן:מאנהעטן – "ליטעל איילענד" איז א נייע פובליק פארק וועלכע שווימט העכער'ן האדסאן ריווער נעבן די וועסט פערצנטע סטריט און עלעפטע עוועניו, וועלכע וועט זיך עפענען היינט פארטאגס פאר'ן פובליק. עס איז א פארק געבויט אויף ספעציעלע פלאטפארמעס וועלכע שווימען העכער'ן האדסאן ריווער, און עס באשטייט פון שפאציר וועגן באדעקט מיט רייכע געשמאקע גרינע גראז און אנדערע איינריכטונגען זיך אויסצולופטערן. ארכיטעקטן באצייכענען עס אלס איינס פון די מערסט-קריעטיווע פארקס אין די סיטי.

unnamed (7).jpg

וויאזוי שווימט עס נישט אוועק?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אן עקסידענט אויפן ניי דזשערזי פיר הארט ביי מוירטל עוו. ארויסגאנג נעבן די כשר'ע סטאר פארשפארט אלע 3 לעינס פאראורזאכענדיג א טראפיק אנלייגעניש ביזן הארלעם רייווער דרייוו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
נאנט צו 30 מענטשען זענען געשאסן געווארן דעם וויקענד אין ניו יארק סיטי, צווישן דעם איינער וועלכע איז אומגעקומען

פאליציי קוועלער זאגן אז מייסטענס שיסערייען קומען פון גענגס וועלכע קריגן זיך ארום צווישן זיך, אבער צום באדויער טוט עס אויך אפעקטירן זייטיגע מענטשען. באטראפענע איז געווען א מאנהעטן פעדעראלע פראסעקיוטער וועלכע האט געכאפט א קויל ביים זיצן אינדרויסן פון א רעסטוראנט אין א פראספעקט הייטס געגענט.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
ציפערן פון וואקסינירטע פער טאג פאלט שטארק אין ניו יארק סטעיט; באאמטע האפן אז לאטערי וועט ברענגען מאמענטום‎

די סטעיט זאָגט אַז אין די לעצטע 24 שעה האָבן זיך בלויז 63 טויזנט מענטשן וואקסינירט, און די דורכשניט פון די לעצטע 7 טעג איז 133 טויזנט וואַקסינען פּער טאָג. ניו יאָרק האָפט אַז מיט די נייע לאַטערי פּראָגראַם וואָס איז געמאָלדן געוואָרן דורך גאָווערנאָר קאָומאָו, וועלן נאָך ניו יאָרקער אַרויסקומען און זיך וואַקסינירן.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

בשורה טובה: באקומען א בריוו פון NYS dep of health אז פון קומענדיגע חודש אנגעהויבן גייט מען מער נישט דארפן צאלן קיין פרימיומס פאר ווער עס האט די nys essential plan העלט אינשורענס. אויך דענטאל און וויזשען וועט זיין פאר פרי, אויך איז מער נישטא קיין קאו פעיס. געלויבט השי״ת וועט מען זיך שפארן בערך 1500 א יאר. סתם נייגעריג וועמענס קרעדיט דאס איז.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

א גוטן האט געשריבן:בשורה טובה: באקומען א בריוו פון NYS dep of health אז פון קומענדיגע חודש אנגעהויבן גייט מען מער נישט דארפן צאלן קיין פרימיומס פאר ווער עס האט די nys essential plan העלט אינשורענס. אויך דענטאל און וויזשען וועט זיין פאר פרי, אויך איז מער נישטא קיין קאו פעיס. געלויבט השי״ת וועט מען זיך שפארן בערך 1500 א יאר. סתם נייגעריג וועמענס קרעדיט דאס איז.

איך האב פארשטאנען אז די קאפעיס דארף מען יא ווייטער צאלן.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
בודזשעט אנאליסטן ווארענען אז בודזשעט פארשלאגן ארויס געשטעלט דורך דעבלאזיא, קען אראפ פירן די סיטי אין א פיסקל טאל

זעלבסשטענדיגע בודזשעט גרופעס זאגן אז סיטי האלל שפירט זיך יעצט באקוועם צו שענקן ביליאנאן פעדעראלע סטימיולעס געלטער פאר סאשעל פראגראמאן, אבער איינמאל די געלטער פון וואשינגטאן ענדיגן זיך וועלן זיך שאפן ערענסטע לעכער. איין שאצונג ווארענט אז אין יאר 2025 למס' קען די סיטי זען א בודזשעט לאך פון 2.6 ביליאן דאלאר און א יאר שפעטער קען די לאך זיין 4 ביליאן דאלאר.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

צו די פרייד פון די אלע וואס ווילן זיך נעמען דאס לעבן
די וועסל עפענט זיך צוריק אויף דעם פרייטאג
photo_2021-05-26_17-40-43.jpg
photo_2021-05-26_17-40-43.jpg (151.69 KiB) געזען 1523 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”