טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אפריל 27, 2021 11:01 pm

ש'כח פליגל
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

13 קלאגעס איבער מארדן פּאליציאנט

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:16 am

ניו יארק — דער לאנג איילענד דרייווער וועלכער האט אומגעברענגט א ניו יארק סיטי פּאליציי אפיציר ביים דרייוון שיכור, שטייט אויס דרייצן קלאגעס. די 32 יעריגע דזשעסיקע באוועיס שטייט אויס צו זיצן פופצן יאר טורמע אויף די קלאגעס איבער'ן אינצידענט וואס האט פּאסירט אין קווינס פארטאגס, ווען זי האט געדרייווט גאר ווילד אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל און האט אריינגעקראכט אין פּאליציי אפיציר אנאסטאסיאס טסאקאס, אין וועלכער דער אפיציר איז אומגעקומען.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26400
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:18 am

ישר כח הער פליגל.

אן אפיל פאר די משפחה:
https://www.gofundme.com/f/beloved-nypd ... e=customer
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:19 am

Screenshot 2021-04-28 141808.jpg
Screenshot 2021-04-28 141808.jpg (60.97 KiB) געזעהן 2008 מאל

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:21 am

די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור וועט היינט דורכפירן אן אפּשטימונג איבערצודרייען א צאל פון גאווערנאר קאומאו'ס קאראנאווירוס צוימונגען.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26400
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:23 am

צוריק צו דרייען מיינט איר, איבער געדרייט איז אזוי ווי ס'איז איצט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

מזל טוב

תגובהדורך אור » מיטוואך אפריל 28, 2021 12:18 pm

NEW YORK: JUST IN: Federal investigators in Manhattan executed a search warrant at the Upper East Side apartment of Rudy Giuliani

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אפריל 28, 2021 1:18 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
Screenshot 2021-04-28 141808.jpg

סאו, אויס מיט קאנסילמאן דייטש?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » מאנטאג מאי 03, 2021 10:55 pm

פון Yiddish 24
פאליציי ציפערן: שיסערייען אין ניו יארק סיטי פאריגע וואך געווען מיט 200 פראצענט מער ווי א וואך בעפאר‎

די וואָך וואָס האָט זיך געענדיגט זונטאָג האָט געהאַט 49 מענטשן אומגעקומען אָדער פאַרוואונדעט אין 42 שיסעריי אינצידענטן, לויט ניו יאָרק סיטי פּאָליציי סטאַטיסטיקס. די כוואַליע שיסערייען נעמט אַריין דאָס וואָס 24 מענטשן זענען געשאָסן געוואָרן אין צוואָנציג אינצידענטן איינס נאָך די צווייטע אין די דריי טעג פון פרייטאָג ביז זונטאָג.

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך קאכעדיגע » מאנטאג מאי 03, 2021 11:08 pm

גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
פאליציי ציפערן: שיסערייען אין ניו יארק סיטי פאריגע וואך געווען מיט 200 פראצענט מער ווי א וואך בעפאר‎

די וואָך וואָס האָט זיך געענדיגט זונטאָג האָט געהאַט 49 מענטשן אומגעקומען אָדער פאַרוואונדעט אין 42 שיסעריי אינצידענטן, לויט ניו יאָרק סיטי פּאָליציי סטאַטיסטיקס. די כוואַליע שיסערייען נעמט אַריין דאָס וואָס 24 מענטשן זענען געשאָסן געוואָרן אין צוואָנציג אינצידענטן איינס נאָך די צווייטע אין די דריי טעג פון פרייטאָג ביז זונטאָג.

די שטערקסטע סיבה איז די צודרייטע מאסקעס [אונזער פרעזידענט האט א "האבי" צו טראגן א מאסק אינדרויסן...וואס קען מען טוהן] און עס מאכט זייער שווער צו איידענטיפייען די פאברעכער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 05, 2021 6:30 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
פאליציי ציפערן: שיסערייען אין ניו יארק סיטי פאריגע וואך געווען מיט 200 פראצענט מער ווי א וואך בעפאר‎

די וואָך וואָס האָט זיך געענדיגט זונטאָג האָט געהאַט 49 מענטשן אומגעקומען אָדער פאַרוואונדעט אין 42 שיסעריי אינצידענטן, לויט ניו יאָרק סיטי פּאָליציי סטאַטיסטיקס. די כוואַליע שיסערייען נעמט אַריין דאָס וואָס 24 מענטשן זענען געשאָסן געוואָרן אין צוואָנציג אינצידענטן איינס נאָך די צווייטע אין די דריי טעג פון פרייטאָג ביז זונטאָג.

די שטערקסטע סיבה איז די צודרייטע מאסקעס [אונזער פרעזידענט האט א "האבי" צו טראגן א מאסק אינדרויסן...וואס קען מען טוהן] און עס מאכט זייער שווער צו איידענטיפייען די פאברעכער

וואס הייסט ? און אויב גייט מען יא טרעפן ווער ס'איז ? קיין בעיל איז נשיטא און קיין געריכטן אויך נישט..
נישטא קיין תירוץ פארוואס נישט צו שיסן..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:36 am

פון Yiddish 24
אין א קלאפ פאר לענדלארדס, טוט די ניו יארק סיטי רענט גיידליינס באורד באטראכטן א גאר מאגערע רענט העכערונג

לענדלארדס פון רענט-רעגולירטע אפארטמענטס האבן פארלאנגט העכערונגן ביז 5 פראצענט, אבער די באורד האט געגעבן איר ערשטאע אפשטימונג צו העכערן די רענט פאר איין-יעריגע ליעסעס מיט 0 ביז 2 פראצענט און 1 ביז 3 פראצענט פאר צוויי יעריגע ליעסעס. אן ענדגילטיג אפשטימונג וועט פארקומען ענדע קומענדיגע חודש למס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:07 pm

דער איד דעילי האט געשריבן:ריכטער אורטייל לטובת דזשעקסאן אידן

ניו דזשערסי – א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער האט געאורטיילט אז די דזשעקסאן טאון באאמטע אין ניו דזשערסי, א שטאט הארט נעבן לעיקוואוד, האט דיסקרימינירט קעגן ארטאדאקסישע אידן דערמיט וואס זיי האבן דורכגעפירט פארשידענע אומלעגאלע געזעצן צו בלאקירן דאס אוועקשטעלן עירובין און בויען פרישע מוסדות התורה. דער אורטייל איז געקומען אויף א קלאגע וואס אגודת ישראל דאמעריקע האט אריינגעגעבן, און עטליכע טעג נאכדעם וואס ניו דזשערסי'ס אטוירני דזשענעראל האט אנגעהויבן לעגאלע פּראצעדורן קעגן דזשעקסאן פאר די זעלבע סיבה.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:30 pm

פון Yiddish 24

ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא טייטלט מיט די פינגער אויף מעיאר דעבלאזיא פאר פראבלעמען אויף די סאבוועי סיסטעם

קאומא זאגט אז די פראבלעמעם מיט היימלאזע מענטשען וועלכע דרייען זיך אינגרויסן אויפ'ן סיסטעם קומט וויבאלד די סיטי טוט נישט גענוג ציצושטעלן פאסיגע שעלטערס פאר היימלאזע מענטשען. ער זאגט אז וויפיל מען רעדט מיט די היימלאזע זיי זאלן גיין צו שעלטערס ווי איידער אויפ'ן סאבוועי, זאגן זיי אינמאל און נאכאמאל אז זיי ווילן נישט גיין צו שעלטערס וויבאלד שעלטערס זענען געפארפול.

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:39 pm

גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24

ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא טייטלט מיט די פינגער אויף מעיאר דעבלאזיא פאר פראבלעמען אויף די סאבוועי סיסטעם

קאומא זאגט אז די פראבלעמעם מיט היימלאזע מענטשען וועלכע דרייען זיך אינגרויסן אויפ'ן סיסטעם קומט וויבאלד די סיטי טוט נישט גענוג ציצושטעלן פאסיגע שעלטערס פאר היימלאזע מענטשען. ער זאגט אז וויפיל מען רעדט מיט די היימלאזע זיי זאלן גיין צו שעלטערס ווי איידער אויפ'ן סאבוועי, זאגן זיי אינמאל און נאכאמאל אז זיי ווילן נישט גיין צו שעלטערס וויבאלד שעלטערס זענען געפארפול.


דע בלא-זירא ווייסט פון די פראבלעם אין ארבעט שוין דעראויף א שטיק צייט (דורך מאכן די סאבוועי מער געפארפול)

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 12:46 pm

יישר כח האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24

ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא טייטלט מיט די פינגער אויף מעיאר דעבלאזיא פאר פראבלעמען אויף די סאבוועי סיסטעם

קאומא זאגט אז די פראבלעמעם מיט היימלאזע מענטשען וועלכע דרייען זיך אינגרויסן אויפ'ן סיסטעם קומט וויבאלד די סיטי טוט נישט גענוג ציצושטעלן פאסיגע שעלטערס פאר היימלאזע מענטשען. ער זאגט אז וויפיל מען רעדט מיט די היימלאזע זיי זאלן גיין צו שעלטערס ווי איידער אויפ'ן סאבוועי, זאגן זיי אינמאל און נאכאמאל אז זיי ווילן נישט גיין צו שעלטערס וויבאלד שעלטערס זענען געפארפול.


דע בלא-זירא ווייסט פון די פראבלעם אין ארבעט שוין דעראויף א שטיק צייט (דורך מאכן די סאבוועי מער געפארפול)

און קואמא העלפט ארויס מיט טייטלן מיט די פינגער :lol:

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:15 pm

פון Yiddish 24

ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא מאכט אוועק באשולדיגונגן אז די סיטי'ס סאבוועי סיסטעם איז נישט פארזיכערט

דעבלאזיא האט אפיר געהאלטן גאווערנער קואמא פאר'ן זאגן אז ער וואלט נישט געלאזט זיינע קינדער רייזן אויף די סאבוועי, זאגענדיג, אז פירער דארפן העלפן מענטשען פאראויסגיין און נישט פארקערט. ער זאגט אז ער וואלט זיך קיינמאל נישט צוריק געהאלטן פון נוצן די סאבוועי, און זיינע קינדער נוצן עס רעגלמעסיג אן קיין שום פראבלעם.

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6567
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:42 pm

איי געס גיין פאראויס מיינט איגנארירן סכנה'דיגע אומשטענדן
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 10:46 pm

פון yiddish 24
ניו יאָרק סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט: געוואַלדטאַטן און אינצידענטן אויף סאָבוועי באַנען שטייגן זייער שטאַרק‎

בלויז אין די לעצטע טאָג איז געווען פינף אינצידענטן אין א ציה, אַריינגערעכנט אַז א 52 יעריגער באַן קאָנדאָקטאָר איז געשטאָכן געוואָרן מיט אַן אייזן אויף די נאָרט-באונד דזשעי טרעין אין סייפּרוס הילס. די זעלבע סאָרט אייזערנע וואָפן איז גענוצט געוואָרן צו שטעכן אַן 28 יעריגער פּאַסאַזשיר אויף די נאָרט-באונד די טרעין אין ריכטונג פון די בראָנקס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:04 pm

גדל האט געשריבן:פון yiddish 24
ניו יאָרק סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט: געוואַלדטאַטן און אינצידענטן אויף סאָבוועי באַנען שטייגן זייער שטאַרק‎

בלויז אין די לעצטע טאָג איז געווען פינף אינצידענטן אין א ציה, אַריינגערעכנט אַז א 52 יעריגער באַן קאָנדאָקטאָר איז געשטאָכן געוואָרן מיט אַן אייזן אויף די נאָרט-באונד דזשעי טרעין אין סייפּרוס הילס. די זעלבע סאָרט אייזערנע וואָפן איז גענוצט געוואָרן צו שטעכן אַן 28 יעריגער פּאַסאַזשיר אויף די נאָרט-באונד די טרעין אין ריכטונג פון די בראָנקס.

איז עס כאטש געווען בלאז_איר_אויס קינד?

דער שטעכלער אדער דער געשטאכענער?....
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » פרייטאג מאי 07, 2021 1:41 pm

פון פיינע נייעס
פרוי געקומען קיין ניו-יארק ארבעטן, פארלאזט ניו-יארק נאכן אטאקירט ווערן


אין א פרישע צייכן אז ניו-יארק סיטי איז היבש קרימינאליזירט געווארן, האט א פרוי וואס איז געקומען קיין ניו-יארק פון מיזורי צו ארבעטן פאר א נורסינג פירמע, ווי אויך אריינצושפריצן די קאראנע ווירוס וואקסין פאר ניו-יארקער, זיך געפאקט פעק, און צוריק אהיימגעפארן צו אירע עלטערן אין מיזורי, נאכן וויילן דא בלויז דריי גאנצע טעג, דערנאך וואס זי איז אטאקירט געווארן.

די פרוי זאגט אז זי איז געשטאנען ביי איינע פון די באן סטאנציעס, ווען זי איז פלוצלינג אטאקירט געווארן אין איר געזיכט.

זי זאגט אז זי איז נישט געקומען קיין ניו-יארק צו ווערן אטאקירט, און זי גייט נישט נעמען די שאנס נאכאמאל אטאקירט צו ווערן, און דאן וועלן אירע עלטערן שוין מער נישט זיין אין ניו-יארק, וואו זיי זענען מיטגעקומען איר צו באגלייטן אהער.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » פרייטאג מאי 07, 2021 3:50 pm

פון yiddish 24
גאווערנאר קאומאו לאביאירט ביי ביזנעסלייט צו בלייבן אין ניו יארק און קעמפט צוריקצושטעלן סטעיט שטייער דידאקשענס‎

א גרויסע צאָל ביזנעסער און ביליאָנערן ווילן זיך פּערמאַנענט אַוועקציען פון ניו יאָרק צוליב הויכע שטייערן און צוליב וואָס אין יאָר 2017 איז רעדוצירט געוואָרן די דידאָקשענס וואָס זיי קענען אַראָפּרעכענען. ווי מען הערט יעצט אַרבעט קאָומאָו אַז די ביליאָנערן זאָלן בלייבן אין ניו יאָרק, און ער אַרבעט אַז פּרעזידענט ביידען זאָל צוריק הייבן די צאָל דידאָקשענס וואָס מען קען אַראָפּרעכענען פאַר'ן צאָלן סטעיט שטייערן.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » זונטאג מאי 09, 2021 5:20 pm

פון yiddish 24
צוויי פרויען און איין קינד פארוואונדעט אין שיסעריי אויף טיימס סקווער אין מאנהעטן‎

די שיסעריי האט פאסירט אויף די 44סטע סטריט און די זיבעטע עוועניו, און די פאליציי זאגן אז ס׳איז געווען די רעזולטאט פון א געפעכט צווישן עטליכע מענער. פאליציי קאמישאנער דערמאט שעי זאגט אז די פארוואונדעטע זענען נישט געווען פארמישט אין די געפעכט, און די פאליציי האט געעפנט א זוכעניש נאך די פאראנטווארטליכע וואס האבן געשאסן.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » זונטאג מאי 09, 2021 5:21 pm

פון yiddish 24
קאנגרעספרוי מעליאטאקיס פארלאנגט פון ביידען אז די רעגירונג זאל אריין שיקן הילף קיין ניו יארק סיטי צו העלפן באקעמפן פארברעכן

די ריפובליקאנער קאנגרעספרוי זאגט אז אין געווענטליכע צייטן דארף פארברעכן באהאנדעלט ווערן אויף א לאקאלא שטאפל, אבער ניו יארק סיטי קען זיך נישט געהעריג אפגעבן דערמיט צוליב פארטייאישע אידילאגיעס, דעריבער בעט זי אז די פעדעראלע רעגירונג זאל אינטערווענירן.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך גדל » מאנטאג מאי 10, 2021 11:36 pm

פון yiddish 24
ניו דזשערסי סטעיט פאליטישאנס סטראשען נקמה צו נעמען אויב ניו יארק שטעלט איין מאנהעטן קאנדזשעסטשאן טאלס‎

די ניו דזשערסי סטעיט באַאַמטע ברויזן אויף די פּלענער איינצושטעלן די נייע טאָלס פאַר דרייווערס וואָס קומען אַריין פון ניו דזשערסי קיין מאַנהעטן, זאָגנדיג אַז דאָס וועט אַסאַך קאָסטן פאַר ניו דזשערסי איינוואוינער. די ניו דזשערסי פּאָליטישאָנס סטראַשענען, אַז אויב וועט ניו יאָרק טאַקע איינשטעלן די טאָלס אין מאַנהעטן, וועט זי שטעלן א נקמה טאָל פאַר ניו יאָרק סיטי דרייווערס וואָס קומען אַריין קיין ניו דזשערסי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”