מעמד "הדר קבלוה" ערב ר"ח סיון תשע"ג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מאי 28, 2013 12:12 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:גייט אריין און א טעג אפיס וועט איר האבן אייער תשובה.

אלו ואלו דברי.. מ'האט אויפגעטון גאר אסאך, און די פאליטיק איז גארבידזש.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג מאי 28, 2013 2:32 pm

רבניש! פיין אראפגעלייגט אזא פנים טראגט אונזער דור היינט
כמעט קיינער מיינט נישט די עצם זאך נאר די קרעדיט וואס וועט נאכקומען.
מקען מאריך זיין אן דעם ענין, די צייט ערלויבט נאר נישט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 28, 2013 2:34 pm

רבניש; נאדיר א גרינע ;l;p-

---
אבי מ'לעבט; שלום עליכם א גאסט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מאי 28, 2013 2:36 pm

רבניש ביסט גערעכט, אבער מה נעשה אז מ'רעדט דא פון גדולי הדור וואס טוען דאס, אין אזא פאל ברויך מען דאס לערנען אביסל אנדערש.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג מאי 28, 2013 2:38 pm

לוי יצחק ביסט מכובד צו צייגן וויזוי צו לערנען די זאך
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מאי 28, 2013 2:39 pm

בכלל טייטש איך אפ, אז דאס צאמנעמען "גאנץ כלל ישראל", איז בעיקר געצילט אויף רוב חלק מעמינו וואס געהער נישט צו קיין שום קהלה, אבער צו דעם דארף מען האבן די קהילות זאלן זיך צושטעלן אזוי ארום קען זיך קיינער נישט ארויסדרייען. אזוי טראכט איך.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מאי 28, 2013 2:47 pm

abimlaibt האט געשריבן:לוי יצחק ביסט מכובד צו צייגן וויזוי צו לערנען די זאך

איך האב א שטיקל "שוואכקייט" (עפ"ל) צו ערליכע אידן.

אין אלע יארן איז געווען אזא מושג פון "לך כנוס את כל היהודים", דאס איז א ענין פון תפילה, א ענין פון ווייזן פארן בורא כל עולמים אז באמת האלטן מיר דערביי אבער שאור שבעיסה מעכב.

אזוי האט מרן מסאטמאר זי"ע אלעמאל גע'טענה'ט ביי די פראטעסטן, מ'מוז נישט אויפטון, מ'מוז נאר ווייזן פארן אייבערשטן אז מיר האלטן דערביי און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן.

ס'מיר זייער אינטרעסאנט (רבניש איך מיין נישט גארנישט), איך הער אידן שרייען "מאך נישט קיין אסיפות קום אויף מיט א לעזונג", אפאר מינוט שפעטער הערט מען ווי יענער זעלביגער זאגט "ס'דאך נישט מעגליך צו מאכן קיין שום לעזונג, אפילו דו טרעפסט עפעס א פילטער קומט דאך מארגן ארויס א נייע זאך און פאר דעם העלפט עס שוין נישט", איך מיין אז דאס איז תרתי דסתרי.

באמת, ס'איז טאקע נישט דא קיין שום אמת'ע עצה, די איינציגסטע עצה איז וואס די גדולי הדור זאגן אונז. פארפאלן. זיי זאגן אונז אז די עצה איז חיזוק און התעוררות איינמאל און נאכאמאל.

ווען ס'איז ארויסגעפארן באנען פון איירופא אין די מלחמה יארן, האט קיינער נישט געמאכט קיין חשבון, "פארוואס ארויספארן? ס'וועט דען פארמאכן אוישוויץ?", נארישקייטן! וואס מ'קען טון טוט מען, און מ'זוכט נישט קיין תירוצים אז דאס וועט נישט לעזן דעם פראבלעם.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג מאי 28, 2013 2:49 pm

רבניש כאב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער;
צוגעלייגטע
44772400.jpg
אין קורצן געזאגט
44772400.jpg (2.46 KiB) געזעהן 2405 מאל
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג מאי 28, 2013 3:30 pm

לוי יצחק, גוטע פוינט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג מאי 28, 2013 3:45 pm

ר' לוי יצחק איך זעה נישט אין אייערע ווערטער קיין שום תי' אויף מיינע קשיות... אלעס איז נאר א קיצור פון איבערגעשפיגענע וואסער פון אייגענע פראפאגאנדיסטען.
לוי יצחק האט געשריבן: אין אלע יארן איז געווען אזא מושג פון "לך כנוס את כל היהודים", דאס איז א ענין פון תפילה, א ענין פון ווייזן פארן בורא כל עולמים אז באמת האלטן מיר דערביי אבער שאור שבעיסה מעכב

אין שושון הבירה מיינט אלע יארן?

לוי יצחק האט געשריבן: אזוי האט מרן מסאטמאר זי"ע אלעמאל גע'טענה'ט ביי די פראטעסטן, מ'מוז נישט אויפטון, מ'מוז נאר ווייזן פארן אייבערשטן אז מיר האלטן דערביי און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן.

דער אויבערשטער קוקט נאר ווען אלע זענען אין איין פארק?

לוי יצחק האט געשריבן: ס'מיר זייער אינטרעסאנט (רבניש איך מיין נישט גארנישט), איך הער אידן שרייען "מאך נישט קיין אסיפות קום אויף מיט א לעזונג", אפאר מינוט שפעטער הערט מען ווי יענער זעלביגער זאגט "ס'דאך נישט מעגליך צו מאכן קיין שום לעזונג, אפילו דו טרעפסט עפעס א פילטער קומט דאך מארגן ארויס א נייע זאך און פאר דעם העלפט עס שוין נישט", איך מיין אז דאס איז תרתי דסתרי.

איר בויעט אויף אן אייגענעם סתירה - קוקט ווייטער אייערע ווערטער. (יעדע זאך האט א סאלושען פארשטייט זיך אלץ נאר פאר ווער עס וויל די סאלושען)

לוי יצחק האט געשריבן: באמת, ס'איז טאקע נישט דא קיין שום אמת'ע עצה, די איינציגסטע עצה איז וואס די גדולי הדור זאגן אונז. פארפאלן. זיי זאגן אונז אז די עצה איז חיזוק און התעוררות איינמאל און נאכאמאל.

אזוי טוט טאקע יעדער רב ביי זיך נאכאמאל אין נאכמאל.... וואס האט דאס מיט איין פארק?

לוי יצחק האט געשריבן: ווען ס'איז ארויסגעפארן באנען פון איירופא אין די מלחמה יארן, האט קיינער נישט געמאכט קיין חשבון, "פארוואס ארויספארן? ס'וועט דען פארמאכן אוישוויץ?", נארישקייטן! וואס מ'קען טון טוט מען, און מ'זוכט נישט קיין תירוצים אז דאס וועט נישט לעזן דעם פראבלעם.

און ווייטער וואס האט דאס מיט איין פארק דווקא?

אין איבער אלעם לאמיר נישט פארגעסן די מצוה פון "הקהל" איז געווען נאר בזמן שביהמ"ק היה קיים, מיר האפן טאקע אין קוקן ארויס אויף דעם, מיט משח'ין אינאיינעם בקרוב בימינו אמן.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג מאי 28, 2013 4:04 pm

איך מיין אז מען דארף זיך נישט טענה'ן יעצט אויף דעם קומענדיגע אסיפה. מען וועט דאך סיי ווי אלעס איבער שרייבען דעמאלט. אויב דער שאלה איז אויב עס האט אויפגעטון, יא עס האט אויפגעטון.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג מאי 28, 2013 4:06 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:רבניש כאב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער;

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 28, 2013 4:06 pm

לוי יצחק האט געזאגט א נקודה, אז די "כינוסיים הענקיים" טוען אויף פאר די אידן וואס האבן נישט קיין שום אויטאריטעט העכער זיך.

למען האמת, איך האלט נישט אזוי ממש, איך האלט אז עס האט בעיקר אויפגעטווהן אז די רבנים זאלן אנהייבן טוהן, ווייל ביז היינט זענען געווען ממש איינצעלנע וואס זענען בכלל געווען "אויף" צום פראבלעם, און די נושא האט געהערט פאר פאשקעווילן שרייבער מער-ווייניגער (אויסער ממש געציילטע קהילות), און אצינד האט מען אויפגעוועקט די "דעת הרבנים".

די שאלה בלייבט נאר, אויב אזוי קען מען מאכן כינוסיים פאר רבנים, מען מוז נישט מאכן כינוסיים פארן גאנצן ציבור אינאיינעם אונטער איין דאך/הימל.

זאת ועוד, אויב איז די ציהל פאר די אידן וואס האבן נישט קיין מנהיגים, וואס איז די טעראר קעגן א רב וואס האלט אז זיין קהילה באלאנגט נישט אהין? וואס איז די רוגזא אויף איינעם וואס שיקט נישט זיין קהילה אזש ביזן זיך אפרעכענען מיט יענעם מיטן כח וואס מהאט זיך גענומען אין די הענט אויפן חשבון פון טעכנעלאגיע? דא שטעקט שוין בלויז תאוות השררה... און דא האט עס געפלאצט.

קצרתי מאוד!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג מאי 28, 2013 4:15 pm

רבניש, איינע פון די קהלות וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם כינוס פאראיאר, ווען מען האט דן געוועהן דערוועגן, געוועהן וואס האבן געזאגט יא, געוועהן וואס האבן געזאגט ניין, זענען אריין צו זייער רבי אפאר אזויגערופענע פרומע יונגעלייט און זיך גענומען פארפירן אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין דארט ווייל סהאט נישט קיין פשט צוזאמברענגן כלל ישראל, עס וועט גארנישט אויפטון, עס וועט נאר..... קענט איר ליינען דא אויבן אין אין נאך אנדערע אשכולות די שרעקליכע פארברעכנס וואס ווערט באגאנגען דורך די עסקנים וואס מיינען נאר זיך. אי טי סי. עכ"פ נאכן אויסהערן זייערע ווערטער אפאר מינוט, האט יענער רבי געהייסן אלע יונגעלייט ארויסנעמען די טעלעפונען און אראפ לייגן אויפן טיש, רוב זענען געוועהן אומגעפילטערטע סמארט פאונס, האט ער זיי געזאגט איך מיין אז איר האט דעם ענטפער.

רבניש וואס פאר א פאון פארמאגט איר? איר ווילט זיך נישט שיידן דערפון? איז פעיר צו זאגן אז דו בוסט בייעסד אין דעם ענין מילד גערעדט?
לעצט פאראכטן דורך הערליך אום דינסטאג מאי 28, 2013 4:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג מאי 28, 2013 4:20 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:לוי יצחק האט געזאגט א נקודה, אז די "כינוסיים הענקיים" טוען אויף פאר די אידן וואס האבן נישט קיין שום אויטאריטעט העכער זיך.

למען האמת, איך האלט נישט אזוי ממש, איך האלט אז עס האט בעיקר אויפגעטווהן אז די רבנים זאלן אנהייבן טוהן, ווייל ביז היינט זענען געווען ממש איינצעלנע וואס זענען בכלל געווען "אויף" צום פראבלעם, און די נושא האט געהערט פאר פאשקעווילן שרייבער מער-ווייניגער (אויסער ממש געציילטע קהילות), און אצינד האט מען אויפגעוועקט די "דעת הרבנים".

די שאלה בלייבט נאר, אויב אזוי קען מען מאכן כינוסיים פאר רבנים, מען מוז נישט מאכן כינוסיים פארן גאנצן ציבור אינאיינעם אונטער איין דאך/הימל.

זאת ועוד, אויב איז די ציהל פאר די אידן וואס האבן נישט קיין מנהיגים, וואס איז די טעראר קעגן א רב וואס האלט אז זיין קהילה באלאנגט נישט אהין? וואס איז די רוגזא אויף איינעם וואס שיקט נישט זיין קהילה אזש ביזן זיך אפרעכענען מיט יענעם מיטן כח וואס מהאט זיך גענומען אין די הענט אויפן חשבון פון טעכנעלאגיע? דא שטעקט שוין בלויז תאוות השררה... און דא האט עס געפלאצט.

קצרתי מאוד!


וואס די כינוסים טוען אויף איז זייער פשוט, עס איז זייער א גרויסער יצר הרע, זייער זייער שווער זיך צו שיידן פון די כלים, זייער זייער שווער אפילו צו לייגן א פילטער, דעריבער פעלט אויס אסאך פי אר, דאס וואס רוב קהלות האבן גארנישט (ערענסט) געטון אונען ענין פון אינטערנעט ביז פאריאר איז ווייל דער עולם האב נישט געהאלטן דערביי, און די היינטיגע שוואכע מנהיגים וואס האבן (זייער) מורא פונעם עולם האבן פשוט נישט געקענט גארנישט טון, נאך די גרויסע פי אר וואס די כינוס פאריאר האט געמאכט, האט זיך דאס געטוישט, דער עולם האט געעפענט די קעפ, און די קהלות האבן גענומען די זאך און די הענט, איצט דארף מען זעהן אונצוהאלטן די פי אר אז רוב עולם זאל ווייטער האלטן דעם קאפ אפן צו סעלושענס.

און ניין, איך האלט נישט אז סאיז א פראבלעם צוויי, סאיז נאר א מעלה, אזוי וועט ווערן א קאמפעטישן ווער עס ארבייט בעסער, מער מענטשן וועלען קומען, און די מוסדות וועלען מער דריקן נישט צו האלטן אומגעפילטערטע כלים.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 28, 2013 4:26 pm

האסט אפשר געענטפערט פאר א צווייטן, נישט פאר מיר, און אוודאי נישט אויף מיין לעצטע פאראגראף.

עניוועי, ס'נישט קיין טובה מאריך צו זיין.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע: אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

תגובהדורך מאשקאוויטש » דינסטאג מאי 28, 2013 4:35 pm

כ'מיין אז איר פארזעט די מציאות אז אפילו ביי די קהילות וואס מ'האט יא געטון דערוועגן איז עס - ביזן כינוס - געגאנגען זייער שווער וויבאלד דאס איז געווען א געצווינגעריי פון די מוסדות\קהילות וכדומה און מ'האט געהאט טענות איבערן קאפ.

נאכן כינוס האט זיך די מציאות געטוישט, עס איז א אלוועלטליכע מערכה און אלע מוסדות'ן האבן געהאט פיל א גרינגערע ארבייט.

אויב גלייבסטע נישט, פוק חזי ביי יענע קהילות וואס מ'האט שוין געטון פארדעם וויפיל פילטערס זענען צוגעקומען זינט דעם כינוס.

סוף דבר: די כינוסים - מיט דעם פאקט אז ס'איז אלע יודן אינאיינעם - ברענגען אריין א התעוררות אויף זיך פארבעסערן ביי יעדעם איינעם, אן קיין אונטערשייד צו ער אנבאלאנגט ערגעץ צו נישט, און ספעציעל אויב באלאנגט ער ערגעץ און זיין מנהיג\רבי שטייט מיט מיט די אלוועלטליכע מערכה גיבט דאס א שטארקע שאקל.

ווער ס'וויל קען זיך טענה'ן, כשרייב פאקטן וואס כזע מיט די אייגענע אויגן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מאי 28, 2013 4:39 pm

שלום עליכם מאשקאוויטש, אריינגעלאנדעט גראד פון סיטי-פיעלד......
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 28, 2013 4:42 pm

מאשקאוויטש, דארט וואו פאשקעווילן שרייבערס האבן געטוהן איז עס געגאנגען שווער, דארט ווי רבנים האבן געטוהן איז עס געגאנגען די זעלבע ווי היינט.

קוק עס נאך.


(למעשה האט די כינוס אויפגעטוהן זיינס, וויבאלד רוב רבנים האבן גארנישט געטוהן בעפאר, אבער מכאן ואילך קענען די רבנים ווייטער טוהן אזוי ווי די לעצטע יאר צייט, און די איבריגע איז שוין בלויז א גוטער ווילן פון פירן כלל ישראל על מי מנוחות, והבן)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מאי 28, 2013 4:51 pm

הרב מאשקאוויטש, איר זאגט גוט!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג מאי 28, 2013 5:02 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:מאשקאוויטש, דארט וואו פאשקעווילן שרייבערס האבן געטוהן איז עס געגאנגען שווער, דארט ווי רבנים האבן געטוהן איז עס געגאנגען די זעלבע ווי היינט.

קוק עס נאך.


(למעשה האט די כינוס אויפגעטוהן זיינס, וויבאלד רוב רבנים האבן גארנישט געטוהן בעפאר, אבער מכאן ואילך קענען די רבנים ווייטער טוהן אזוי ווי די לעצטע יאר צייט, און די איבריגע איז שוין בלויז א גוטער ווילן פון פירן כלל ישראל על מי מנוחות, והבן)


איר האט קיינער נישט גוט פארשטאנען..
איך רעד יעצט א יאר נאכן כינוס צו וואס ברויך מען יעדן באנאזאם? יעדעס יאר פון פריש אנהייבן מישן שמוץ מיט פאסקוסוואנטישע קינדערייען?

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג מאי 28, 2013 5:47 pm

איך ווייס נישט ווער עס איז אין טשארדזש, איך וואלט מציע געווען ביידע פארטייען זאלן מאכן דעם כינוס אויפן זעלבן פלאץ איינער פארמיטאג און דארט לאזן אלע מייקס און בענק, שפעטער זאל קומען די משמורה שני' מיט זייערע רעדנער, ושלום על ישראל. די אומפארטייאישע רבנים קענען קומען צום סוף פון די ערשטע און פארבלייבען ביז אנהייב די צווייטע אזוי וועלן זיי זיין אין ביידע בילדער.
איין זאך, יעדער זאל זאגן פאראויס וואס זיי גייען טיילן איבערצובייסען אזוי וועל איך מחליט זיין ווען צו גיין

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm

דו קענסט נישט שיטת התבדלות!

(קידינג..)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 28, 2013 6:11 pm

תהילים יוד
ווילאנג דארף עס בלייבן א סוד?
מעג מען שוין אויסזאגן?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 28, 2013 6:24 pm

הא?
רבינו שאג בקול גדול וגו'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, zugurnish, והוא פלאי, נו שוין און 50 געסט