זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 31, 2013 3:45 pm

אה דאס איז גוטע נייעס, כ'בין געווען מיט עטליכע יאר צוריק זומער אויף א שבת דארט, די פליגן זענען געווען ממש אומדערטרעגליך! מיין בעל אכסני' האט מיר געזאגט אז ער קויפט פליגן שמייסערס ביי די דאזן..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:21 pm

ווינקל האט געשריבן:אהה, דאס איז דער טערעץ... אלס א תושב אין הר ברך משה זענען מיר דעם זומער ב"ה פליגן פריי.


נעה, דאס איז וועגן די געלט וואס מען האט אראפגעפלאשט אינעם סוער סיסטעם דארט...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:44 pm

ווען מען פלאשט אראפ געלט איז מען אנגעזעצט, גארנישט מיט פליגן צו טאן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12080
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:02 pm

One of the largest groups of 17-year cicadas, Brood X, last emerged from underground in 2004. The next generation will begin arriving in April 2021.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך eller » פרייטאג יוני 04, 2021 12:53 pm

אמעריקאנער עף.די.עי. ווארנט איבער עסן ציקעדיס


דער אמעריקאנער געזונטהייט אגענטור, די עף.די.עי. האט ארויסגעלייגט א ווארענונג, אז מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו געוויסע סארט פיש, אזויווי שרימפ-פיש און לאבסטערס (א געוויסע סארט נישט-כשר'ע פאפולערע עסן אין דער אלגעמיינער וועלט), זאלן נישט עסן קיינע סיקעדיס, וואס איז יעצט ארויס פון דער ערד צו ערשטן מאל אין זיבעצן יאר.

די סיקעדיס איז א מין אינזעקט, וואס קומט ארויס פון דער ערד איינמאל אין זיבעצן יאר, דערנאך וואס זי ליגט דארט ביז זיי קריכן ארויס.

דאס יאר איז דער יאר וואס די פרישע סיקעדיס קומען ארויס פון דער ערד, און פארשפרייטן זיך אין די מיליאנען. אלזא האבן געוויסע רעסטוראנטן, און בכלל מענטשן אנגעהויבן מאכן א סעודה דערפון. מ'בראט עס, און מ'מאכט אזא נאש דערפון. אנדערע גייען אזוי ווייט ווי עס ארושמירן מיט שאקאלאדע, און עס אזוי עסן.

אבער די עף.די.עי. זאגט אז די אינזעקט האט א שייכות מיט די לאבסטער און שרימפ-פיש, און איינער וואס איז אלערדזשיק צו יענץ, זאל נישט עסן קיינע ציקעדיס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג יוני 04, 2021 1:01 pm

ביטע נישט כאפן! ס'איז דא גענוג פאר יעדן.
צוגעלייגטע
666.png
666.png (714.4 KiB) געזעהן 318 מאל

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יוני 04, 2021 1:24 pm

פון דער פותח האשכול'ס תגובה איז משמע אז ס'איז ארויסגעקומען לעצטע מאל יארע 2013 וויאזוי זענען זיי שוין נאכאמאל דא?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג יוני 04, 2021 1:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:פון דער פותח האשכול'ס תגובה איז משמע אז ס'איז ארויסגעקומען לעצטע מאל יארע 2013 וויאזוי זענען זיי שוין נאכאמאל דא?

ס'איז דא עטליכע סארטן
זעה דא

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך קאנטרי מאוד » פרייטאג יוני 04, 2021 1:35 pm

מען קען זיי ערגעץ זעהן?
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי



eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: זייטס גרייט, די "סיקעדעס" זענען אויפן וועג!

תגובהדורך eller » מיטוואך יוני 09, 2021 6:25 pm

ציקעדיס פראבלעם ווערט שווערער.


ווי שוין געשריבן עטליכע טעג צוריק, איז יעצט דאס יאר וואס ס'קומען ארויס די גרויסע אינזעקטן פון דער ערד, נאכן דארט זיין זיבעצן יאר.

די ציקעדיס האבן זיך גאר שטארק פארשפרייט אין די וואשינגטאן די.סי. געגנט, און וועטער באאמטע האבן אפילו אויפגעכאפט אויף זייערע ראדארן, עפעס וואס האט אויסגעזען ווי א שטורעם, אבער איז אין פאקט געווען א גרופע פון מיליאנען ציקעדיס, וואס זענען ארומגעפלויגן פרייליכערהייט.

פרעזידענט ביידען ווערט נישט פארשוינט.
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (39.07 KiB) געזעהן 104 מאל

.
פרעזידענט ביידען איז געזען געווארן אראפפיצנדיג פון זיך א ציקעדיס, ווען ער איז געווען אויפן וועג פון די פרעזידענטליכע העליקאפטער פריער אין טאג, ארויפצוגיין אויפן פרעזידענטליכער פליגער, אפצורייזן קיין אייראפע.

דער פרעזידענט האט געשמועסט מיט איינער פון די מיליטער-לייט, וואס האבן אים אפגעווארט, ווען לכאורה האט ער געשפירט א קיצל, און אינסטינקטיוו געכאפט דעם אינזעקט און עס געשמיסן צו דער ערד...



סי.ען.ען. רעפארטער צעשרייט זיך לייוו, ווען א ציקעדיס קריכט ארום אויף אים.
unnamed (19).jpg
unnamed (19).jpg (115.4 KiB) געזעהן 104 מאל


'מאנא ראדזשא', א באקאנטער סי.ען.ען. רעפארטער, איז געשטאנען אין די קעפיטל געביידע, און באריכטעט לעבעדיג פאר מיליאנען צוהערער איבער די מצב אין קעפיטל היל, ווען א ציקעדיס האט געמאכט זיין וועג ארויף אויף זיין שיינע אנצוג, און דערנאך אריין אונטער זיין האלז.

ווען דער רעפארטער האט געפילט אז עפעס איז נישט בסדר מיט זיין גענאק, האט ער געטאפט דארט, און געכאפט דעם ציקעדיס רויט-האנטיג.

ער האט זיך צעשריגן פון עקל, און מיט אייפער אראפגעווארפן די ציקעדיס פון זיך...


קאר עקסידענט צוליב ציקעדיס.

א מאטאריסט האט פארלוירן קאנטראל, דערנאך וואס א ציקעדיס איז אריינגעפלויגן דורך די פענסטער, און זיך באקוועם געמאכט אויף די סטערינג וויל.

יענער האט זיך אזוי פארעקלט, אז ער האט זיך מער נישט געקענט קאנצענטרירן אויף די שאסיי, און האט אריינגעשמעטערט אין א שטאנג אויף די זייט פונעם שאסיי...


פליגער וואס דארף פירן רעפארטער מיט פרעזידענט ביידען, ווערט אפגעשטופט צוליב די ציקעדיס.

א פליגער וואס האט געזאלט ארויספליען אנגעפילט מיט רעפארטערס, צו דעקן די רייזע פון פרעזידענט ביידען, איז אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, דערנאך וואס שווערע טויזנטער ציקעדיס האבן אנגעמאכט מעכאנישע פראבלעמען מיט די מאטאר פון די פליגער.

דער פליגער וואס האט געזאלט ארויספליען נעכטן ביינאכט ניין אזייגער, איז אפגערופן געווארן, און א פרישער פליגער איז געקומען אפנעמען די רעפארטערס, וואס זענען ענדליך ארויסגעפלויגן דריי אזייגער פארטאגס.


אלזא די ציקעדיס שוינען נישט קיינעם, און איז א היבשע דורכגאנג פאר די וואס דארפן זיך ספראווען דערמיט. דאס איז שוין חוץ פון די הויכע גערודער וואס די אינזעקטן מאכן.

אבער די גוטע נייעס איז אז באלד זענען זיי שוין נישט דא, און די קומענדיגע גרופע פון ציקעדיס וועלן נישט אנקומען בעפאר יאר 2038.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Like news, בילדער, פלעסטיק און 54 געסט