מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 17, 2021 10:15 pm

כאמאס הויפט איסמאאיל האניע געפונט זיך אין מאראקא וואו ער גייט ארום זיך טרעפן מיט פירער פון די הויפט פארטיי און אפאזיציע פארטייען

אין מאראקא ווערט די רייזע געזען אלץ א וועג דורך די קעניגרייך צו באלאנצירן באציאונגן צווישן מדינת ישראל מיט די פאלעסטינער, און צו דעמאנסטרירן אז טראץ דעם וואס די קעניגרייך האט געעפענט פארמאלע באציאונגן מיט ישראל מיינט עס נישט אז די קעניגרייך שטיצט נישט די פאלעסטינער אין זייער קאמף פאר זעלבסשטענדיגקייט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך משה בן יעקב » זונטאג יוני 20, 2021 11:45 am

tarmab האט געשריבן:וואספארא הפקרות איז דאס? ס'קען זיך נאך איבערשפילן אזא טראגעדיע ל"ע, פארוואס זאלן זיי נישט רעקאמענדירן טוישונגען? אפשר ווייל זיי האבן פיינט חרדים.....

סאיז נישט אפשר....

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:01 pm

מער ווי פערציג קינדער פון א סקול אין צפון מדינת ישראל טעסטן פאזיטיוו פאר קאראנא וויירוס; מעגליך אינדיע סטרעין‎

דאָס האָט פּאַסירט אינעם שטעטל בנימינה-גבעת אדה, און עס איז שוין די צווייטע אַזאַ אויסברוך פון קאָראָנאַ קעיסעס אין א סקול אין מדינת ישראל. די ערשטע טעסטס אין די ביידע שולעס צייגן באַווייזן אַז אַלע פון די קעיסעס זענען פון די געפאַרפולע דעלטאַ סטרעין וואָס קומט אָריגינעל פון אינדיע.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:02 pm

ארויסגייענדיגער מדינת ישראל פרעזידענט ראובן ריבלין וועט באזוכן פרעזידענט ביידען אין ווייסן הויז‎

ביידען האָט געשיקט אַן איינלאַדענונג פאַר ריבלין, און עס איז באַשלאָסן געוואָרן צו אַקצעפּטירן די איינלאַדענונג, און זייער צוזאַמטרעף וועט פאָרקומען אין צען טעג אַרום. אינאיינעם מיט ריבלין וועט מיטקומען זיין שטאַב הויפּט, דער מדינת ישראל מיליטערישער באַאַמטע אביב כוכבי.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:02 pm

נייער מדינת ישראל טראנספארטאציע מיניסטער באטראכט פלאן צוריקצוברענגען פובליק טראנספארטאציע אום שבת‎

לויט א באַריכט באַטראַכט דער נייער מיניסטער מעראוו מיכאלי צו טרעפן א וועג אויסצונוצן רעגירונג רעגולאַציעס, וואָס וועט יאָ ערלויבן באָסעס און באַנען אַרומצופאָרן אין לויף פון שבת און יום טוב. דאָס וועט זיין א שטאַרקע טויש און א חילול שבת וואָס מען האָט שוין יאָרן נישט געזען.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:05 pm

די נייע מדינת ישראל קאבינעט האט באשטעטיגט אן אפיציעלע רעגירונג אויספארשונג אויף די מירון טראגעדיע

די אויספארשונג קאמיטע וועט אריין נעמען 4 מיטגלידער, אנגעפירט דורך א ריכטער, און עס וועט האבן א בודזשעט פון 6 מיליאן שקלים. די קאמיסיע וועט אויספארשן די צוגרייטונגן וועלכע זענען געמאכט געווארן בעפאר לג בעומר, די אומשטענדן אויפ'ן ארט זעלבסט און נאך ארימיגע דעטאלן, און דערנאך ארויס געבן אירע רעזולטאטן און רעקאמאנדאציעס פאר'ן צוקונפט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:06 pm

די פאליציי אין מדינת ישראל האט ארעסטירט 8 מענטשען וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין די מארד פון א איד אין לוד

יגאל יהושע הי"ד, 56 יאר אלט, איז אוועק עטליכע טעג נאכ'ן אטאקירט ווערן מיט א גרויסע ציגל דורך א גרופע אראבישע ראיאטירער אין צייט וואס מערערע שטעט איבער ארץ ישראל האבן זיך געפלאגט מיט אומריען. די 8 ארעסטירטע נעמט אריין 6 איינוואוינער פון די שטאט לוד און צוויי פאלעסטינער וועלכע האבן זיך געפונען אין מדינית ישראל אומלעגאל.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:08 pm

א קליין צוויי יעריג קינד איז אוועק נאכ'ן ווערן איבערגעלאזט אין א הייסע קאר אין די בעדואינער כיסופה געגענט אין דרום ארץ ישראל

באאמטע זאגן אז די טראגישע אינצידענט זאל דינען אלץ דערמאנונג פאר מענטשען נישט צו לאזן קליינע קינדער אליינס אין א קאר אפילו פאר א קורצע צייט, וויבאלד יעדע יאר הערט מען ליידער פעלער פון קינדער וועלכע האבן עס נישט דורכגעמאכט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:08 pm

קומענדיגע יולי 1 למס', דאנערשטיג פרשת פנחס, גייט די מדינת ישראל רעגירונג אראפ נעמען א רייע באגרענעצונגן אויף פלי רייזענדע

צווישן די הויפט טוישונגן וועלכע גייען אריין גיין אין קראפט וועט זיין, אז וואקסינירטע מענטשען פון א מערהייט לענדער וועלן קענען אריין קומען אין לאנד אן ארויס נעמען א פערמיט אזויווי עס פעלט זיך יעצט אויס. קינדער ביז 6 יאר אלט, וועמענס עלטערן זענען וואקסינירט, וועלן אויך ווערן אריין געלאזט אפילו אויב זיי זענען נישט וואקסינירט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:35 pm

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער'ס אפיס דיסקוסירן מיט אויספארשער אויב מען דארף אויספארשן באשולדיגונגן אז נתניהו האט פארארדענט צו פארניכטן דאקומענטן

פאלעסטינער איינוואוינער פאדערן עס זאל געשאפן ווערן א זעלבסשטענדיגע קאמיסיע אויסצופארשן די פפייזער וואקסין אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט די פאלעסטינער אויטאריטעט
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:36 pm

משפחות פון מירון טראגעדיע אומגעקומענע ווארטן נאך צו הערן פון מדינת ישראל רעגירונג‎

יעצט מיט די נייעס אז די רעגירונג וועט גרינדן א אויספארשונג קאמיסיע, זאגן די משפחות אז זיי זוכן נישט קיינעם צו באשולדיגן, נאר ווילן פשוט פארמיידן אן ענליכע טראגעדיע פון פאסירן נאכאמאל.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 20, 2021 9:57 pm

איז ליבערמאַן סטרעסט? דער כנסת קאַנאַל האָט נאכגעקוקט וויפיל מאָל ער האט געטיקט
דער טשערמאַן פון ישראל ביתנו, פינאנץ מיניסטער אביגדור ליבערמאן, האָט אויסגעקוקט אונטער דרוק ביי דער קאבינעט זיצונג, מוישי ריינער פון כנסת טשאַננעל האָט נאכגעקוקט וויפיל מאָל ער האָט געקליקט מיט דער פּען בעת ​​דער רעדע פון ​​פרעמיער מיניסטער נפתלי בענעט
https://drive.google.com/file/d/1rZrdEg ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג יוני 21, 2021 2:48 pm

א פארשוין פון עכו איז געווארן אנגעקלאגט אויף מארד פארזיך און טעראר קלאגעס אין פארבינדונג מיט א ווילדע אטאקע פאריגע חודש אויף א איד

די מדינת ישראל געזונטהייט מיניסטעריום האט פארמאל געשאפן א געמיינזאמע וויירוס וואקסין סערטיפיקעט פראגראם, וואס ברענגט צוזאם די 'גרינע פאס' פראגראם פאר וואקסינירטע און די פאס פאר די וועלכע האבן זיך ערהוילט
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג יוני 21, 2021 2:51 pm

מדינת ישראל'ס הויפט דיפלאמאט יאיר לפיד גייט אפרייזן קומענדיגע וואך צו די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, די ערשטע מדינת ישראל מיניסטער אהין צו גיין פאר אן אפיציעלע באזיך זייט די צוויי לענדער האבן געשאפן דיפלאמאטישע באציאונגן

אין אנדערע נייעס גרייט זיך א מדינת ישראל טעלעוויזיע נעטווארק צו עפענען אן אפיס אין דובאי
• •
מדינת ישראל האט דורכגעפירט עטליכע סוקסעספולע פראבעס אויף א מאכטפולע לעיזער סיסטעם אינסטולירט אויף א ציווילע פליגער אראפ צו שיסן דראונס פון די לופטן

דער מדינת ישראל אפאזיציע פירער ביבי נתניהו איז ארויס געקומען מיט א שארפע באשולדיגונג אקעגן דער יעצטיגער אויסערן מיניסטער יאיר לפיד אז ער שטעלט דאס לאנד אין געפאר דורך געבן א צוזאג צו אינפארמירן וואשינגטאן פון פאראויס איבער סיי וועלכע מיליטערישע שריט אקעגן איראן
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג יוני 21, 2021 2:55 pm

תנא-קמא האט געשריבן:מדינת ישראל האט דורכגעפירט עטליכע סוקסעספולע פראבעס אויף א מאכטפולע לעיזער סיסטעם אינסטולירט אויף א ציווילע פליגער אראפ צו שיסן דראונס פון די לופטן

https://drive.google.com/file/d/171axEY ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג יוני 21, 2021 10:23 pm

די מדינת ישראל געזונטהייט מיניסטעריום האט אנגעפאנגן ארבייטן אויף א העפטיגע פלאן צו וואקסינירן וואס מער איגענטליכע

שוין עטליכע וואכן וואס קינדער פון 12 ביז 15 יאר אלט קענען זיך וואקסינירן אקעגן די וויירוס, אבער יעצט איז דאס ערשטע מאל וואס די מיניסטעריום האט אנגעפאנגן רעקאמאנדירן און בעטן מען זאל עס נעמען צוליב צייכענעס אז די שנעל-לויפענדע דעלטע ווערסיע פארשפרייט זיך אין לאנד.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג יוני 22, 2021 11:53 am

מדינת ישראל פאליטישאנס פון "ישראל ביתנו" ווילן מען זאל געבן קאמפענסעישאן פאר משפחות פון מירון טראגעדיע‎

די כנסת מיטגלידער זאָגן אַז די רעגירונג דאַרף נעמען פאַראַנטוואָרטליכקייט אויף אַזוי פיל, אַז די וואָס זענען אַפעקטירט געוואָרן דערפון, זאָלן באַקומען קאָמפּענסעישאָן. די ישראל ביתנו פּאַרטיי זאָגט אַז זי וועט אַרבעטן דורכצושטופּן אַזאַ געזעץ אינעם כנסת, מיט א ביטע צו די טרעזשורי באַאַמטע צו ערלעדיגן די געלטער.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”