מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

וואקסינירטע וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד, אנגעהויבן יולי 1

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 9:26 pm

וואקסינירטע וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד, אנגעהויבן יולי 1.
JP

אין גוטע נייעס פון מדינת ישראל ווערט געמאלדן, אז וואקסינירטע טוריסטן וועלן זיין ערלויבט צו קומען קיין מדינת ישראל אן קיינע באגרעניצונגען, אנגעפאנגען פון די קומענדיגע יולי דעם ערשטן.

שוין פאר איבער א יאר וואס מדינת ישראל לאזט נישט אריין קיינע טוריסטן נאר מיט שווערע באגרעניצונגען, ווי אויך פאר גאר ווייניג מענטשן, אבער היינט האבן מדינת ישראל באאמטע געמאלדן, אז ס'וועט קומען צו אן ענדע פאר וואקסינירטע מענטשן.

די באאמטע זאגן אז זיי וועלן ארויסקומען מיט מער אנווייזונגען אין די קומענדיגע טעג און וואכן.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ליכוד שטעלט ארויס סטעיטמענט

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 9:50 pm

ליכוד שטעלט ארויס סטעיטמענט
JP

ביבי נתניהו'ס פארטיי, האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש, וואו זיי באשולדיגן אז די געדאנק אז איינער וואס האט אזוי ווייניג מאנדאטן קען זיין ראש ממשלה איז נישט קיין גערעכטע וואלן.

די לינקע אין לאנד האבן זיך זאפארט ארויפגעכאפט אויף זיינע ווערטער, און אים באשולדיגט אין זיך אויפפירן ווי טראמפ אין אמעריקע, נאך וואס ער האט פארלוירן די וואלן.

די ליכוד האט ארויסגעלייגט נאך א מעסעדזש, אז זיי באשולדיגן נישט די עצם וואלן אין זיין פאלש. זיי באשולדיגן די געדאנק אז איינער וואס האט קוים עטליכע בענקלעך זאל ווערן ראש ממשלה, און דאס איז זייער טענה.

זיי האבן אויך געזאגט אז די אריבערגאנג גייט זיין פרידליך, און זיי גייען זיך צושטעלן, און זיכער מאכן אז די מאכט איבערגאנג איז פליסיג און דעמאקראטיש.

בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:32 pm

די ביידען אדמיניסטראציע ווארענט מדינת ישראל אז די געפלאנטע נאציאנאליסטישע מארש קען אויפפלאקערן אומריען

די אדמיניסטראציע האט אריבער געשיקט א מעסעדזש פאר מדינת ישראל דיפענס מיניסטער בעני גאנץ אים צו זאגן אז וואשינגטאן ערווארטעט פון מדינת ישראל נישט צו נעמען שריט וועלכע שאפן אן אנגעצויגנקייט, איבערהויפט עקסטרעם-רעכטע פראוואקאציעס.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:37 pm

אן עקסטרעם-לינקע געזעצגעבער אין מדינת ישראל, באקאנט מיטן געזעץ צו קרימינאלעזירן קירוב, האט ווידעראמאל געלאזט הערן זיין שנאה צו חרדישע אידן

א גרופע משפחות אין ארץ ישראל וועלכע האבן געליטן פון טעראר אטאקעס האבן געפיילט א ביליאן שקלים לאוסוט אקעגן קאטארער בענק
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:40 pm

דרייצן יעריגער בחור אין ארץ ישראל אין קריטישן צושטאנד נאכ'ן זיך דערטרענקען אין סווימינג פול אין בנימין‎

מען האָט אים באַוויזן צוריקצוברענגען צום באַוואוסטזיין נאָך עטליכע מינוט, און ער געפונט זיך אינעם שערי צדק שפּיטאָל אין א שווערן צושטאַנד. דער ציבור ווערט געבעטן מתפּלל זיין פאַר דניאל בן חוה לרפואה שלימה.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 13, 2021 11:58 am

פייער אויסגעבראכן אין מבשרת ציון אין ארץ ישראל; איינוואוינער ארום דעם פייער באפוילן צו עוואקואירן‎

איינוואוינער וואָס געפונען זיך אינעם געגנט פונעם פייער זענען אָנגעזאָגט געוואָרן צו עוואַקואירן זייערע הייזער, און דער פייער האָט שוין געברענגט צו די פאַרשליסונג פונעם רוט 1 שאָסיי וואָס פירט קיין ירושלים.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג יוני 13, 2021 12:51 pm

געוועזענער איראנער פרעזידענט אכמעדינעזשאד זאגט אז מדינת ישראל האט אינפילטרירט איראן'ס שפיאנאזש אגענטור‎

אכמעדינעזשאד זאָגט אַז ער האַלט אַז דער העכסטער איראַנער שפּיאָנאַזש באַאַמטער וועמענס דזשאַב איז אָפּצושוואַכן מדינת ישראל'ס שפּיאָנאַזש, איז אַליינס אַן אַגענט פאַר מדינת ישראל. אכמעדינעזשאד'ס קאָמענטאַרן איז געקומען נאָכדעם וואָס דער געוועזענער מוסד שפּיאָנאַזש אַגענטור פירער יוסי כהן האָט געגעבן אַן אינטערוויו און אויפגעדעקט טיילן פון מדינת ישראל'ס שפּיאָנאַזש סוקסעס אין איראַן זעלבסט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג יוני 14, 2021 2:44 pm

א וואלד פייער האט אויסגעבראכן נעבן בית שמש נישט ווייט פון באוואוינטע הייזער

די פייער, וואס ברענגט נעבן שאסיי נומער 38, ווערט באקעמפט דורך 3 פייערלעשער איינהייטן און צוויי פליגער פון די לופטן. נאך 4 פייערלעשער איינהייטן זענען אינטערוועגענס צום סצענע ארויס צו העלפן מיט די ארבייט.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”