מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אמעריקאנער פארטיידיגונג מיניסטער ערווארטעט אין מדינת ישראל

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 4:36 am

דער אמעריקאנער פארטיידיגונג מיניסטער, 'לויד אסטין', איז ערווארטעט קומענדיגע וואך אנצוקומען קיין מדינת ישראל אויף זיין ערשטע באזוך אין דעם אמט.

די באזוך פון אסטין איז די ערשטע באזוך פון אזא הויכער באאמטע אין די אדמיניסטראציע אין מדינת ישראל. אסטין איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט ארטיגע פאליטיקאנטן, און מ'ערווארטעט א ווארעמע שטימונג צווישן אים אין די ארטיגע באאמטע.
JPFN
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

מדינת ישראל געשאסן איראנער שיף

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 4:38 am

מדינת ישראל האט אטאקירט אן איראנער קארגא שיף אין די רויטע ים. מדינת ישראל באאמטע האבן געזאגט פאר די פאראייניגטע שטאטן אז זיי האבן דורכגעפירט אן אטאקע אויף אן איראנער שיף, אלס נקמה פאר אן אינצידענט וואס איראנער האבן אטאקירט אן איזראעלישע קארגא שיף.

מער איינצלהייטן זענען נישט באשטעטיגט געווארן.
JP
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אגודת ישראל מעגליך גרייט צו שטיצן א צווייטן

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 4:50 am

א באריכט אין ארץ ישראל ווייסט צו זאגן אז די היימישע חברי הכנסת פון אגודת ישראל, האבן דיסקוסירט די מעגליכקייט פון שטיצן א צווייטע קאנדידאט חוץ נתניהו.

ביז היינט האט מען געהערט אז די חרדי'שע געמיינדע וועט בלויז גיין אין א רעגירונג מיט נתניהו, אבער לויט די לעצטיגע באריכט האבן זיי אויפגעברענגט די דאזיגע מעגליכקייט, דערנאך וואס ס'זעט זיך אן זייער קליינע מעגליכקייטן אז ביבי וועט דערגרייכן צוזאמצושטעלן א רעגירונג.
JP
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:48 pm

Prime Minister Binyamin Netanyahu began negotiations with Yamina leader Naftali Bennett on Thursday evening over the formation of a right-wing government with a rotation for the position of prime minister between them, Channel 13 News reported

According to the report, Bennett wants Netanyahu to serve first as prime minister for one year, with Bennett then taking over for the next two years and Netanyahu taking over for the fourth year. Netanyahu, on the other hand, is demanding that he serve as prime minister for the first two years, with Bennett serving in the position for the last two years
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 10:15 am

ISRAEL: Police arrested 3 Arabs after attacking a Jewish family who entered the East Jerusalem area of Isavia on Motzei Shabbos, and setting their bus on fire
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 2:14 pm

UPDATE: Reports that Prime Minister Binyamin Netanyahu is considering a rotation agreement for prime minister with Yamina leader Naftali Bennett was denied by his spokesperson late Motzei Shabbos
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 6:48 pm

If Netanyahu and Naftali Bennett agree to a rotation deal, said Aryeh Deri, he too will demand a turn as prime minister since his Shas party received more votes that Bennett's Yamina
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 11, 2021 6:55 pm

תנא-קמא האט געשריבן:If Netanyahu and Naftali Bennett agree to a rotation deal, said Aryeh Deri, he too will demand a turn as prime minister since his Shas party received more votes that Bennett's Yamina

א. שכוח פאר דיינע באריכטן.

ב. דאס איז א אידישע סייט.

ג. ס'דא א באזונדערע בחירות אשכול.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 11, 2021 6:56 pm

אז ס'מאכט זיך אמאל א ברעיקינג באריכט וואס מ'האט נישט קיין צייט איבערצוטייטשן אויף אידיש, נישט געפערליך. אבער אפיציעל באריכטן (ק/פ...) אין ענגליש איז נערווירנד.

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך מצפים » זונטאג אפריל 18, 2021 4:02 pm

קוקט אויס ביבי וועט נישט קענען מאכן דעם קאליציע

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך שמערלער » זונטאג אפריל 18, 2021 4:19 pm

מצפים האט געשריבן:קוקט אויס ביבי וועט נישט קענען מאכן דעם קאליציע


שלום עליכם מאכט אייך באקוועם.

אפשר זענט איר מסביר די צדדים לכאן ולכאן ?

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך מצפים » זונטאג אפריל 18, 2021 4:26 pm

עליך השלום
די מאפע איז צו שמאל
אין אזעלכע פעלער בלייבט געווענליך גארנישט

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:57 am

קול מבשר מעלדט עפעס איבער א אויפרייס אין א סענסטיווע פלאץ פון די מילטער, איינער מיט מער אפדעיט'ס
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37857

מסתמא
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

נייע טאקטיק פון די מדינה קעגן די הפגנות: אפהאלטן די פינאנציעלע שטיצע פון אויסלאנד

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:54 pm

הפגנות אין ארץ ישראל איז נישט קיין נייע זאך..

אבער איצטערט מיט די נייע באן בוי פראיעקט גערופן די רכבת הקלה האבן די הפגנות אנגעהויבן צו האבן א ממשות'דיגע אפעקט אויפן סוקסעס פון אט די מדינה.. און זיי האבן באשלאסן אז עד פה תבא און מדארף מאכן א סוף צו די הפגנות

זיי האבן אנגעהויבן צו אידענטיפיצירן די גמח'ן און געלט וועקסלער וועלכע העלפן ארויס מיטן אריינברענגען די פינאנציעלע שטיצע פון אויסלאנד און די מדינה האט אנגעהויבן צו מאכן ארעסטן רעכטס און לינקס

הער דא סוף שמועס פון שמעון ראלניצקי

20210421_124027.jpg
20210421_124027.jpg (255.02 KiB) געזעהן 905 מאל

פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך פנימחדשות » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:28 pm

מצד די מדינה איז עס זייער פארשטענדליך.

זיי ווילען מאכען א באן, זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין, און ס'קומען אפאר מענטשען און פארברענען די טראקטארס, און צושטערען די אינפאסטראקטור, און מאכען זיי פיר מיליאן שקל שאדען, אודאי וועלען זיי פראבירען עס אפצושטעלען מיט אלע סארט טאקטיקען.

ס'קען זיין אז תורה'דיג איז אויסגעהאלטען צו מאכען אלע שאדענס [איך האף נאר אז ס'האט טאקע א היתר פון א רב, ווייל די טראקטארס באלאנגען צו פריוואטע קאמפעניס, און נישט צו די מדינה, איז עס א נארמאלע שאלה פון גזל], און סיז נישט אסור אלס התגרות ברשעים (יא, יא. אין די גמרא און פריערדיגע ספרים איז נישטא די מושג "התגרות באומות" נאר "התגרות ברשעים" און "מרידה באומות"), אבער מצד די פרייע מדינה איז עס זייער פארשטענדליך.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:01 pm

פנימחדשות האט געשריבן:זיי ווילען מאכען א באן, זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין


פארשטענדליך? אין א מלחמה איז יעדע זייט פארשטענדליך, יעדער וויל געווינען דעם צווייטן, די מדינה האט א ציהל וואס דו רופסט אן "זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין", און די חרדים האבן א ציהל אקעגן די "זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין".

לגבי די מיטלען, איז מיר אינטערעסאנט ווי דו זוכסט נאר מדחיק צו זיין פארוואס די וואס פאלגן די רבנים זענען נישט גערעכט, איגנארירנדיג צו די זייט די מיטלען פון די מדינה.

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך מצפים » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:58 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:זיי ווילען מאכען א באן, זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין


פארשטענדליך? אין א מלחמה איז יעדע זייט פארשטענדליך, יעדער וויל געווינען דעם צווייטן, די מדינה האט א ציהל וואס דו רופסט אן "זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין", און די חרדים האבן א ציהל אקעגן די "זאל זיין די סיבה וואס ס'זאל נאר זיין".

לגבי די מיטלען, איז מיר אינטערעסאנט ווי דו זוכסט נאר מדחיק צו זיין פארוואס די וואס פאלגן די רבנים זענען נישט גערעכט, איגנארירנדיג צו די זייט די מיטלען פון די מדינה.


א ניק אויף אייוועלט האלט אזוי
איז א באזינדערע זאך
עס איז נאר א בזיון אז בלויז דער איד האט געוויסט
דאס צו דערציילן אלץ א סאמע ברענעדיגע טעמע
#וואט.עי.שעים

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:07 pm

עס איז נישטא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט זיין קיין באן, און אז עס קומען אפאר מענטשען און זענען מחליט אז זיי גייען מאכן א הפגנה און מען גייט שאדן מאכן מליאנען שקלים פאר דער מדינה און זיי מאכען אויך שאדט פאר יעדער איינציגסטע מענטש וואס ווינט דארט און דער געגענט סיי אז עס איז נישט קיין באסעס בכלל!! ווען עס איז דא א הפגנה און סיי אז זיי שטינקען אהן דער פלאץ מיט פייער און מיט גארביטש וכו און כל שכן שבכל שכן ווען זער פאלציי שפריצט פארשטינקענע וואסער,,

דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום ביסה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:11 pm

יהלום האט געשריבן:עס איז נישטא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט זיין קיין באן, און אז עס קומען אפאר מענטשען און זענען מחליט אז זיי גייען מאכן א הפגנה און מען גייט שאדן מאכן מליאנען שקלים פאר דער מדינה און זיי מאכען אויך שאדט פאר יעדער איינציגסטע מענטש וואס ווינט דארט און דער געגענט סיי אז עס איז נישט קיין באסעס בכלל!! ווען עס איז דא א הפגנה און סיי אז זיי שטינקען אהן דער פלאץ מיט פייער און מיט גארביטש וכו און כל שכן שבכל שכן ווען זער פאלציי שפריצט פארשטינקענע וואסער,,

דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום ביסה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!

וואו איז @סטיטשינער??

קום שרייען סעלף העיטינג דזשו.

ערענסט גערעדט, ביסט נאריש? דאס גייט אנברענגען די סאמע ערגסטע פריצות, און דו ווילסט אז דעי מענטשן זאלן שווייגן? און זאגאר גיין אונטער גראטעס??

שומו שמים.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:16 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:עס איז נישטא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט זיין קיין באן, און אז עס קומען אפאר מענטשען און זענען מחליט אז זיי גייען מאכן א הפגנה און מען גייט שאדן מאכן מליאנען שקלים פאר דער מדינה און זיי מאכען אויך שאדט פאר יעדער איינציגסטע מענטש וואס ווינט דארט און דער געגענט סיי אז עס איז נישט קיין באסעס בכלל!! ווען עס איז דא א הפגנה און סיי אז זיי שטינקען אהן דער פלאץ מיט פייער און מיט גארביטש וכו און כל שכן שבכל שכן ווען זער פאלציי שפריצט פארשטינקענע וואסער,,

דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום ביסה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!

וואו איז @סטיטשינער??

קום שרייען סעלף העיטינג דזשו.

ערענסט גערעדט, ביסט נאריש? דאס גייט אנברענגען די סאמע ערגסטע פריצות, און דו ווילסט אז דעי מענטשן זאלן שווייגן? און זאגאר גיין אונטער גראטעס??

שומו שמים.

איך האף אז די ווייסט וואס די רעדסט...

ווייל איך זיך זויך שוין לאנג איינע זאל מיך מסביר זיין פונקטליך וועלכע פריצות גייט דאס אנברענגען?

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אפריל 21, 2021 6:04 pm

יהלום האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:עס איז נישטא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט זיין קיין באן, און אז עס קומען אפאר מענטשען און זענען מחליט אז זיי גייען מאכן א הפגנה און מען גייט שאדן מאכן מליאנען שקלים פאר דער מדינה און זיי מאכען אויך שאדט פאר יעדער איינציגסטע מענטש וואס ווינט דארט און דער געגענט סיי אז עס איז נישט קיין באסעס בכלל!! ווען עס איז דא א הפגנה און סיי אז זיי שטינקען אהן דער פלאץ מיט פייער און מיט גארביטש וכו און כל שכן שבכל שכן ווען זער פאלציי שפריצט פארשטינקענע וואסער,,

דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום ביסה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!

וואו איז @סטיטשינער??

קום שרייען סעלף העיטינג דזשו.

ערענסט גערעדט, ביסט נאריש? דאס גייט אנברענגען די סאמע ערגסטע פריצות, און דו ווילסט אז דעי מענטשן זאלן שווייגן? און זאגאר גיין אונטער גראטעס??

שומו שמים.

איך האף אז די ווייסט וואס די רעדסט...

ווייל איך זיך זויך שוין לאנג איינע זאל מיך מסביר זיין פונקטליך וועלכע פריצות גייט דאס אנברענגען?

1 + 1, פארוואס ווילן זיי עס מאכן? צו מאכן טראנספאטאציע גרינגער און שנעלער, ווער גייט הנאה האבן? ווער דארף עס האבן? דער ערליכער איד פון מאה שערים נישט, דער חילוני און דער טוריסט גייט הנאה האבן, און זייער קומען וויל דער ערליכער איד פארמיידן.

חוץ פון דעם, אז די רבנים הייסן, פאלגט מען, און נישט איך און נישט דו קענען מכריע זיין, און לייגן אין טורמע מענטשן ווייל דיין אגענדע צו דיין חסידות אגענדע שטימט נישט מיט זייער אגענדע, איז זינלאז הארצלאז און כלשונו של @סטיטשי, סעלף העיטינג.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 2:38 am

יש לו מנה האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:עס איז נישטא קיין שום סיבה אז עס זאל נישט זיין קיין באן, און אז עס קומען אפאר מענטשען און זענען מחליט אז זיי גייען מאכן א הפגנה און מען גייט שאדן מאכן מליאנען שקלים פאר דער מדינה און זיי מאכען אויך שאדט פאר יעדער איינציגסטע מענטש וואס ווינט דארט און דער געגענט סיי אז עס איז נישט קיין באסעס בכלל!! ווען עס איז דא א הפגנה און סיי אז זיי שטינקען אהן דער פלאץ מיט פייער און מיט גארביטש וכו און כל שכן שבכל שכן ווען זער פאלציי שפריצט פארשטינקענע וואסער,,

דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום ביסה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!

וואו איז @סטיטשינער??

קום שרייען סעלף העיטינג דזשו.

ערענסט גערעדט, ביסט נאריש? דאס גייט אנברענגען די סאמע ערגסטע פריצות, און דו ווילסט אז דעי מענטשן זאלן שווייגן? און זאגאר גיין אונטער גראטעס??

שומו שמים.

איך האף אז די ווייסט וואס די רעדסט...

ווייל איך זיך זויך שוין לאנג איינע זאל מיך מסביר זיין פונקטליך וועלכע פריצות גייט דאס אנברענגען?

1 + 1, פארוואס ווילן זיי עס מאכן? צו מאכן טראנספאטאציע גרינגער און שנעלער, ווער גייט הנאה האבן? ווער דארף עס האבן? דער ערליכער איד פון מאה שערים נישט, דער חילוני און דער טוריסט גייט הנאה האבן, און זייער קומען וויל דער ערליכער איד פארמיידן.

חוץ פון דעם, אז די רבנים הייסן, פאלגט מען, און נישט איך און נישט דו קענען מכריע זיין, און לייגן אין טורמע מענטשן ווייל דיין אגענדע צו דיין חסידות אגענדע שטימט נישט מיט זייער אגענדע, איז זינלאז הארצלאז און כלשונו של @סטיטשי, סעלף העיטינג.

פארוואס זיי ווילען עס מאכען? אוועקצונעמען די אבנארמאלע טרעפיק וואס איז דא אויף בר אילן און די אומגעגענט, וואס ווערט נאר ערגער מיט יעדע יאר, און זיי מאכען די באנען אין אלע טיילען פון די לאנד בכלל און ירושלים בפרט, נישט נאר אין די פרומע געגענטער.

עס איז דא נאך מענטשען אין ירושלים אויסער די ערליכע מאה שערים אידען און די חילונים, די באן וועט נישט זיין אין מאה שערים, נאר אויף בר אילן, און אלע פרומע (אפשר נישט ערליכע ווייל זיי זענען נישט קנאים...) אידען וואס וואוינען דארט וועלען הנאה האבען פון די באנען, ווי אויך איז די באן א חלק פון א גרויסע נעץ פון באנען וואס זיי האלטען אינמיטן מאכען, און אן דער באן הינקעט זייער גאנצער פלאן אונטער, אזוי אז צו זאגען אז די סיבה פון די רעגירונג איז צו ברענגען פריצות איז בפשטות נישט גערעכט.

די רבנים האבען טאקע גע'חתמ'עט עטליכע יאר צוריק קעגען די באן, אבער די לעצטע פאר יאר איז שוין נישט ארויסגעקומען קיין חתימות דערקעגען פון נישט קנאי'שע רבנים, און אנדערע זאגען אז די סיבה איז ווייל די שטאטראט האט נאכגעגעבען געוויסע זאכען וואס די רבנים האבען געבעטען (צום ביישפיל צו מאכען טונקעלע פענסטערס אויף די באן), יעצט צו זאגען אז איך גלייב דאס איז נישט ממש ריכטיג, ווייל איך האב נישט קיין שום נאמנות אין די פאליטישע נציגים, אבער עכ"פ אזוי האלטען א גרויסע חלק פון די איינוואוינער פון יענער געגענט אין ירושלים, און אויך די קנאי'שע רבנים האבען טאקע גע'חתמ'עט קעגען די באן, אבער צו דען האבען זיי אויך געשריבען אז מען דארף גיין פארברענען די מיסט קאסטענעס פון די גאנצע שכונה אויף די געסער (אזוי אז מען דארף לייגען די מיסט אויף די סיידוואוק, ווייל מיסט קאסטענעס זענען נישט געווען צום האבן), און ווארפען אייער און שטיינער אויף די פאליציי, און אזוי ארום גורם זיין אז די פאליציי שלאגט זיך צוריק [והא ראיה אז ביי פראטעסטס פון די נישט קנאי'שע קרייזען, לדוגמא גער אין ערד, די פראטעסט וועגען די עמנואל פרשה, די פראטעסט קעגען גיוס, גייען די פראטעסט דורך זייער רואיג, און די פאליציי קאמאנדעוועט נישט, און אזוי אויך די קנאי'שע פראטעסטס גייען שטענדיג אוט אף הענד נאר נאך די רבנים פארלאזען דאס פלאץ, ווייל בשעת די רבנים זענען דארט האלט זיך די עולם אין די ראמען, משא"כ ביי די נישט קנאי'שע פראטעסטס מאכען זיי זיכער צו שטעלען עסקנים וואס זאלען זיכער מאכען אז די עולם גייט נישט ארויס פון די ראמען אויך נאך די רבנים פארלאזען דאס פלאץ], און אזוי ארום גורם זיין אז די מענטשען וואס וואוינען דארט אין געגענט (וואס זענען ברובם נישט קנאים, וכנ"ל ווייל דאס איז נישט אין מאה שערים געגענט) קענען נישט ארויסגיין פון די שטיבער אפאר שעה יעדע פאר נעכט, און צו דען האבען זיי אויך געשריבען אז מען זאל פארברענען טראקטארס אין די ווערט פון מיליאנען שקלים?

ביטע פראביר צו טראכטען אבדזשעקטיוו כאילו אזא פרשה קומט פאר אין בארא פארק, און איך זאג דיר אז כמעט אלע ניקס דאהי וואלטען אזוי מין געשריגען אויף די אומ'אחריות'דיגע בחורים וואס פארוואנדלען א גאנצע געגענט אין א שלאכטפעלד.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 6:22 am

ודפחח

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך מצפים » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 9:08 am

יהלום האט געשריבן:
דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!


פארוואס נעמען זיי זיך ארעסטן סתם אנשי חסד ומנהלי גמחי’’ם.
אדער ארעסטיר די רבנים וואס שיקן פראטעסטן.
אדער די תומכים פין אמעריקא וואס פינאנצירן די הפגנות

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 9:33 am

מצפים האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
דארף מען נעמען דער אלע מענטשען און אריין לייגען און תפיסה איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס מען זאל זיי לאזען אוינדערהיים זיי דארפן אלע זיין און אייזענע גראטעס!


פארוואס נעמען זיי זיך ארעסטן סתם אנשי חסד ומנהלי גמחי’’ם.
אדער ארעסטיר די רבנים וואס שיקן פראטעסטן.
אדער די תומכים פין אמעריקא וואס פינאנצירן די הפגנות

וואס איז דער דין מיט רבנים וואס זענען אויך מנהלי גמחים ברויך מען זיי ארעסטירן אדער נישט?
עס איז מיר וויכטיג צו וויסן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”