בלאט 1 פון 1697

נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:40 pm
דורך פליגל
נעיווי יארד:

די באקאנטע שאטער איבערן לעגענדארן זאלץ בארג איז נישטא מער, און די בארג איז פלאך (אפשר פלאנען זיי שוין נישט מער פאר קיין שניי?).

אויב איינער האט באמערקט די אוקשען אויף די אפגעניצטע שטאטישע אויטאס זענען שוין אויך מער נישטא פאר א שטיק צייט, ווי איך האב געזען אויף זייער סייט האבן זיי דאס געגעבן פאר א פירמע וואס פארפיגט דערויף.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:00 pm
דורך שנאפס
די נעווי יארד גייט יעצט אריבער א גרויסע קאנסטרוקציע, קען זיין די אוקשען איז נישט דא נאר פאר צייטוויליג

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:28 pm
דורך פארדינט
פליגל האט געשריבן:נעיווי יארד:

די באקאנטע שאטער איבערן לעגענדארן זאלץ בארג איז נישטא מער, און די בארג איז פלאך (אפשר פלאנען זיי שוין נישט מער פאר קיין שניי?).

אויב איינער האט באמערקט די אוקשען אויף די אפגעניצטע שטאטישע אויטאס זענען שוין אויך מער נישטא פאר א שטיק צייט, ווי איך האב געזען אויף זייער סייט האבן זיי דאס געגעבן פאר א פירמע וואס פארפיגט דערויף.


סטיינער סטודיא האט איבערגענומען די פלאץ פון די אוקשען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:54 pm
דורך שנאפס
און וויזוי גייט מען אריין גיין צו B&H? סטיינער גייט בויען א ברידזש פאר זיי?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:53 am
דורך dell
שטיינבערגס בעקעריי עפענט א נייע לאקאציע אויף בעדפארד קארנער לינטש דארט ווי ניימאן'ס קרעמעל איז געווען

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 9:15 am
דורך dell
געטי גאז סטאנציע אויף קענט האט באקומען א נייע נאמען סיטגאו

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:26 pm
דורך dell
וויטא לאפאז איז א וויליאמסבורגער? ער איז נארוואס ארויסגעשגצט געווארן פון זיין זיץ. אויפן קאמיטע פארזיצער בענקל. נאכן ווערן באשולדיגט און אומבאטעמטע עסקים

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:55 pm
דורך הלשון
פליגל האט געשריבן:נעיווי יארד:

די באקאנטע שאטער איבערן לעגענדארן זאלץ בארג איז נישטא מער, און די בארג איז פלאך (אפשר פלאנען זיי שוין נישט מער פאר קיין שניי?).

זיי האבן אויפגעבויעט א נייע זאלץ-שאטער, אביסל ארויפציה. דאכצעך מען קען עס זעהן פון די וואסער פראנט ביי סערטיפייד לאמבער און אפשר אויך פון שעיפער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:40 pm
דורך פליגל
א נייע טראפיק לייט ביי פארק און סענפארד/ווארסאף.

אין אנדערע (אלטע) נייעס אז ראפא טייערס (מלפנים גלגל) האט זיך אהינגעצויגן ביים ווינקל פון פארק און סענפארד.
זייער אלטע פלאץ ביי וואלאבאוט און טרופ איז שוין פלאך.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:46 pm
דורך יוראפ
עני טאג (לויטן פלאן די וואך דאנערשטאג) עפנט זיך אי"ה די שפאגל ניי געשעפט "די וויין קעיוו" ביי בעדפארד מוירטל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:55 pm
דורך אוזן שומעת
נייע וויין געשעפט winecave ע"י הרב משה מעיאר נ"י וועט זיין אפען דעם דאנערשטיג בעדפרד מירטל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:59 pm
דורך שנאפס
איך הער אז עס גייט זיך עפענען א נייע וויין געשעפט ביי בעדפארד מירטל, איז דאס אמת? יעצט געהערט פון צוויי אירע..

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:00 pm
דורך יוראפ
שנאפס האט געשריבן:איך הער אז עס גייט זיך עפענען א נייע וויין געשעפט ביי בעדפארד מירטל, איז דאס אמת? יעצט געהערט פון צוויי אירע..

אפשר 2 געשעפטן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:01 pm
דורך שנאפס
ביידע מיט א ענליכן נאמען? דאס וועט זיין גאר אינטערעסאנט, איך הער אז איינס וועט האבן א אידישן נאמען און איינס מיט א גאר ענליכן נאמען אויף ענגליש

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:03 pm
דורך יוראפ
שנאפס האט געשריבן:ביידע מיט א ענליכן נאמען? דאס וועט זיין גאר אינטערעסאנט, איך הער אז איינס וועט האבן א אידישן נאמען און איינס מיט א גאר ענליכן נאמען אויף ענגליש

WOW קוקט אויס היפש אינטערסאנט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:44 pm
דורך dell
אויף לי צווישן וואלעבאוט און פלאשינג עפנט זיך 'פעמאס פיטא'.
איינער ווייסט ווען שטיינבערגס עפנט זייער נייע לאקאל אויף בעדפארד?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:48 am
דורך ליינער
dell האט געשריבן:שטיינבערגס בעקעריי עפענט א נייע לאקאציע אויף בעדפארד קארנער לינטש דארט ווי ניימאן'ס קרעמעל איז געווען


עס האט זיך שוין היינט אינדערפרי געעפענט אין א מזל'דיגע שעה א שיינע סטאר

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:28 am
דורך שנאפס
א נייע פלאץ צו אדווערטייזן: אויף תולדות אהרן שוהל ביי ליע און ווילסאן

די ערשטע אדווערטייזמענט איז פון Qביקעלס

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:04 pm
דורך dell
ביי די געוועזענע איצו'ס האט זיך נארווטס געעפענט א נייע רעסטוראנט מיטן נאמען פניני. מיר וואונטשן אים גרויס הצלחה

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:36 pm
דורך dell
א ספר תורה איז כל נדרי אראפגעפאלן אין א בית המדרש אין וויליאמסבורג

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:18 pm
דורך דארפסמאן
dell האט געשריבן:ביי די געוועזענע איצו'ס האט זיך נארווטס געעפענט א נייע רעסטוראנט מיטן נאמען פניני. מיר וואונטשן אים גרויס הצלחה


איך מיין אז ער איז שוין צוגעשפארט (איך בין דורך געפארען אינמיטן טאג אפאר טעג אין געזען ווי עס איז ציגעשפארט)

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:49 pm
דורך שנאפס
דורך די העלט דעפארטמענט

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:06 pm
דורך משזר
dell האט געשריבן:אויף לי צווישן וואלעבאוט און פלאשינג עפנט זיך 'פעמאס פיטא'.
איינער ווייסט ווען שטיינבערגס עפנט זייער נייע לאקאל אויף בעדפארד?


"אלימפיק פיטא", שוין אפען?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:06 pm
דורך געלעגער
כ'מיין אז ניין

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:05 pm
דורך היימישער איד
אלימפיק ארבעט מען פעסט ס'קוקט אויס נאנטער ווי ווייטער. שטיינבערג (מלפנים ניימאן) איז שוין אפען הערליך איבערגעבויט נישט צום דערקענען בכלל.