נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:בנוגע דעם וויזשניצע ביהמ"ד אין מאנטריאל,

.................

איז דאס וואס שמן למאור שרייבט דא אויבן אז מ'האט פארלוירן, איז דעם געריכט מיט דעם גוי, אבער לפי ידיעתי האט מען דאס אפיעלט און מ'ווארט און מ'האפט אויף רחמי שמים.


איז דא עפעס נייעס און די נושא??
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

גארנישט געהערט דערווייל
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

אין אנדערע נייעס ערווארט מאנטריאל די יערליכע דינער פון מוסדות רב טוב, וואס קומט פאר שטענדיג אין די ימי הספירה, היי יאהר וועט עס געפראוועט ווערן קומענדיגע מאנטאג פרשת אח"ק אין די זאל פון בית אסתר.
צו וואס זאג איך אייך דאס, ווייל היי יאהר גייט זיין די קלימאקס פונעם מעמד דער גאסט רעדנער הגה"צ מניימארק שליט"א, וואס באצויבערט שטענדיג דעם עולם מיט זיין מתיקות הלשון וצחות הדיבור פה מפיק מרגליות ופנינים.
דאס איז א חוץ די יערליכע דרשה פונעם מנהל המוסד ר' משה דוד נידערמאן הי"ו.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

און צו וואס זאגסטו אונז וואס עס גייט זיין די קלימאקס ?

עמער מוזען צירוק קומען צו דעם : צו וואס זאג איך אייך דאס, ווייל איך וויל איר זאלט וויסען !
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:
thruway האט געשריבן:ווי אויך ווי קען מען באקומען א גוטע פרייז צו דינגן א קאר אין מאנטריאל, מיט אונלימיטעטעד מיילידזש,


פארוואס נישט גיין צום איד, הרב ר' דוד גרויז D&G Communications & Car Rental ער פארמאגט קאר'ס און ווען'ס פאר ביליגע פרייזן מיט אנלימיטעד מיילעדזש

די פרעגסט פארוואס נישט גיין צום איד? ווייל ער האט געפרעגט ווי מען קען באקומען א "גוטע פרייז"...
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מאנטריאלע'ר האט געשריבן:
thruway האט געשריבן:ווי אויך ווי קען מען באקומען א גוטע פרייז צו דינגן א קאר אין מאנטריאל, מיט אונלימיטעטעד מיילידזש,


פארוואס נישט גיין צום איד, הרב ר' דוד גרויז D&G Communications & Car Rental ער פארמאגט קאר'ס און ווען'ס פאר ביליגע פרייזן מיט אנלימיטעד מיילעדזש

די פרעגסט פארוואס נישט גיין צום איד? ווייל ער האט געפרעגט ווי מען קען באקומען א "גוטע פרייז"...


ער זאגט דאך אז דער איד האט ביליגע פרייזן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דזשעב 012 האט געשריבן:ער זאגט דאך אז דער איד האט ביליגע פרייזן

ווענד זיך וואס מיינט ביליג, פסח איז געווען א חילוק צווישן דעם גוי און אים פון איבער 100 דולר, דאס מיינט אז ער איז ביליג? קען זיין, פארמיר האט עס נישט אזוי אויסגעקוקט.
---
איך פיל זיך זייער שלעכט דאס צו שרייבן, אבער היות דער דינגער איז אויך א איד, שרייב איך עס. אויב האלט די הנהלה אז מען טאר דאס נישט שרייבן ווייל עס קען שאדן פאר א איד'ס פרנסה (הגם דער דרייווער דא וויל דאך אויך מאכן פרנסה דערפון) זאלן זיי עס ביטע פארמעקן. א דאנק, און זייט מיר מוחל פארן טירחא.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

מחותן האט געשריבן:
מאנטריאלע'ר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ערווארט מאנטריאל די יערליכע דינער פון מוסדות רב טוב, וואס קומט פאר שטענדיג אין די ימי הספירה, היי יאהר וועט עס געפראוועט ווערן קומענדיגע מאנטאג פרשת אח"ק אין די זאל פון בית אסתר.


WOW כ'האב נישט געוויסט אז רב טוב גייט נאך אן,


אוי ווי זיי גייען אן, נעכטן געווען אן עד אין דבר יום ביומו
אטעטשמענטס
New Picture.jpg
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

למעלה משבעים האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:ער זאגט דאך אז דער איד האט ביליגע פרייזן

ווענד זיך וואס מיינט ביליג, פסח איז געווען א חילוק צווישן דעם גוי און אים פון איבער 100 דולר, דאס מיינט אז ער איז ביליג? קען זיין, פארמיר האט עס נישט אזוי אויסגעקוקט.
---
איך פיל זיך זייער שלעכט דאס צו שרייבן, אבער היות דער דינגער איז אויך א איד, שרייב איך עס. אויב האלט די הנהלה אז מען טאר דאס נישט שרייבן ווייל עס קען שאדן פאר א איד'ס פרנסה (הגם דער דרייווער דא וויל דאך אויך מאכן פרנסה דערפון) זאלן זיי עס ביטע פארמעקן. א דאנק, און זייט מיר מוחל פארן טירחא.


למעלה משבעים, איך האב נישט געוואוסט דערפון, איך האב נאך קיינמאהל נישט געדינגן קיין קאר, נישט ביים איד און נישט ביים גוי. נאר געשריבן אינפאו וואס כ'האב געזעהן אדעווערטייזט.

לענינו, למעלה משבעים גיב ארויס די נעמען פון די גוי'אישע קאר רענטל'ס. יישר כחכם.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וועגן פסח איז National געווען ביליגער, אבער באמת יעדע סיזן פון די יאר איז א צווייטער ביליגער, קען טאקע זיין אז טיף אינמיטן זומער ווען אלעס איז טייער איז גרויז ביליגער פון זיי אלע.

די רענטל קאמפאני'ס זענען די זעלבע ווי אין ניו יארק. מיט א גוגל סערטש קומסטו גלייך אן צו זייער סייט.
National
Alamo
Enterprise
Avis
Discount
Budget
ועוד
ביי ענטערפרייס איז דא א גוי וואס מען קען מיט אים האנדלן...
און פארשטייט זיך יעדן טאג קען זיין א צווייטער ביליגער דארף מען יעדע מאל אויסטשעקן אויף דעם איצטיגן מאמענט ווער ס'איז די ביליגסטע, נאך א נקודה, צומאל קען מען באקומען אן-ליין ביליגער, און צומאל איז ביליגער ווען מען ריפט צום לאקעישן.
און די זעלבע זאך קען זיין א ריזיגע חילוק צו מען נעמט א ווען, אדער מען נעמט א קאר, צומאל קען דער וואס גיבט ביליגער פאר א ווען זיין טייערער ביי א קאר, אדער פארקערט.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

גרויסן יישר כח למעלה
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

למעלה משבעים, איך האב געמאכט אביסל ריסערטש, ביי קארס קומט טאקע אויס אנדערע ביליגער, אבער ביי מיני ווען'ס איז גרויז דער ביליגסטער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיינסט אין איצטיגן סעזאן? נו נו, וויסאך נעמט ער פאר א ווען פון מארגן ביז קומענדיגע פרייטאג?
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

די מעשה מיט אים איז אז ער גייט נישט אויף די וואך, ער גייט אויפן טאג, א טאג 55 טאללער, פאר פיהר טאג איז עס 220, ביי נעשינעל איז עס 300 אדער מער
פאר א וואך איז עס ביי גרויז 385 און ביי נעשינאל א פינעווער אדער מער.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ר' איד אנטשולדיגט, איך האב געבעטן מיין חבר וואס ער האט מיר אינפארמירט דערוועגן זאל יעצט טשעקן וויסאך עס קומט אויס ביי די אנדערע קאמפאניס, איז אזוי ביי נעשינאל איז ער א מעמבער און ער קען דיר יעצט מאכן א רעזערוועישן פאר א וואך פאר 395 אן קיין שום קיופאן וכו'. און פאר פיר טאג מיט א קיופאן פאר 244.

ביי אלאמע קענסטו עס יעצט באקומען פאר 345 און ביי ענטערפרייס פאר 377.
דאס אלעס איז אנליין, ער זאגט מיר לכאורה ווען די ריפסט אן ענטערפרייס קענסטו עס באקומען פאר נאך ביליגער.

ער האט נישט געהאט קיין געדולט צו טשעקן די אנדערע.
אז די גלייבסט אים נישט, טשעק עס אליין אויס.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איז בעצם לויט דעם איז יעצט טאקע נישט דא קיין גרויסע חילוק, אבער אויף פסח ווייס איך איז ער געווען טייערער מיט איבער 100 דולר פון נעשינאל, און בעצם דאס האב איך שוין פריער געשריבן אז מען דארף טשעקן יעדע מאל וואס מען וויל דינגען ווער ס'איז ביליגער, איך זאג נישט אז אייביג איז גרויז טייערער, אבער ער איז אויך נישט אייביג דער ביליגסטער.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

למעלה, גערעכט איז גערעכט.
מיין ריסערטש איז נאר געווען מפי השמועה, איך האב נישט געקוקט אויף זייער זייטעל זעלבסט.
יעצט געקוקט אויף נעשינאל'ס זייטל, ביסט הייליג גערעכט.
גיי מיר שוין בוקען א קאר'עלע
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:גיי מיר שוין בוקען א קאר'עלע

איך האף די שרייבסט עס אלץ ווערטל, ווייל למעשה יעצט אויפן מינוט איז ער פונקט אינמיטן טייערער פון איינעם און ביליגער פון צווייטן, אבער נישט אזויפיל טייערער אז מען זאל דארף גיין צום גוי (חוץ אויב די פרייז וואס די שרייבסט אז ער בעט איז נאך פאר טעקס), איך האב נאר אזויפיל געוואלט ארויסברענגן כלפי דעם וואס די האסט געשריבן אז ער איז ביליג, אז דאס איז נישט קיין כלל, נאר דארפסט קוקן יעדע מאל איבעראל וויפיל יעדער בעט, און נאכדעם זען צו דאס וואס ער בעט איז שוין מער פון די סכום וואס די וואלסט איבערגעצאלט כדי צו גיין צו א איד.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אין שטעטל האט געשריבן:וואס גייט שוין ווייטער פאר? הא? כ"ק אדמו"ר מסקווער קומט קיין מונטריאול אין די גאווערמונט
לאט בשום אויפן נישט קיין באגלייטן פארן רב'ן.. . שוין חאב שוין געמיינט עפעס ערגערס האט פאסירט, אבער פארוואס? וועמען שטערט א באגלייטן?
יהדות החרדית אין מונטריאול לייד שוין שרעקליכע רדיפות שוין די לעצטע 14 יאר, אויב נישט לענגער, הן בנושא לערנען זייערע שפראכן אין הן ווי לאנג מ'דארף לערנען, וכהנה וכהנה אבער די טאג טעגליכע לעבן גייט ב"ה אריבער רואיג,
אבער בכל דור ודור עומדים עלינו איז אויף געשטאנן א מרשעת מיטן נאמן פארז'עט ימ ש וואס זירע ציל איז איין זאך, אנזייען ווי מער צרות פאר חרדישע אידענטען, ווי זי קען נאר אריינלייגן א האנט איז זי דא, צו זאל זיין שריפת חמץ, צו זאל זיין ל"ג בעומר, צו זאל זיין צומאכן מונקאטשער בית המדרש, אין מיין נישט אז זי איז סתם א ציווילע פרוי, ניין זי איז אין די סיטי קאנסעל, אין א יעדע חודש נעמען זיך צוזאם כל מיני מענטשען אין די סיטי האל יעדער אויף זייערע צוועקן אין מ'שמוסט עס אדורך, אבער זי איז פארנומען חודש בחודשו צאם צוברענגן שונאי ישראלים אין זיי האקן אויף יודן פעך אין שוועבל.
עכ"פ וועט איר מיך אודאי פרעגן, פיינע נייעס אבער וואס איז יעצט געשעהן?
היי יאר פורים צופרי איז פארגעקומן עפעס וואס איז נאכנישט געשעהן אין מונטריאול קיינמאל בופאר, אויף די געסער ווי די היימישע יידען זענען באזעצט,פארשטייטציך אזווי אין יעדער פלאץ איז פורים צופרי אן איבערקערעניש, בחורים גייען אויף גראפס, מ'דיליווערט משלוח מנות, איז די מרשעת פין ערגעץ ווי ארויסגעוואקסן אין זיך גענומען חאפן בילדער רעכטס אין לינקס פין די אידישע "קריים", אזוי ווייט אז א אינגערמאן איז דורך געפארן מיט זיין קאר האט זי אריין געשטעקט איר קעמערע אין די אינגערמאן'ס קאר, פאר די אינגערמאן איז די בלוט ארויף, אזא חוצפה, איז ער ארויס פין קאר אין אנגעהויבן צו שרייען גיי דיר אוועק פין דאנעט, בקוצר ס'איז צאם געלאפן אן עולם ביז אפאר מינוט, די פאליציי איז אנגעקומען מ'האט איר אוועק געפירט פין דארט.
דא האבן זיך די צייטונגען אויף געוועקט, אזא זאך באשרייען א פרוי אינמיטן גאס, די אידען נעמען איבער אינזער שטאט, די קאמוטארן פין די בלאג'ס זענען געווען קאפי פעסט פין היטלער'ס ביכל, מ'האט אינז באוושען איבעראל ווי זיי האבן נאר דעגרייכט.
איז יעצט ווען סקווערע רבי קומט אין מ'האט געוואלט א פערמיט פאר א באגלייטן האט מען געזאגט בלא, נישט דא פין וואס צורעדן.
די היימישע יידען האבן זיך געחאפט וואס וועט מען האבן פין שווייגן, אינז דערלייגן פין דעם, האבן זיך צוזאם גענומען אפאר אינגערלייט אין גענפנט א בלאג מזביר זיין א ביסל די אנדערע זייט פין די מטבע.
מ'קען אריינשיקן הערות אין געדאנקן אויף http://www.outremonthassid.com
מ'דארף געדענקן אז מאנטריאל איז נישט קרית יואל, מ'לעבט דא מיט גוים טיר ביי טיר, די וועג פין אויפטוען איז נאר בדרכי נועם.

איך קען נישט צופיל שרייבען מפני תקנות המקום אבער אז דו ביסט אין מאנטריאל פרעג דיך אביסעל נאך (נישט ביי א סקעווערער חסיד) וויאזוי די גאנצע מעשה מיט די מרשעת האט זיך אנגעהויבען און ווער עס האט איר בכלל געברענגט צו די היימישע געגנט , די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלען הערענדיג ווי נידריג היימישע יודען קענען זינקען.
ברמז מעג איך זאגען What goes around comes around.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

ווי זאגט דער פסוק, בור כרה ויחפרהו......... די מעשה איז נאר מ'האט זיך באגראבן צוזאמען מיט נאך אומשילדיגע ליידער.........
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

יהדות החרדית אין מאנטריאל גרייט זיך צו א ריזן שבת בזמן שהצדיק בעיר כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
היינט נאכט וועט פארקומען דעם קבלת פנים בבית ר' מרדכי קאהן
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:ווי זאגט דער פסוק, בור כרה ויחפרהו......... די מעשה איז נאר מ'האט זיך באגראבן צוזאמען מיט נאך אומשילדיגע ליידער.........

יא יא ליידער ליידער, נאר געב אכטונג וואס דו שרייבסט, עפעס א שוואנץ האט מיר שוין באזידעלט אין אישי פארען אנרירען (זייער ברמיזה) די מעשה וואס איז באקאנט פאר איעדער חדר יונגעל אין מאנטריאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ערווארט מאנטריאל די יערליכע דינער פון מוסדות רב טוב, וואס קומט פאר שטענדיג אין די ימי הספירה, היי יאהר וועט עס געפראוועט ווערן קומענדיגע מאנטאג פרשת אח"ק אין די זאל פון בית אסתר.
צו וואס זאג איך אייך דאס, ווייל היי יאהר גייט זיין די קלימאקס פונעם מעמד דער גאסט רעדנער הגה"צ מניימארק שליט"א, וואס באצויבערט שטענדיג דעם עולם מיט זיין מתיקות הלשון וצחות הדיבור פה מפיק מרגליות ופנינים.
דאס איז א חוץ די יערליכע דרשה פונעם מנהל המוסד ר' משה דוד נידערמאן הי"ו.

נו, א באריכט?
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

שוין זונטאג נאכט זענען שוין די געטרייע עסקנים געווען אין מאנטריאל, און אנגעווארעמעט דעם עולם צו קומען צום דינער.

מאנטאג נאכט אום 10 אזייגער (ס'געווען גערופן אויף 8:30, סוי נישט פאר 9:30, און א האלבע שעה מעג איך דאך קומען שפעט) האמיר אריינשפאצירט צום דינער אין זאל פון בית אסתר, געווען אפאר שיינע דרשות, א היפשער עולם, כמעט אלע רבנים פון שטאט, וכו' וכו'.

און ווי געראכטן איז טאקע געווען די קלימאקס פון די מסיבה די דרשה פונעם ניימארקער רב שליט"א, איך זאג ענק, זיין דרשה האט מיר געמאכט געבן די נתינה וואס כ'האב געגעבן, איך האב געקלערט אז איך האב הנאה געהאט פון די דרשה דארף איך כאטשיג באצאלן פאר דעם.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

א גוטן מאנטריאלע אידן (מסתמא אין דעים אשכול געפינען זיך נאר מאנטריאלע אידן, ווער דען איז אינטערסירט אין מאנטריאלע נייעס)!

איך ברויך וויכטיג האבן א מאפע פון מאנטריאל פון אוטרעמאנט די היימישע געגענט, די מאפע פון גוגל מעפס איז נישט אזוי גוט ווייל איך וויל צולייגן ווערטער און זאכן און אנצייכענען, אויב איינער האט עפעס א גוטע מאפע זאל ער עס ביטע אהער שענקן

מיט דאנק פון פאראויס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”