פאר די אלע וואס האבן Fizz סערוויס,
ווי באקאנט איז fizz די ערשטע צו ארויסקןמען אפיציעל אלץ בלויז דיזשיטעל, דאס הייסט אז זיי האבן נישט די אפציע צו רעדן צו קאסטומער סערוויס,
איך פארשטיי נאר נישט אז אויב זיי פארשטייען די נחיצות צו רעדן ווייל איך זעה דאך אז זיי שטעלן צו אזא סערוויס פאר די קאסטומערס פערזענליכע געברויך, פארוואס פארשטייען זיי נישט אז די זעלבע קאסטומערס האבן אויך א נחיצות צו רעדן צו זיי אין א צייט פון נויט??
אויף זייער זייטל האבן זיי א קנעפל קאנטעקט אס, כאילו מען קען זיי קאנטעקטן,
ווען מ׳קליקט דאס קומט ארויף פארשידענע באטענס וואס טעכנישט איז דאס נישט קיין באטענס, עס זעהט נאר אויס,
למעשה האב איך בסייעתא דשמיא אויסגעפונען ווי אזוי מען זיי ריטשן
דאס איז דורכן טשעטן מיט זיי,
אויב איר וועט זיכן אויף זייער זייטל ווי מ׳קען טשעטן מיט זיי וועט איר דאס נישט טרעפן,
אלזא דא ברענג איך אייך כשלחן הערוך די גאנצע פראצעדור ווי אזוי צו טשעטן מיט זיי
צום ערשט קליקט דעם פאלגענדעם לינק
https://fizz.ca/en/faq/partner-networksדי פאלגענדע בילד סקרין וועט זיך באווייזן, קליקט אויף די קוועסשן מארק אזוי ווי די פייל אויפן בילד ווייזט
- CD56474F-7ABB-4A43-9534-9BFCE8EB560C.jpeg (164.73 KiB) געזען 1015 מאל
נאך וואס איר קליקט וועט ארויפקומען די פאלגענדע
- 96D82613-5600-4BBE-A1A6-B458C181A7AA.jpeg (409.99 KiB) געזען 1015 מאל
קליקט אויף די ״טשעט״ אפציע
די סיסטעם וועט בעטן איר זאלט אריינלאגן,
ווען איר זענט שוין אריינגעלאגט וועט איר זיך צוריק טרעפן אויף די הויפט בלאט פון פיזז,
קליקט נאכאמאל דעם ערשטן לינק
https://fizz.ca/en/faq/partner-networksקליקט נאכאמאל אויף די קוועסשן מארק, דערנאך אויף די ״טשעט״ אפציע
און דאס וועט זיך באווייזן
- D4F39A62-2219-49B2-9474-D0A14CC10A36.jpeg (411.95 KiB) געזען 1015 מאל
ברכה והצלחה