נארמאליזעם האט געשריבן:למעשה איז קאנאדא די בעסטע לאנד צו וואוינען לגבי אויפציען די קינדער
נישטא קיין גאונס
כמעט נישט קיין פארברעכנעס
רואיגערע מענטשן בכלל
By now קענען שוין אלע מאנטריאלע און טאהשע יעדע געזעץ אין קוויבעק וואס מיינט אז מקען ווערן לויערס (ווי איז ענדרו יענג)
קינדער געלט וואס גייט אריין אין באנק אקאונט
רוב עולם האט דא א פארזיכערטע פלאן וויאזוי חתונה צו מאכן
פלאס פלאס
רואיגערע מענטשן ? וועמען מיינסטע אידן ? טערסאנט, דא א ארגיניזאציע דאכצעך עס הייסט אור לנפש וואס העלפט צאלן מענטל טעראפי, ער זאגט אז דער עולם מער ווייניגער איז ערנסט באסטרעסט דאהי, כרעד נישט די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה, כאפ א שמועס מיט אים.
יעצט ביי קאראנע זעמער געוואר געווארן אז עס איז נישט דא קיין רעליגיע רעכטן בכלל, די גאווערנמענט איז בעל הבית אויף די מענשהייט, ווי אויך קען מען נישט אנהאלטן א רעגערונג פאסטן מיט א קאפ צודעק, כמיין אז עס איז דורך אין קאורט.
15 פראצענט טעקס אויף יעדע אייטעם, ווי אויך ביים קויפן א נייע הויז, דאס איז א קיימא לן פון 50- 70 k אין עוורעדזש.
אוי, כהאב יעצט גענדיגט מיט די קראנקע האום סקולינג, פאר עטליכע קינדער מאכן די פארטפאליאוס, ווער האט געדולד דערצו.
ועוד.