אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל
אפגאניסטאן און די אמעריקאנער-געפירטע אינוואזיע דארטן איז די לעצטע פאר וואכן שטארק אויף די העדליינס, און דער מצב דערווייל ווערט נאר ערגער און שווערער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.
מיט עטליכע טעג צוריק האט אפגאניסטאן פרעזידענט האמיד קארזאי זיך אויסגעדריקט גאר נעגאטיוו קעגן אמעריקע, זאגנדיג אז די אמעריקאנער מישן זיך צופיל אריין אין זייערע פריוואטע אנגעלעגנהייטן, און ער האט אפילו געסטראשעט אז אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן, וועט ער זיך אנשליסן מיט די טאליבאן!
עס איז קלאר פארשטענדליך פארוואס ער איז אזוי פרוסטורירט. די וואלן דארטן זענען געווען שטארק געפעלשט דורך זיינע אונטערטאנען, און דורך פארשידענע מיטלען פון קארופציע האבן זיי פרובירט אנצוהאלטן די קאנטראל פון די דארטיגע פארלאמענט. קארזאי'ס ברודער, וועלכער איז א ריזן דראג האנדלער, פארדרייט אויך א קאפ פאר קארזאי'ן און ער פרובירט אים צו באאיינפלוסן פאר זיינע פריוואטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן.
די קאמענטארן פון קארזאי, אז ער וועט זיך אנשליסן מיט די טאליבאן, האט אויפגעשטורעמט וואשינגטאן און די אבאמא אדמיניסטראציע האט געארבעט מיט אלע כוחות צו פארטיידיגן קארזאי, וויסנדיג אז אויב וועט קארזאי ווייטער הערן פון די אמעריקאנער אין די מידיא ווי מען רייסט אים אראפ, וועט ער ווערן מער און מער אויפגערעגט.
אין איין פאל האט אפילו א איינגעשטעלטער אין די סטעיט דעפארטמענט פארלוירן זיין שטעלע פארן זאגן אין א אינטערוויו אז האמיד קארזאי ליידט אויף די נערוון און נעמט טאבלעטן צו בארואיגן זיינע אויסברוכן.
*
היינט מאנטאג מיטאג האבן עטליכע נאטא זעלנער געשאסן אויף א אויטא באס אויף וועלכע עס זענען געפארן ציווילע בירגער, אומברענגענדיג 4 און פארוואונדענדיג 18.
דאס האט געברענגט שטורמישע פראטעסטן אין די גאסן, מיט געשרייען "טויט צו אמעריקע".
אנאליסטן זאגן אז דער מצב אצינד איז זייער שמאל און אמעריקע האלט ביים פארלירן יעדעס ביסל צוטרוי פון די אפגאנער בירגער, וואס דאס איז די הויפט נייע סטראטעגיע פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אריבערצוגעווינען די אפגאנער בירגער.
ביי די נארוואס-פארענדיגטע אפענסיווע אין מארזשא, וואו עס איז געלונגען פאר די מיליטער ארויסצואווארפן די טאליבאן, האט די מיליטער געניצט גרינע דאלארן אונטערצוקויפן די אפגאנער בירגער, אז זיי זאלן ארויסגעבן אינפארמאציע איבער טאליבאנער. די פראגע איז צי נאך די שארפע אנטי-אמעריקאנער אויסדרוקן פון קארזאי און נאך די היינטיגע פאטאליטעטן וואס 4 ציווילע אפגאנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די מיליטער, וועט נאך קעש ווערד זיין פאר די אפגאנער בירגער.
(אגב: פארשידענע באריכטן זאגן יעצט אז טייל פון די טאליבאנער זענען צוריקגעקומען קיין מארזשא און נאכגעגאנגען די נעמען פון די מארזשא איינוואוינער וועלכע האבן באקומען קעש פון די אמעריקאנער מיליטער און זיי האבן זיי צוגענומען דאס געלט און געסטראשעט מיטן לעבן אדער אין געוויסע פעלער צוגעגעבן מער געלט ווי די אמעריקאנער, אז די איינוואוינער זאלן האלטן זייער מויל און גארנישט דערציילן פאר די אמעריקאנער.)

א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
היינט מיטוואך וועט אפגאניסטאנער פרעזידענט האמיד קארזאי זיך טרעפן מיט פרעזידענט אבאמא אינעם ווייסן הויז, נאכדעם וואס קארזאי איז נעכטן געזיצן אין אינטענסיווע מיטונגען און געשפרעכן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן, אין א פארזוך צו פאררעכטן די באציאונגען צווישן די צוויי רעגירונגען, און באקומען א פארזיכערונג פון קארזאי אז ער וועט באקעמפן קארופציע אינערהאלב די אפגאנער רעגירונג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
קערוויל, טעקסאס - דער טויזענטסטער אמעריקאנער זעלנער געהארגעט צו ווערן אין אפגאניסטאן, האט שוין אמאל געליטן פון א באהאלטענע באמבע. דרייווענדיג זיין האמווי, אריבער א באמבע אין איראק אין 2007, דער אויפרייס האט אריינגעשמעטערט די דעשבאורד-רעדיא אין זיין געזיכט, און צובראכן זיין פוס אויף צוויי ערטער.
מארין קארפארעל דזשעיקאב סי. לייכט האט נישט איבערגעלעבט זיין צווייטע באגעגענישט מיט א באמבע די וואך. די טויט פון די 24 יעריגער טעקסאס געבוירענער-אויף-יולי-4, צייכנט אפ א טונקעלע עררייכונג און די אפגאנער קריג.
לייכט, וואס האט זיך געמוטשעט צוויי יאר זיך צו ערהוילן פון די איראקער באמבע, איז געהארגעט געווארן דאנערשטאג, ווען ער האט ארויפגעטרויטן אויף א לאנד מינע אין העלמאנט פראווינץ, וואס האט אראפגעפליקט זיין רעכטע ארעם, ווערענדיג די טויזענטסטער זעלנער געהארגעט צו ווערן אין אפגאניסטאן.

אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
היינט וועט זיך די אפגאנער פרעזידענט האמיד קארזאי אראפזעצן מיט זיין רעגירונגס מיטגלידער און פרובירן אויסצוהאמערן א וועג וויאזוי צו אויסשטרעקן א האנט פאר שלום מיט די רעבעלן וועלכע געבן נישט אויף און טעראריזירן די אפגאנער בירגער מיט פרישע אטאקעס יעדן טאג.
אינדערפרי, איידער די מיטונג האט זיך געדארפט אנהייבן, האבן עטליכע רעבעלן געשאסן ראקעטן נאנט צו די געביידע וואו די געשפרעכן וועלן פארקומען.
אינדערפרי, איידער די מיטונג האט זיך געדארפט אנהייבן, האבן עטליכע רעבעלן געשאסן ראקעטן נאנט צו די געביידע וואו די געשפרעכן וועלן פארקומען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
די אקציע אין קאנדאהאר האט זיך שוין אנגעהויבן און די אמעריקאנער ארמיי האט צוטון מיט טאליבאנער קעמפער וועלכע זענען היפש באוואפנט און קעמפן גאר אגרעסיוו.
אט זענען צוויי קליפס פון די פראנטן. אינטערעסאנט און שאקירנד.
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37696022
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37673562
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37662751
אט זענען צוויי קליפס פון די פראנטן. אינטערעסאנט און שאקירנד.
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37696022
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37673562
http://www.msnbc.msn.com/id/3032619/ns/ ... /#37662751
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
-
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
- לאקאציע: אינעם גרויסן עפל
נאטורליך האט געשריבן:נאכן אוועקגעבן דאס בליט פון כמעט 1500 אמעריקאנער זעלנער, מיט ביליאנען דאללארן און נאכדעם וואס די אפגאניסטאנע משוגעים רופען אונז אן "אוקיאפייערס" גייען מיר ארויס נעמען די נישטיגע 10 טויזענט סאלדאטען. what a joke
דו ביסט געווען קעגן די איראקער מלחמה אויך?
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
-
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
- לאקאציע: אינעם גרויסן עפל
EXPLOSIONS ROCK KABUL HOTEL
http://www.msnbc.msn.com/id/43566624/ns ... tral_asia/
http://www.msnbc.msn.com/id/43566624/ns ... tral_asia/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער
קרעמער האט געשריבן:א האלבער-ברודער פון אפגאניסטאן'ס פרעזידענט כאמיד קארזיי איז קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן אין קאנדאהאר דורך זיין אייגענע לייב-וועכטער
מיט אזעלכע וועכטער ווער דארף נאך שונאים?
דער האלבער ברודער האט געפירט גאנץ קאנדאהאר ביי די נאז. סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש. ער איז געוועהן אויף די סי-איי-עי'ס פיעראל.
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
A senior official of President Barack Obama's administration said the helicopter was apparently shot down, Associated Press news agency reports.
An official with the Nato-led coalition in Afghanistan told the New York Times the helicopter was hit by a rocket-propelled grenade.
אסאסיעטעד פרעס נייעס אגענטור: א הויכער באאמטער אין פרעזידענט באראק אבאמא'ס אדמיניסטראציע, גיט אן: די העליקאפטער איז ווי עס שיינט, אראפגעשאסן געווארן!
א באאמטער אין די נאטא אנגעפירטע קאאליציע, אין אפגאניסטאן האט געזאגט פאר ניו יארק טיימס, די העליקאפטער, האט געקראכט דורך א מאטאר געטריבענע ראקעט (גראנאט)?!

כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
-
- שר האלף
- תגובות: 1250
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
- לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס
- סמארט
- שר חמש מאות
- תגובות: 590
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
- לאקאציע: נו.... גילוי!!
פאקס ניוס באריכט אויכעט אז ס'איז אראפגעשאסן געווארען דורך די טאליבאנע, ליתר פרטים
אינטערסאנט טאקע פארוואס די העדליינ'ס זענען "קרעש"

It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.