אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

קאבול – די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט אינוועסטירן פרישע הונדערט מיליאן דאלער צו העלפן אפגאנער פּליטים און אימיגראנטן. די פרישע געלטער קומט אין א צייט וואס מען הערט פון אפגאנער בירגער וועלכע האבן זיך ווידעראמאל אנגעהויבן אויפהייבן פון זייערע וואוינערטער און אפּטראגן, צוליב וואס די טאליבאן זענען אריינגעקומען און פארכאפּט קאנטראל פון זייערע געגנטער, און דער צושטאנד איז ענג.

DYD
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זעה איך היינט אזא מאפע ווי דער מצב האט זיך שוין יעצט דערקייקלט ווען אמעריקע איז נאך עמטליך דארט. (שטימט היפש מיט וואס הרב @היכי תמצא ברענגט א יש אומרים אז אמעריקע איז שוין לאנג אינדרויסן, און אױגוסט 31 איז נאר צו צומישן דעם שטן.)

IMG_20210802_111721.jpg
IMG_20210802_111721.jpg (441.97 KiB) געזען 767 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זייער אינטערעסאנט, ש'כח פאר'ן ברענגען. (אויך פאר די הרב טיטל...)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א מאסיווע אויפרייס איז געהערט געווארן אין קאבול.

לויט באריכטן איז די הויז פון די ארטיגע דעפענס מיניסטער אינטער אטאקע.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א מאסיווע אויפרייס איז געהערט געווארן אין קאבול.

לויט באריכטן איז די הויז פון די ארטיגע דעפענס מיניסטער אינטער אטאקע.

איז אמעריקע טאקע גרייט אז גאנץ אפגאניסטאן זאל איבער גענומען ווערן פון די טאליבאנער?

אויב יא, מיינט עס אז איר שכן פאקיסטאן איז נעקסט, און פאקיסטאן האט נוקליארע וואפן. און די טאליבאנער זענען נישט די איראנער וואס כאטש ביידע זענען פאנאטיש, איז איראן נישט סואיסיידל.

אמעריקע איז דא באגאנגען א גרויסע טעות, א "פאטאלישע" טעות, און דערפאר האט דער אמעריקאנער פיר שטערן הויפט גענעראל דארט רעזיגנירט.

אמעריקע איז אמאל געווען דער שלאפעדיגע בער וואס מען טאר נישט צופיל אויף רעגן ווייל ער קען זיך אויף וועקן, היינט האב איך מורא איז עס א טויטע בער, דער וועלט וואס געדענקט נאך די אלטע צייטן האט נאך מורא אז ער שלאפט טאקע און וועט זיך אמאל אויף וועקן, ווען מען קען שוין היינט שטעלן א ליכטל און זאגען קדיש.

ווי איז דזאן באלטאן ווען מען דארף אים, פארוואס מאכט ער נישט א געוואלד? עס הערשט א שטילקייט וואס דינערט און קען טויב מאכן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קודם כל, דער גענעראל האט רעזיגנירט ווייל מ'האט איהם "געהייסן", ביידען האט איהם געטוישט מיט א צווייטן.

אויך, האט די טאליבאן גארנישט מיט די פאקיסטאנער. די פאקיסטאנער האבן איינע פון די בעסטע אינערליכע שפיאנאזש אגענטורן. ס'געשעהט א פאר מאל אז זיי זענען חושד איינעם מיט'ן פרובירן אנצודרייען אנטקעגן די רעגירונג, און זיי האנדלען בתוקף יד. די פאקיסטאנער ווייסן פונקטליך וואו א יעדער אל קאידא'ניק געפינט זיך ביי זיי אין לאנד, און זיי לאזן זיי אפערירן אין געוויסע ערטער וואס איז נישט אזוי באוואוינט מיט זייער אייגענע.

עס האט איינמאל פאסירט אז א געוויסע יוניט פון אל קאידא האט געטשעפעט די איינוואוינער פון א קליין שטעטל אין די ווייניג באוואוינטע ערטער. די פאקיסטאנער קרעפטן זענען אריינגעקומען און אויסגע'שחט'ן די דאזיגע אל קאידא יוניט און נאך א פאר ארומיגע טרעינירונג קעמפס, און עס פארברענט. בקיצור, מ'קען אין פאקיסטאן נישט טון וואס מ'וויל.

אויכעט, ווען אמעריקע לייגט צומאל דרוק אויף פאקיסטאן גייען זיי אריין אין די אומבאוואוינטע ראיאן (געוויסע רופן דאס אומאפיציעל 'וואזיריסטאן'), און זיי שחט'ן אויס א צוויי דריי יוניטס. ווען אמעריקע הרג'ט כסדר דארטן טעראריסטן מיט די דראון באמבעס, האלט זיך פאקיסטאן שטיל. ווען זיי באקלאגן זיך יא, איז דאס נאר א חיצונית'דיגע זאך. שטילערהייט האבן זיי א פיינע קשר מיט די אמעריקאנער און איינער העלפט די צווייטע.

פארקערט, פאקיסטאן וועט האלטן סדר. אויב זיי זעהן אז אפגאניסטאן ווערט אביסל צולאזט, און זיי טראכטן אז עס אפילו א קליינע סכנה פאר זיי, וועלן זיי אריינגיין שחט'ן אביסעלע. די פאקיסטאנער מיליטער איז גאר שטארק, אמעריקע פארקויפט זיי וואפן און אנדערע מיליטערישע געצייג, און זיי נוצן נישט זיידענע הענטשיך. אויב זיי אטאקירן, האבן זיי קיין פראבלעם מיט שחט'ן ציווילע. די טאליבאן ווייסט דאס און זיי זענען נישט קיין נאראנים.

לדעתי, האט אמעריקע אונטערן טיש אפמאכען מיט פאקיסטאן צו האלטן אביסל סדר אויפ'ן ראיאן.

דאס איז מיין מיינונג.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויב האט פאקיסטאן נוקלער, פרובירן זאלן זיך די טאליבאן זיך אנצוהויבן מיט זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א מאסיווע אויפרייס איז געהערט געווארן אין קאבול.

לויט באריכטן איז די הויז פון די ארטיגע דעפענס מיניסטער אינטער אטאקע.

זעקס זענען אומגעקומען, אריינגערעכענט דריי אטאקירער.

אויסער דעם, זענען נאך זיבן פארוואונדעט געווארן.

די אטאקע איז פארגעקומען אין די א.ג. 'גרינע זאנע' אין שטאט, וואס דארף צו זיין גאר שטארק באפעסטיגט קעגן דרויסענדע אריינדרינגער.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מען רעדט נישט אז די טאליבאנער זאלן איבער נעמען פאקיסטאן, נאר אז פאקיסטאן וועט צוליב די טאליבאנער זאגן ישקני צו אמעריקע. און דאס קען זיין פאטאליש צו אמעריקע ווען זיי גרייטן זיך צום נעקסטן 911 הש"י.

מען האט שוין פארגעסן ווי דער גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן. ראמספעלד איז טאקע טויט, אבער ווי זענען די וואס האבן אלעס מיט געהאלטן? מער ווי א פאר אינטערגעברומטע ווערטער האט פרעזידענט בוש נישט געזאגט, און מיט דעם יוצא געווען און זיך צוריק געלייגט שלאפן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א שיסעריי אטאקע אויף די הויז פון די אפגאנער דעפענץ מיניסטער אין די הויפטשטאט קאבול האט אומגעברענגט 4 ציווילע און 11 פארוואונדערט.

די מיניסטער איז נישט געווען אינדערהיים בשעת די שיסעריי.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווערט באריכטעט איבער א פרישע אויפרייס ביי די הויפטקווארטיר פון די 'נאציאנאלע זיכערהייט דירעקטאראט'.

באריכטן גיבן אן איבער דריי פארוואונדעטע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די טאליבאן האט איינגענומען עטליכע וויכטיגע רעגירונג'ס געביידע'ס אין די צפון-מזרח אפגאהנער שטאט - קאנדאז.

דאס איז די לעצטע אין א רייע וויכטיגע רעגירונג'ס שטעט, נאכפאלגענדיג די שטאט זאראנזש אין די דרום נימראז פראווינץ וועלכע איז איינגענומען געווארן פארלאפענעם פרייטאג.

ווידעאו רעקארדירונגען צייגן ווי מאסן רעגירונג'ס באאמטע האבן געדארפט זיכן שיץ אנטלויפענדיג פון די טאליבאנער קעמפער.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א בליק איבער די מצב

_119832398_afghanistan_control_map_8_aug_x2_640-nc.png
_119832398_afghanistan_control_map_8_aug_x2_640-nc.png (357.01 KiB) געזען 302 מאל
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זע איך נישט קיין אשכול איבער דעם.

די טאליבאן נעמט איבער דארט גאנצעטע שטיקער לאנד און שח'ט אויס איינוואוינער ככל העולה על רוחם. ווי עס שיינט וועמיר בקרוב זען די טאליבאן איבערנעמען די פולע שליטה דארט. און מי יודע וואס מען וועט נאך אלס הערן פון דארט.
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

חדשות האט געשריבן:זע איך נישט קיין אשכול איבער דעם.

די טאליבאן נעמט איבער דארט גאנצעטע שטיקער לאנד און שח'ט אויס איינוואוינער ככל העולה על רוחם. ווי עס שיינט וועמיר בקרוב זען די טאליבאן איבערנעמען די פולע שליטה דארט. און מי יודע וואס מען וועט נאך אלס הערן פון דארט.

ששש… זיידי ביידן שלאפט שוין!!! קאל אים צוריק מארגן צופרי
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שחט אויס איינוואוינער?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווער איז מפקיר די דארטיגע איינוואוינער פאר די טאליבאנער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:שחט אויס איינוואוינער?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

זילבערווערק האט געשריבן:לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווער איז מפקיר די דארטיגע איינוואוינער פאר די טאליבאנער?

ווער האט לכתחילה אריין געשיקט די חורא ? און פארוואס ???
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך קוק און לייען די זעלבע זאך, און איך קען נישט באשליסן די ריכטיגע אפציע.
דהיינו, ווען איך וואלט געווען פרעזידענט (...) וואלט איך זיי דארט געלאזט אדער זיי ארויסגענומען, ווי זיידי ביידן האט געטון און פעטער טראמפ האט אויך געוואלט טון.
מצד אחד, איככה אוכל לראות כבלע את הפיפל, ווי מש'שחט אויס א לאנד פון אומשולדיגע בירגער דורך אכזריות'דיגע טעראריסטן,
ומצד שני פארוואס דארף אמעריקע ווידער זיין די וועלטס פאליציי און פארשווענדן מיליאנען און ביליאנען דאלארן און צומאל פארלירן סאלדאטן צום טויט פאר יענעמ'ס וואוילזיין פון אנדערן עק וועלט אן האבן קיין שום טובת הנאה?
איי איך וואלט געוואלט ביי די וועלט מלחמה אז אמעריקע זאל אריינקומען און באמבאדירן די שינעס צו אוישוויץ און מאכן א תל עולם פון די דייטשע נאציס ימש"ו כאטש אמעריקע פארדינט גארנישט דערפון, נאר כדי צו ראטעווען אומשולידגע בירגער פון מיתות משונות, אויב אזוי, פרעגט דער קאסונער, מאי שנא??
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די טאליבאן פירט דורך שחיטות אויף צווילע בירגער? פון וואו קומט די אינפארמאציע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

זיי זענען געווען בעה"ב דארט איידער אמעריקע איז אריין. רוסלאנד האט שוין פרובירט זיי ארויסווארפן יארן פריער, און נישט מצליח געווען. יעצט איז געקומען די רייע אויף אמעריקע צו אנערקענען אז סאיז נישטא וואס צו טוהן דארטן.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער עולם טענה'ט זיך באמת לשמה. @פעיק פרעגט שוין עטליכע מאל די פראגע: ווער זאגט אז מ'הרג'עט אויס אומשולדיגע בירגער? מלחמות פאר מאכט זענען דא איבעראל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כ'לאך האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:זע איך נישט קיין אשכול איבער דעם.

די טאליבאן נעמט איבער דארט גאנצעטע שטיקער לאנד און שח'ט אויס איינוואוינער ככל העולה על רוחם. ווי עס שיינט וועמיר בקרוב זען די טאליבאן איבערנעמען די פולע שליטה דארט. און מי יודע וואס מען וועט נאך אלס הערן פון דארט.

ששש… זיידי ביידן שלאפט שוין!!! קאל אים צוריק מארגן צופרי

ירום הודו ווייסט וואס גייט פאר, דאונט ווארי איבער דעם.

אבער ער האלט נישט ביים בלייבן פאר אייביג. נעמט ער ארויס די טרופן אין איינקלאנג מיט דעם דיל וואס אמעריקע האט געמאכט מיט די טאליבאן נאך אונטער טראמפ.

---------

זעה איך לעצטנס א גרויסער ביידעניסט גראדע אנווייזן אז שוין איבער א יאר האט אמעריקע נישט פארלוירן דארט קיין סאלדאטן.

ווייסט פארוואס? ווייל מיר האבן - ער שרייבט נישט ארויס אז טראמפ איז דער וואס האט... - געמאכט א דיעל מיט די טאליבאן אז מען גייט אפציען פון שטח, און לכבוד דעם, האלט זיך דער טאליבאן צוריק פון אטאקירן.

דארט בלייבן מיינט, חוץ די געלט קאסטן, און דאס אפמוטשען די טרופן, מיט די פי טי עס די, אז יעדע פאר טעג אדער וואכן, וועט ווערן אומגעברענגט אן אמעריקאנער סאלדאט.

אמעריקע האט געטון וואס מען האט געקענט, אויפגעשטעלט א שיין אהערגעשטעלטן מיליטער פאר די אפגאניסטאנער רעגירונג, מיט אן עירפארס אין די זייט אויך א גוטע, אז זיי קענען נישט אנהאלטן די שטחים קעגן די טאליבאן אליינס, דער איז נאטינג ווי קען דו אבאוט חוץ בלייבן אויף אייביג...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חורבן אפגאניסטן דורך די טאליבאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:די טאליבאן פירט דורך שחיטות אויף צווילע בירגער? פון וואו קומט די אינפארמאציע?

איך מיין אז דו ביזט גערעכט.

פארט איז גאר שטארק מסתבר אז איינמאל זיי וועלן האבן קאנטראל, וועט מען איינפירן - אדער פרובירן און זיך הרג'ענען אויף דעם מיט דעם עולם - די גאנצע שאריא מיט'ן גאר עקסטרעמען פירוש..

איך קען באשטיין אז דאס זאל נישט געשען, שטייצעך, סיי ווייל דאס איז דאך נישט גוט, און סיי ווייל דאס וועט ליגן אויף ירום הודו'ס קאפ אויף אייביג.


א פלאפ פאר אמעריקע איז עס שוין...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”