רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרישוואסער »

איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"

די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען

אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.

צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.

ריכטיג!
פארעכטען פארדעם/נאכדעם נישט קיין חיליק, די גאנצע פלאץ איז געווען א סכנה די לעצטע פאר יאר אין איז געווארען ארגער אין ארגער פין יאר צו יאר,

ווער עס האט מיטגעהאלטען די הדלקה פין הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א די יאר פאר קורונה ווייסט פון וואס איך רעדט,

מיר האבן זיך פארלאזט אויף ניסים ביז איצט, אבער ליידער האבען מיר זיך אויסגעלערט (האפענטליך) אז מען מיז דא ערנסט מתקן זיין אין נישט חלילה אנגיין מיט די פריערדיגע מהלך,
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

תגובה דורך מיסתפינא »

בעל החבית האט געשריבן:
איך בין נישט אליין האט געשריבן:
בעל החבית האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:גלייב איך אז אויב פאר 8 חדשים צוריק וואלטן זיי צעווארפן די טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב, וואלטסטו אויך מוחה געווען.
איך בין אין די נושא שטיל, נאך 45 נשמות וואס דאס האט אונז געקאסט, האב איך קיין מיינונג.
ווער עס קוקט אינטער די מרפסת הכהנים קען דארט זעהן די ראסט וואס עס איז דא אויף די זוילען. אויף וואר ווארטן מיר?

ריכטיג!
מיין שטילקייט שרייט אויך!

ווער עס איז דארט געווען די לעצטע עטליכע יאר האט געזען אז סכנה ווערט נאר ערגער פין יאר צו יאר

אומריכטיג !
במחילת כבודכם ובפרט הרב מיסתפינא, מישט צוריק אייער קאלענדער צו א 2 וואכן (בערך) פאר ל"ג בעומר, אויב האסטו מיטגעהאלטן איז געוועהן א ויצעקו אין די קנאיש'ע קרייזן אז די שלטונות ווילן צו ווארפן די מרפסת הכהנים מיטן טענה אז ס'איז נישט סעיף.
גלייך האבן די 'אונזעריגע' זיך אריינגעווארפן מיט אן אינדזשעניער און (כ'ווייס נישט צו געמאכט תיקונים אויך) באשטעטיגט כתוב וחתום אז ס'איז יא סעיף, און מיט דעם האט זיך געענדיגט די פרשה. ממילא אפי' ווען איך זעה ראסט אונטער די מרפסת הכהנים, דעשרעק איך מיך נישט, וואוסנדיג אז ס'איז נישט לאנג צוריק אדורך א גרינטליכע און פארלעסליכע אונטערזוכונג.

און לגבי דעם "טרויעריג באקאנטע שביל ר' דוב", א נער'ישקייט און א שטות צו אנצייגן אויפן שביל אלס א גורם צום טראגעדיע, דער שביל איז נישט געפאלן, ס'איז גארנישט געשעהן דערמיט, ס'האט זיך נישט גערירט פון פלאץ, "דער עולם וואס איז אריין אין איר" מיט א אומ-אויפהערנדע שטראם זיי זענען דער גורם דערצו, אדער בעסער געזאגט - דאס נישט עפענען נאך וועגן ארויסצוגיין פון שטח תו"א, דאס איז געוועהן די גורם רח"ל. אראפנעמען דעם שביל וואלט ווארשיינליך געוועהן א גרויסע פשיעה וואס מ'וואלט נישט צוגעלאזט.

לגבי שביל ר' דוב, זענט איר נישט גערכעט. יעדער מענטש וואס איז אמאל געגאנגען אויף דעם וועג ווייסט אז ער איז אין א 'סכנת החלקה', דו דארפסט נישט צו פיל כדי זיך אראפ צוגליטשן. אוואדי, אז ווען ס'איז דא אסאך מענטשן איז די מצב ביטער און איינער פאלט נאכן צווייטן.
און סאיז גארנישט נייע זאכן אז דער מרפסת הכהנים איז נישט פארזיכערט, ווי נעך אסאך פלעצער אויפן בארג, און דאס איז די שילד פון אונזערע היימישע ברידער וואס דארפן מאכן א בדק בית אין זיך.

דאמירן בעלמא לדעתי...
און ווייטער שטותים גערעדט קיין שום 'סכנת החלקה' נישט געוועהן דארט, און נניח אז יא האט עס "גארנישט" צוגעגעבן צום טראגעדיע, "נאר" די מאסן שטראם וואס איז ארויף אויף איר.
כל זה שריר ברור ובהיר פאר יעדן וואס האט געהערט און געזעהן (מ'קען נאך יעצט) וואס דארט איז פארגעקומען ל"ע

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"

די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען

אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.

צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.

די חצר איז נישט א פלאץ ווי טויזנט מענטשן גייען ארויס מיט איין מאל.

לאמיר מסביר זיין פאר אייך, און פאר דיר בעל החבית א פשוט'ע ענין.
עס איז דא אזא סכנה וואס הייסט צוואר בקבוק, דהיינו א שמאל און לאנגע קארידאר, וואס ווערט נאר שמעלער, איז ווי א עפענונג פון א פלעשל, די פרעשור וואס דארט געשעהט ווען מאסן מענטשן שטיפען זיך אריין איז די גרעסטע גורם פאר א סטעמפיד, ה"י.
און ווער רעדט נאך אז די פלאהר איז פון אייזען, דאס מאכט די סכנה פולפאכיג גרעסער.
אוועטאר
איין לינקע האנט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 4:44 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך איין לינקע האנט »

פרישוואסער האט געשריבן:
איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"

די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען

אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.

צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.

ריכטיג!
פארעכטען פארדעם/נאכדעם נישט קיין חיליק, די גאנצע פלאץ איז געווען א סכנה די לעצטע פאר יאר אין איז געווארען ארגער אין ארגער פין יאר צו יאר,

ווער עס האט מיטגעהאלטען די הדלקה פין הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א די יאר פאר קורונה ווייסט פון וואס איך רעדט,

מיר האבן זיך פארלאזט אויף ניסים ביז איצט, אבער ליידער האבען מיר זיך אויסגעלערט (האפענטליך) אז מען מיז דא ערנסט מתקן זיין אין נישט חלילה אנגיין מיט די פריערדיגע מהלך,

די עיקר פראבלעם איז אז די מדינה האט נישט ארויס די נושא לדוגמה מאכן נאר איין הדלקה וואס 1) די איין הדלקה גייט זיין א שרעקליכע אונלויף 2) דעס אז עס איז געווען אסאך הדלקות האט צושפרייט דער עולם אויפן גאנצע בארג משא"כ יעצט גייט יעדער אדער זיך שטופען ביי די איין הדלקה אדער ביים מערה.

דעס ברענגט אונז צום צווייטען פראבלעם, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען וואס האט זיך אפגעטון ביים עזרת נשים דארף מען נישט אפילו מסביר'ן אבער פאר די אנדערע אידן לאמיר צוריק גיין מיט אפאר יאר און פארציילן די השתלשולת,

עס איז געווען צוויי פראבלעמען ביים עזרת נשים 1) עס איז געווען זייער צושטופט דארטן ממש בוז סכנת נפשות 2) אסאך נשים האבן נישט געקענט בכלל צוקומען צום ציון מחמת דעם גרויסע געדרענג,

די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,

די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.

איז אויף זיי פארלאז איך זיך נישט קיין 'כי הי זה' און איך מיין אז יעדער וואס האט נאר אמאל געזען וויזוי די מדינה הענדעלט פראבלעמס האלט אויכט אזוי, לדוגמה בשעת קורונה ווען די פאלציי איז אריין באוואנפנט ביז די ציין אין מאה שערים שטיבלעך און געהאקט או רחמונת ביטרע קלעם פאר זקינים ונערים פאר די אפעצילע סיבה פון היטן אויף זייער געזונט פארשטייט גוט וואס איך מיין, מירן גופו איז נאך די גרעסטע ראיה די מכות וואס זיי טיילן דארט און די פעפיר ספרעי וואס זיי האבן אריין געשפריצט אין די מערה ווייל אפציעל איז געווען געשטפוט עס איז געווען פורים אינדערוואכן עס האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד מענטשען זענען ארויסגעלאפען פונעם מערה ווי כאילו די טייוול לויפט זיי נאך, עס איז געפלויגן היטן, שיך, גלעזער, רעקלך, בקיצור א חורבן.

די מענטשען זענען נישט קיין העלפערס, זיי זענען שטערערס,
נישט קיין מצילים, נאר מחריבם,
ווער עס מיינט אז עס גייט ארויסקומען גוטס פון זיי אינו אלא טועה.
דברי שלום ואמת
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 2:17 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דברי שלום ואמת »

די חרדישע עולם דארף זיך ווען צאמנעמען און אפמאכן א פלאן וואס מען גייט טון, אויזמועסן אלע פראבלעמען און צו דעם זאל זיך יעדער האלטן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך שמו »

דער לעזונג איז נישט שווער טעכניש, ס'נאר שווער במציאות

ווייל ווען יעדע קהילה פראוועט זיין מצב, אן צו קוקן וואס א צווייטער טוט בשעת מעשה, קען אלעס ווייטער קלאפן ודי...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובה דורך פרישוואסער »

דברי שלום ואמת האט געשריבן:די חרדישע עולם דארף זיך ווען צאמנעמען און אפמאכן א פלאן וואס מען גייט טון, אויזמועסן אלע פראבלעמען און צו דעם זאל זיך יעדער האלטן.

די חרדישע עולם? ווער?

וויפיל פראקציעס איז די חרדישע עולם?

ווייל "די חרדישע עולם" האט זיך אלע יארען ביז איצט נישט צוזאם גענומען (מפני סיבות שאי אפשר לפרטם) האלטען מיר איצט דא
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרישוואסער »

שמו האט געשריבן:דער לעזונג איז נישט שווער טעכניש, ס'נאר שווער במציאות

ווייל ווען יעדע קהילה פראוועט זיין מצב, אן צו קוקן וואס א צווייטער טוט בשעת מעשה, קען אלעס ווייטער קלאפן ודי...

אלע רביס מיט זייערע הויפן זענען גרייט צו לאזען מאכען שינויים לטובה, קיינער איז נישט געבליבן מיט ברייטע פלייצעס נאך אזא קאטאסראפע רח"ל
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מיסתפינא »

איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"

די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען

אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.

צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.

ריכטיג!
פארעכטען פארדעם/נאכדעם נישט קיין חיליק, די גאנצע פלאץ איז געווען א סכנה די לעצטע פאר יאר אין איז געווארען ארגער אין ארגער פין יאר צו יאר,

ווער עס האט מיטגעהאלטען די הדלקה פין הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א די יאר פאר קורונה ווייסט פון וואס איך רעדט,

מיר האבן זיך פארלאזט אויף ניסים ביז איצט, אבער ליידער האבען מיר זיך אויסגעלערט (האפענטליך) אז מען מיז דא ערנסט מתקן זיין אין נישט חלילה אנגיין מיט די פריערדיגע מהלך,

די עיקר פראבלעם איז אז די מדינה האט נישט ארויס די נושא לדוגמה מאכן נאר איין הדלקה וואס 1) די איין הדלקה גייט זיין א שרעקליכע אונלויף 2) דעס אז עס איז געווען אסאך הדלקות האט צושפרייט דער עולם אויפן גאנצע בארג משא"כ יעצט גייט יעדער אדער זיך שטופען ביי די איין הדלקה אדער ביים מערה.

דעס ברענגט אונז צום צווייטען פראבלעם, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען וואס האט זיך אפגעטון ביים עזרת נשים דארף מען נישט אפילו מסביר'ן אבער פאר די אנדערע אידן לאמיר צוריק גיין מיט אפאר יאר און פארציילן די השתלשולת,

עס איז געווען צוויי פראבלעמען ביים עזרת נשים 1) עס איז געווען זייער צושטופט דארטן ממש בוז סכנת נפשות 2) אסאך נשים האבן נישט געקענט בכלל צוקומען צום ציון מחמת דעם גרויסע געדרענג,

די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,

די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.

איז אויף זיי פארלאז איך זיך נישט קיין 'כי הי זה' און איך מיין אז יעדער וואס האט נאר אמאל געזען וויזוי די מדינה הענדעלט פראבלעמס האלט אויכט אזוי, לדוגמה בשעת קורונה ווען די פאלציי איז אריין באוואנפנט ביז די ציין אין מאה שערים שטיבלעך און געהאקט או רחמונת ביטרע קלעם פאר זקינים ונערים פאר די אפעצילע סיבה פון היטן אויף זייער געזונט פארשטייט גוט וואס איך מיין, מירן גופו איז נאך די גרעסטע ראיה די מכות וואס זיי טיילן דארט און די פעפיר ספרעי וואס זיי האבן אריין געשפריצט אין די מערה ווייל אפציעל איז געווען געשטפוט עס איז געווען פורים אינדערוואכן עס האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד מענטשען זענען ארויסגעלאפען פונעם מערה ווי כאילו די טייוול לויפט זיי נאך, עס איז געפלויגן היטן, שיך, גלעזער, רעקלך, בקיצור א חורבן.

די מענטשען זענען נישט קיין העלפערס, זיי זענען שטערערס,
נישט קיין מצילים, נאר מחריבם,
ווער עס מיינט אז עס גייט ארויסקומען גוטס פון זיי אינו אלא טועה.

אינטערסאנט אז אזא מסלול הנחש איז דא אין ריבניץ, למשל, און נאך פולע פלעצער, אבער אין מירון? דארט מוז מען א מלחמת חרמה.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרישוואסער »

מיסתפינא האט געשריבן:

ווען א גוי מאכט דאס איז עס אויסגעהאלטן...

#סארקסטיש

ווי כאילו האסט נישט פארשטענען די חילוק, ספעשל פאור יאו וועל איך קאפי פעסטין וואס איך האב געשריבן פריער די פראבלעמען וואס איז געווען מיט'ן מסלול הנחש אין מירון; די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,

די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרידן »

מיסתפינא האט געשריבן:
איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
איין לינקע האנט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"

די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען

אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.

צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.

ריכטיג!
פארעכטען פארדעם/נאכדעם נישט קיין חיליק, די גאנצע פלאץ איז געווען א סכנה די לעצטע פאר יאר אין איז געווארען ארגער אין ארגער פין יאר צו יאר,

ווער עס האט מיטגעהאלטען די הדלקה פין הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א די יאר פאר קורונה ווייסט פון וואס איך רעדט,

מיר האבן זיך פארלאזט אויף ניסים ביז איצט, אבער ליידער האבען מיר זיך אויסגעלערט (האפענטליך) אז מען מיז דא ערנסט מתקן זיין אין נישט חלילה אנגיין מיט די פריערדיגע מהלך,

די עיקר פראבלעם איז אז די מדינה האט נישט ארויס די נושא לדוגמה מאכן נאר איין הדלקה וואס 1) די איין הדלקה גייט זיין א שרעקליכע אונלויף 2) דעס אז עס איז געווען אסאך הדלקות האט צושפרייט דער עולם אויפן גאנצע בארג משא"כ יעצט גייט יעדער אדער זיך שטופען ביי די איין הדלקה אדער ביים מערה.

דעס ברענגט אונז צום צווייטען פראבלעם, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען וואס האט זיך אפגעטון ביים עזרת נשים דארף מען נישט אפילו מסביר'ן אבער פאר די אנדערע אידן לאמיר צוריק גיין מיט אפאר יאר און פארציילן די השתלשולת,

עס איז געווען צוויי פראבלעמען ביים עזרת נשים 1) עס איז געווען זייער צושטופט דארטן ממש בוז סכנת נפשות 2) אסאך נשים האבן נישט געקענט בכלל צוקומען צום ציון מחמת דעם גרויסע געדרענג,

די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,

די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.

איז אויף זיי פארלאז איך זיך נישט קיין 'כי הי זה' און איך מיין אז יעדער וואס האט נאר אמאל געזען וויזוי די מדינה הענדעלט פראבלעמס האלט אויכט אזוי, לדוגמה בשעת קורונה ווען די פאלציי איז אריין באוואנפנט ביז די ציין אין מאה שערים שטיבלעך און געהאקט או רחמונת ביטרע קלעם פאר זקינים ונערים פאר די אפעצילע סיבה פון היטן אויף זייער געזונט פארשטייט גוט וואס איך מיין, מירן גופו איז נאך די גרעסטע ראיה די מכות וואס זיי טיילן דארט און די פעפיר ספרעי וואס זיי האבן אריין געשפריצט אין די מערה ווייל אפציעל איז געווען געשטפוט עס איז געווען פורים אינדערוואכן עס האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד מענטשען זענען ארויסגעלאפען פונעם מערה ווי כאילו די טייוול לויפט זיי נאך, עס איז געפלויגן היטן, שיך, גלעזער, רעקלך, בקיצור א חורבן.

די מענטשען זענען נישט קיין העלפערס, זיי זענען שטערערס,
נישט קיין מצילים, נאר מחריבם,
ווער עס מיינט אז עס גייט ארויסקומען גוטס פון זיי אינו אלא טועה.

אינטערסאנט אז אזא מסלול הנחש איז דא אין ריבניץ, למשל, און נאך פולע פלעצער, אבער אין מירון? דארט מוז מען א מלחמת חרמה.

ווייל אין ריבניטץ גייט דורך צווישען 15 און דרייסיג טויזענט איבערן טאג אין מירון צווישען 250 און 500 טויזענט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרעגער »

איין לינקע האנט האט געשריבן:די עיקר פראבלעם איז אז די מדינה האט נישט ארויס די נושא לדוגמה מאכן נאר איין הדלקה וואס 1) די איין הדלקה גייט זיין א שרעקליכע אונלויף 2) דעס אז עס איז געווען אסאך הדלקות האט צושפרייט דער עולם אויפן גאנצע בארג משא"כ יעצט גייט יעדער אדער זיך שטופען ביי די איין הדלקה אדער ביים מערה.

דעס ברענגט אונז צום צווייטען פראבלעם, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען וואס האט זיך אפגעטון ביים עזרת נשים דארף מען נישט אפילו מסביר'ן אבער פאר די אנדערע אידן לאמיר צוריק גיין מיט אפאר יאר און פארציילן די השתלשולת,

עס איז געווען צוויי פראבלעמען ביים עזרת נשים 1) עס איז געווען זייער צושטופט דארטן ממש בוז סכנת נפשות 2) אסאך נשים האבן נישט געקענט בכלל צוקומען צום ציון מחמת דעם גרויסע געדרענג,

די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,

די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.

ווער עס מיינט אז עס גייט ארויסקומען גוטס פון זיי אינו אלא טועה.

על ראשון ראשון:
ווען מען רעדט אז די עולם ביי די הדלקות זענען געווען צושפרייט אויפ'ן "גאנצן" בארג! וואס הייסט דאס גאנצן בארג? צווישן באיאן אין דעם צווייטן שטח (ווי אלע אנדערע חסידות'ן צינדן), צווישן די צוויי שטחים און תולדות אהרן, צווישן תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק....
די אלע שטחים צוזאמען מאכן אויס אין די לענג בערך ווי ראדני סטריט צווישן בעדפארד און ליע עוו. א מהלך פון קנאפע 3 מינוט פונעם העכסטן שטח ביז'ן אונטערשן שטח, די איינציגסטע חילוק איז אז שטח תולדות אברהם יצחק האט אן אייגענער ארויסגאנג פון איין זייט.
בנוגע די מסלול הנחש:
1) איך בין דארט געווען ערב ל"ג בעומר און מיטגעהאלטן בתוך הד' אמות ווען עס איז געווען די גרויסע מלחמה מיט די פאליציי. די מסלול הנחש איז אזוי ווי מען מאכט עס איבעראל, א שמאלע געדרייטע וועג אז עס זאל נאר זיין ערמגליכט פאר איין פערזאן צו שטיין אין די ברייט פון די שורה, און עס האט זיך געשלענגלט אין די מערה אהין אין צוריק פון די טיר ביז'ן קבר הרשב"י אזוי אז עס זאלן קענען אריין גיין אין די מערה וויפיל פרויען נאר שייך אבער נישט איבערפילן דעם מערה עד כלות הנפש, און ריכטיג עס איז געווען אין די זייט פלאץ פאר די משטרה צו שטיין און האלטן סדר.
2) די משטרה האט זיך טאקע געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די נשים, נאר נאכדעם וואס עטליכע פראנקינעס האבן פרובירט צו צושטערן דעם סדר ווייל ר' שמעון איז דאך לכל (בפרט להספרדים) ממילא זאל זיי קיינער נישט איינטיילן ווי לאנג אויפצוהאלטן די אנדערע נשים. און ווען דאס איז געשעהן האבן זיך א גרופע אינגע פרענקעלעך (מיט תכלת) צוגעכאפט צו די מצב און אריין געלאפן ביי די פרויען צו צו-ווארפן דעם נחש.
3) די מסלול הנחש קומט נישט פונעם חצר, נאר פונקט פארקערט... עס הייבט זיך אהן פון די בעק פונעם מערה, דאס הייסט אז די פרויען קומען אראפ די ברייטע טרעפ (פונעם דאך צו די אחורי המערה), דארט איז געווען סדר, טאקע א ברענעדיגע זון ביטער הייס אזוי ווי אין גאנץ מירון, דארט איז געווען זייער רוהיג און מסודר ווען אלע זאגן תהלים בשעת די שורה ריקט זיך צוביסלעך און ווארטן אויף זיין תור אנצוקומען אינעווייניג. און פון דארט גייען זיי ארויס צו די מערה.
איך פארשטיי בכלל נישט די טענה אויף די 'מסלול הנחש', אין די מערה איז דא פלאץ אויפ'ן צושטיפסטן אופן פאר אולי 300 פרויען, עס געפונען זיך אין מירון צענדליגע טויזענטע פרויען וואס ווילן אריין גיין, זאל עס זיין אזוי ווי ביז יעצט? וואס מ'שטיפט זיך אריין מער און מער ווייל מאנכע האבן מחליט געווען אז זיי ווילן שטיין לענגער ביים קבר נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן עס ווארטן אנצוקומען? וויפיל חלשות גייט פאהר ביי די פרויען אין די מערה יעדעס יאהר?
הלואי וואלט מען ווען געמאכט די מסלול הנחש ביי די מענער אלע יאהרן פריער און נישט נאר גברי אלימי זאלן קענען צוקומען צום קבר וואס אנהאלט סך הכל פלאץ פאר קנאפע 5 מענטשן אויף א מאל?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך געבורטסטאג »

Jobless האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ווער איז מלחמת אש דת?

א ארגאניזאציע וואס פירט שוין עטליכע יאר א שווערע קאמף איבער קדושת אתרא קדישא מירון
עס באשטייט פון עסקנים אינערהאלב דעם רעכטן לאגער אין די עדה החרדית קרייזן
זיי האבן שוין אויך באקומען עטליכע צעטלעך פון בית דין
די אינוואזיע קיין מירון תש"פ - קאראנא איז געווען זייער אקציע
זיי פירן די מלחמות מיט די פאליציי אויפן פלאץ אויף טריט און שריט.
און די לעצטע יאר פאר ל"ג בעומר, האט זיי די פאליציי גערופן זיצן ביים טיש

זיי האבן אויך גע'טענה'ט חי וקיים אז אין מירון איז נישט געווען א געיט, און עס א איז בלויז א פאליצייאישער קאנספעראציע להתגולל עלינו אז די פרומע לייגען ארויף עלילות שוא אויף זיי

אין איר האלט אז סאיז יא געווען א געיט?

סדעראנט מיר, נאר א ווערטל נישט לשם וויכוח,
יענער האט אפירגעהאלטן א חסיד פארוואס זיי זענען געבליבן אפן ביי קאראנא, פרעגט ער עהם "דו האלטס אז מהאט טאקע געדארפט פארמאכן?" זאגט ער "ניין, אבער ווער האט ענק געלאזט האלטן אזוי פאר אונז?.."
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

וועדת החמישה סטראשעט געצליך אפצושפארן דעם ציון דעם מיטוואך

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

אין ליכט וואס די וואך מיטוואך לויפן אפ אלע אינשורנס אויפן בילדינג און ס'איז נישט דא קיין איין קאמפני וואס איז גרייט צו צו דעקן די אינשורנס אויפן בילדינג ווי געפאדערט לויט די געזעץ (חוץ אויב די חברי וועד, החמישה וואס פירן געזעצליך דאס שטח וילן באצאלן נזקים פון זייער אייגענע טאש) אשר על כן סטראשען זיי צו אפארשפארן דעם גאנצן ציון הקדוש מחוסר ברירה
אטעטשמענטס
a5b6e47006663a6d091c.jpg
a5b6e47006663a6d091c.jpg (39.67 KiB) געזען 1336 מאל
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך פרעגער »

תולדות בוסקילה - א פארגאנגעהייט!

די נאכט האט מען צו-ווארפן די גאנצע קהילה....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך זילבערווערק »

קלאנגען פארן ארום אז די ציוניסטישע ריכטערין מרים נאור וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון די פארש קאמיטע אויף די מירונער טראגעדיע, און אויך געגעבן אירע רעקאמענדאציעס וויאזוי צו ברענגען א פנים חדשות פארן הייליגע הילולא באתרא קדישא מירון, האט היינט אויפגעהערט צו לעבן.
איכאדאמרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך איכאדאמרי »

זילבערווערק האט געשריבן:קלאנגען פארן ארום אז די ציוניסטישע ריכטערין מרים נאור וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון די פארש קאמיטע אויף די מירונער טראגעדיע, און אויך געגעבן אירע רעקאמענדאציעס וויאזוי צו ברענגען א פנים חדשות פארן הייליגע הילולא באתרא קדישא מירון, האט היינט אויפגעהערט צו לעבן.

לאמיר האפן אז דער נייער זאל נישט זיין ערגער פון איר, זי איז געווען זייער געדולדיג, און קלאר אויסגעהערט אלע זייטן פון די פרשה, נישט אויסגעזעהן אז זי האט עפעס סענטימענטן אקעגן די חרדי'שע יודן
מלך זקן וכסיל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 4:23 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך מלך זקן וכסיל »

די שופטת מרים נאור האט געפייגערט היינט אינמוטן שלאף.

בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך צופרידן »

מלך זקן וכסיל האט געשריבן:בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing

ער האט איר געשאלטן אז רבי שמעון זאל איר נעמען... און זיינע תפלות זענען געווארן אנגענומען...
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך אוסף החסיל »

פרעגער האט געשריבן:תולדות בוסקילה - א פארגאנגעהייט!

די נאכט האט מען צו-ווארפן די גאנצע קהילה....

וואס איז דאס 'תולדות בוסקילה'?
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך איש ציון »

מלך זקן וכסיל האט געשריבן:די שופטת מרים נאור האט געפייגערט היינט אינמוטן שלאף.

בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing

פארוואס ארבעט נישט די לינק ???
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איש ציון האט געשריבן:
מלך זקן וכסיל האט געשריבן:די שופטת מרים נאור האט געפייגערט היינט אינמוטן שלאף.

בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing

פארוואס ארבעט נישט די לינק ???

אין די לינק איז געשריבן 123 אין מ'דארף דאס מעקן.
ייש"כ פאר מלך זקן וכסיל פארן לייגן אזוי די לינק - אז די נעטפרי באנוצער זאלן קענען זעהן.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך איש ציון »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
מלך זקן וכסיל האט געשריבן:די שופטת מרים נאור האט געפייגערט היינט אינמוטן שלאף.

בוסקילה שעלט איר יענע וואך
https://d123rive.google.com/file/d/1dp5 ... sp=sharing

פארוואס ארבעט נישט די לינק ???

אין די לינק איז געשריבן 123 אין מ'דארף דאס מעקן.
ייש"כ פאר מלך זקן וכסיל פארן לייגן אזוי די לינק - אז די נעטפרי באנוצער זאלן קענען זעהן.

אויב העלפט דאס פאר די נטפרי חברה ווייס איך נישט צו סאיז כדאי צו מגלה זיין

פאר די וואס האבן נישט נטפרי
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך Amazing »

אוסף החסיל האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:תולדות בוסקילה - א פארגאנגעהייט!

די נאכט האט מען צו-ווארפן די גאנצע קהילה....

וואס איז דאס 'תולדות בוסקילה'?

איינער קען אריינקומען מיט פרטים איבער די קהילה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: ברוך דיין האמת ~ די אומגעקומענע פון די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

תגובה דורך איש ציון »

https://d123rive.google.com/file/d/17GW ... sp=sharing

איז דאס גוט <?
איך קען זיך נישט אויס
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”