שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:35 pm


אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:37 pm

יעדעס ווארט אין די פרשה טייטשט זיך ממש אליינס...

כי ימצא חלל באדמה
נופל לא נודע מי הכהו
ויצאו זקיניך וגו' את העיר הקרובה אל החלל
והיה העיר הקרובה אל החלל
וערפו את העגלה, ברש"י אמר הקדוש ברוך הוא תבא עגלה בת שנתה שלא עשתה פירות ותערף במקום שאינו עושה פירות, לכפר על הריגתו של זה שלא הניחוהו לעשות פירות
בעטן מיר רבוש"ע "כפר לעמך ישראל אשר פדית ה'"
לייז אונז שוין אויס פון דעם לאאאאנגן אנטיסעמיטישן גלות, [אריינגערעכנט דער גלות ביים אמעריקאנעם פעטער]

עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי!! כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי!!
נישטא קיין ווערטער...
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

טרערעליך...

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:48 pm

עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים כִּי גָבַר אוֹיֵב.

דאס ווייטאג רייסט,
ווען פון הימל מען שמייסט,
עֲבָדִים מָשְׁלוּ בָנוּ.

נסתרות דרכי ה',
מיר פארשטייען נישט פארוואס און פארווען,
עַל צַוָּארֵנוּ נִרְדָּפְנוּ.

דודי ירד לגנו,
געקליבן מסלתה ומשמנה,
מִחוּץ תְּשַׁכֶּל חֶרֶב וּמֵחֲדָרִים אֵימוֹת.

הק' משה הערש הי"ד - א הארציגע נשמה,
מרת פערענץ הי"ד - ווי טרעפט מען א נחמה,
הֲיֵשׁ מַכְאוֹב לְמַכְאוֹבִי לְדַמּוֹת.


בִּינָה הֲגִינֵנוּ עַתָּה וּרְאֵה בַצָּר,
בְּאַפְּךָ קוּמָה עַל צוֹרֵר הַצָּר,
אָדוֹן קְרָאנוּךָ מִן הַמֵּצָר,
אָנָּא הוֹצִיאֵנוּ לַמֶּרְחָב וְחַלְּצֵנוּ מִצָּר.


איין זאך איז זיכער,
און בעסער וואס גיכער,
עורו ישנים,
לאמיר זיך נעמען אינאיינעם,

צו תשובה באמת ובתמים,
אנערקענען אונזער בּשֶׁת הַפָּנִים,
אזוי וועלן מיר זוכה זיין בקיצור ימים,
צום אויפבוי פונעם בית עולמים.

יה"ר מן השמים ינוחמו בני המשפחה היקרים הי"ו, נחום תנוחמו בכפליים, בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
עד כי מתים יחיה אל ברוב חסדו בב"א.
לעצט פאראכטן דורך אוסף החסיל אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:51 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:לויט ווי מען זאגט איז עס די ערשטע טויטלעכע אטאקע פון די בלעק היבריו איזרעלייט גרופע

א נייע על קאידא?
בד"וו דיין אוועטאר קומט אריין זייער קלאר.

איגערקע
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:52 pm

ניינצען הונדערט און פופציג יאר צוריק, האבן אידן געוואוינט אין זייער לאנד, בשלום ושלווה והשקט ובטח. אבער אנפאנג דעם 11'טן מאנאט, זענען שלעכטע גוים אריינגעקומען און חרוב געמאכט אונזער הייליגע הויפט שטאט, ירושלים. זינט דאן קלעטערן מיר ארום פון לאנד צו לאנד, מ'שלאגט און מ'פיינוגט אונז פון אלע זייטן. א מאסן גירוש, איז פארגעקומען אין די לענדער פון שפאניע און פארטיגאל, אן א שיעור פרארגראמען זענען פארגעקומען אין לויף פון די יארן, און ווייסע-אייראפעשיע און אראבישע לענדער צוגלייך.

פונעם חורבן בית מקדשינו, האבן מיר באין בריריה געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן, און נאכגיין ווי אהין די גזירת הגלות האט אונז געפירט. אידן האבן שטענדיג געלעבט אין פחד, אנפאלן די אידישע געטא, בארויבן און אנקלאפן די ארימע אידן, איז נישט געווען אזא אומדערהערטע ערשיינוג.

נאכן דעם לעצטן שרעקליכן חורבן, ווי א ריזיגע צאל פון זעקס צו אכט מיליאן, פון די קליינע באשיידענע פאלק, ישראל זענען פארטיליגט געווארן במיתה משונה, פארן בלויזן חטא, פון זיין א חלק פון אזוי גערופענע "זשידן ראסע" אדער ווי באקאנט ביי אונז אלס "עם ישראל חי לעד ולנצח נצחים"

די גאנצע דעמאקראטישע וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, איז געשטאנען שטיל. בעת וואס דער דייטש, האט אויסגעפירט זיין יודן ריין פלאן, די פארשאלטענע רוצחים, האבן צוזאם גענומען תשמישי קדושה און געפלאנט אוועק צו שטעלן א מאזיאים, אין די שטאט פארג. פון די פאלק "וואס איז אמאל געווען" אבער די שבועה וואס דער אייבישטער האט געשוואוירן אז דאס אידיש פאלק וועט אייביג בלייבן, דאס איז געווען שטערקער פון די מעכטיגע ארמיי פון די עמלקים.

צוקלאפט און צובראכן, האבן אונזערע זיידעס געמאכט דעם וועג, צו די פרייע גאלדענע מדינה אמריקע. דא לעבן מיר רואיגער ווי אלעמאל, דאס איז ווירקלעך א פרייע מדינה, ווי מיר האבן גלייך בארעכטיקייט ווי אלע אנדערע בירגער, מיר קענען דינען השם אחד, און טוהן זיינע מצות אן קיין מורא.

מיר האבן שוין באלד פארגעסן, אז מיר געפינען זין דא נאר צייטוויליג, מיר קענען זיך נישט מאכן דא זייער באקוועם ווייל באלד קומט איינער צו רייטן אויף אן אייזל און וועט אוועק פירן פון די גאלדענע מדינה, צו אונזער הייליג לאנד. שוין אפגערעדעט פון די רוחניותדיגע גלות וואס איז דא פיל שטערקער, ווי אין די אנדערע לענדער ווי מיר האבן געברויכט אפשטייגן.

די לעצטע יארן אבער, זענען מיר באטראפן געווארן מיט געפרעליכע אטעקעס, געצילט אנטקעגן אידן אנגעפאנגען אין פיטסבורג, פענסילווענינע, ווי עלעוו אידן זענען געהרגט געווארן, דערנאך די חב"ד שול אין קאליפארניע דעם פארגאנגענעם פסח. ביז די נעכטיגע מעשה דא ביי אונז אין בעיקיארד.

ווערטער קענען נישט באשרייבן, וואס האט נעכטן פאסירט. דאס איז לכאורה די ערשטע מאל, וואס א אטקע געצילט קעגן אידן שפילט זיך אפ, אין א היימישע געגענט. א אומשילדיגע פרוי און א אינגע בחור'ל, זענען געשטאנען אין א גראסערי, ווען צוויי בלוטדארשטיגע מערדער, זענען אריין געקומען און זיי געשאסן און פלוצים געמאכט א סוף צו זייער שיינעם לעבן.

ארץ ארץ אל תכסו דמם, ווי קענען מיר פארגעסן און גיין ווייטער? דער אייבישטער שיקט אונז א קלארע מעלדונג, וועקט אייך אויף. . נסי נסים אז די צאן קדשים זענען אפגעראטעוועט געווארן. די האר פון קאפ שטעלטן זיך אויף נאר צו טראכטן, אויב די רוצחים וואלטן געגאנגן, אין די דערנעבידיגע חדר אדער שול.

דער אייבישטער זאל טרייסטן די משפחות און אונז אלע. מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:56 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

חסדי ה' וואס דער יונגעלע האט געהאט. א קליין שעפעלע, ווייסט נישט צו סך, וויל סתם לויפן אין חדר, לויפנדיג צום חדר ווייסט ער גארנישט וואו אהין ער לויפט אזוי. און וועלכע טיר ער טאר יעצט נישט עפענען. אבער פון הימל האט מען אים מלאכים געהיטן, "ביסטו טאקע קליין, אבער דו האסט א השגחה פרטית פון אזא גרויסע באשעפער" א בליץ סעקונדע איידער ער עפנט אויף דעם דערנעבנדיגן טיר דרייט ער זיך אויס און ער דערזעהט פאר זיך מענטשן מיט גאנס, זיין אינסטינקט זאגט אים לויף!

ער לויפט און לויפט. לויף אוועק טייערע שעפעלע. לויף אוועק פון די רוצחים. לויף אוועק מיט דיין גאנצע כח וואס דו האסט נאר אין דיר. גיי ראטעווע דיין לעבן, פארשוין דיין לעבן, דו קענסט נאך פיהל אויפטון אויף די וועלט, דו קענסט נאך פיהל נחת רוח טון פאר דיין טאטן אין הימל.

חסדי ה' פון דעם יונגערמאן. זיין לעבן איז געראטעוועט געווארן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:02 pm

עס איז נישט געווען קיין קעמרעס אין די גראסערי?

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:06 pm

ציגעלע האט געשריבן:עס איז נישט געווען קיין קעמרעס אין די גראסערי?

זאג נאר ציגעלע, וואס ווילסטו זעהן???

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:09 pm

יעצט ווען דאס פארשטייפטקייט פאנגט אן צו נאכלאזן, הייבן די נאטורליכע הארץ כוואליעס אן צו בוזשעווען, און עס וויל זיך נישט בארואיגן.

כלל ישראל איז פעסט פארבינדן. ניין! נישט פארבינדן איז דאס, 'איינס' איז דאס! עס פילט זיך דער טראגעדיע זייער נאנט צום הארץ, און עס וויינט פון זיך אליין.

רבש"ע, אונזער הארץ איז טאקע אפען, אבער די מוח פארשטאפט, מיר ווייסן נישט גענוי וואס צו טוהן, ווי אזוי דיר מרצה זיין. מיר בעטן דיר, ווארט נישט אז מיר זאלן טרעפן אליין די וועג צוריק, נאר ''השיבנו ה' אליך", שיק אונז אריין די ריכטיגע געדאנקן, דאס קלארע דעת, זיך צו אומקערן צו דיר מיט מח און הארץ, במחדו"מ. מיר זאגן דיר טאטע צו "ונשובה", מיר וועלן מיט דיר צוריק ווערן נאנט פאראייניגט, און דאן וועסטו אוודאי צוריקברענגן אונזער ליכטיגע אמאל, און די אלע קדושים וועלן צוריק מיט אונז לעבעדיג זיין. חדש ימינו כקדם.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:14 pm

אוסף החסיל האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז נישט געווען קיין קעמרעס אין די גראסערי?

זאג נאר ציגעלע, וואס ווילסטו זעהן???

איך וויל עס נישט זעהן (אין אפילו עס איז דא וועל איך עס לכאורה נישט קענען קוקען) איך בין נאר נייגעריג אויב די אויטרעטעטן האבען עס פאר זייער אינוועסטיגעשן

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

נישט נארמאל

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:19 pm

גארנישט מיט די עצם פרשה וואס איך רוף מיר נישט אן, די ווייטאג איז זייער זייער גרויס..
נאר וואס? כ'וויל בשער בת רבים ארויס געבן מיין ווייטאג..

גאנצע 24 שעה האב איך נישט געקענט עפענן די סייט, איך האב גארנישט געקענט מיט האלטן, וואס עס טוט זיך, גארנישט גארנישט, איך האב מיר געשפירט אויסגעשפילט, אויסגעשלאסן, מען דארף מאכן אסאך שטערקער די סייט וכדו', אויף דעם האבן מיר דאך אייוועלט!!! כדי איך זאל נישט דארפן פאשען אין ארום קלעטערן אויף פרעמדער פעלדער, און נישט אויסגעהאלטענע סייטס, וואס ב''ה מיין פילטער לאזט נישט אדורך, אין דא האב איך געדארפט גאנצע 24 שעה זיך מישענען מיט די סייטס..

אפי' יעצט קען איך אויך נישט נארמאל עפענען, אין מיטהאלטן, קוים קוים קוים..
פליז מאכסט בעסער אדער עפעס אנדערע עצות, איך גלייב אז זייער אסאך חברים ליידן פין דעם איינער מער איינער ווייניגער...

איך האף באמת אז מען פארשטייט מיין ווייטאג וכו'
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:23 pm

אויף די ראדני סטריט איז אויסגעשורהט צענדליקער פאליס מענס, א טייל מיט לאנגע שרעקעדיקע ביקסען, א טייל שפאצירען פאר סתם אזוי ארויף אונד העראפ, איז דאס בלויז צו אויף אכטונג געבען, אדער איז דאס א פארברייטונג פאר א לויה אדערסגלייכען? זייער א שרעקעוודיקע סצענע.

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:24 pm

די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:27 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:גארנישט מיט די עצם פרשה וואס איך רוף מיר נישט אן, די ווייטאג איז זייער זייער גרויס..
נאר וואס? כ'וויל בשער בת רבים ארויס געבן מיין ווייטאג..

גאנצע 24 שעה האב איך נישט געקענט עפענן די סייט, איך האב גארנישט געקענט מיט האלטן, וואס עס טוט זיך, גארנישט גארנישט, איך האב מיר געשפירט אויסגעשפילט, אויסגעשלאסן, מען דארף מאכן אסאך שטערקער די סייט וכדו', אויף דעם האבן מיר דאך אייוועלט!!! כדי איך זאל נישט דארפן פאשען אין ארום קלעטערן אויף פרעמדער פעלדער, און נישט אויסגעהאלטענע סייטס, וואס ב''ה מיין פילטער לאזט נישט אדורך, אין דא האב איך געדארפט גאנצע 24 שעה זיך מישענען מיט די סייטס..

אפי' יעצט קען איך אויך נישט נארמאל עפענען, אין מיטהאלטן, קוים קוים קוים..
פליז מאכסט בעסער אדער עפעס אנדערע עצות, איך גלייב אז זייער אסאך חברים ליידן פין דעם איינער מער איינער ווייניגער...

איך האף באמת אז מען פארשטייט מיין ווייטאג וכו'

גם אני מצטרף בכאב לב

מהיות טוב
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

תגובהדורך מהיות טוב » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:30 pm

חד יומא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:גארנישט מיט די עצם פרשה וואס איך רוף מיר נישט אן, די ווייטאג איז זייער זייער גרויס..
נאר וואס? כ'וויל בשער בת רבים ארויס געבן מיין ווייטאג..

גאנצע 24 שעה האב איך נישט געקענט עפענן די סייט, איך האב גארנישט געקענט מיט האלטן, וואס עס טוט זיך, גארנישט גארנישט, איך האב מיר געשפירט אויסגעשפילט, אויסגעשלאסן, מען דארף מאכן אסאך שטערקער די סייט וכדו', אויף דעם האבן מיר דאך אייוועלט!!! כדי איך זאל נישט דארפן פאשען אין ארום קלעטערן אויף פרעמדער פעלדער, און נישט אויסגעהאלטענע סייטס, וואס ב''ה מיין פילטער לאזט נישט אדורך, אין דא האב איך געדארפט גאנצע 24 שעה זיך מישענען מיט די סייטס..

אפי' יעצט קען איך אויך נישט נארמאל עפענען, אין מיטהאלטן, קוים קוים קוים..
פליז מאכסט בעסער אדער עפעס אנדערע עצות, איך גלייב אז זייער אסאך חברים ליידן פין דעם איינער מער איינער ווייניגער...

איך האף באמת אז מען פארשטייט מיין ווייטאג וכו'

גם אני מצטרף בכאב לב

:cry: :cry: :cry:

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:34 pm

רבותי!
הערט אויף ארום צו סערטשן דעם סייט, לכה"פ די קומנדיגע 24 שעות
דאס וועט אסאך צוהעלפן צום גרינגקייט

מארקט אייך אן דעם לינק אין קומט נאר אזוי אריין צום סייט היינט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=475

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:39 pm

א קידוש ה'!!!

מ'האט אויפגעמאכט א געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, געלט שטרוימט אריין.

https://thechesedfund.com/chevrakaddish ... policehero
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

שטיקל געדאנק

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:41 pm

איך טראכט איצט אז לויט ווי מ'געט איבער לויט די מאסן וואפען און פייפ-באמבע איז די ארגענעלע ציהל געווען די שוהל און תלמוד תורה רח''ל וואס מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט ה''י, קומט אז אז די 2 הייליגע קדושים האבן געהאט די זכיה צו פארמיידן א מאסען שחיטה ה''י, מיר זענען נישט און הימל און נסתרים דרכי ה' אבער ס'איז זיכער אז די נשמות האבן געהאט א געוואלדיגע זכיה אז מ'האט זיי געקליבן פון הימעל מציל צו זיין די שטאט.
ע''כ
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:45 pm

אוסף החסיל האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז נישט געווען קיין קעמרעס אין די גראסערי?

זאג נאר ציגעלע, וואס ווילסטו זעהן???


איך וויל זעהן צי די פאליציי האט אריינגעשאסן אין גראסערי.

@אוסף החסיל
דו ווילסט אויך זעהן אלעס. זיי נישט קיין צולייגער אויף א צוויינטס חשבון ווייל יענער וויל אויך זעהן וואס דו ווילסט!

אוועטאר
קאלערדיג
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

תגובהדורך קאלערדיג » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:46 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:איך טראכט איצט אז לויט ווי מ'געט איבער לויט די מאסן וואפען און פייפ-באמבע איז די ארגענעלע ציהל געווען די שוהל און תלמוד תורה רח''ל וואס מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט ה''י, קומט אז אז די 2 הייליגע קדושים האבן געהאט די זכיה צו פארמיידן א מאסען שחיטה ה''י, מיר זענען נישט און הימל און נסתרים דרכי ה' אבער ס'איז זיכער אז די נשמות האבן געהאט א געוואלדיגע זכיה אז מ'האט זיי געקליבן פון הימעל מציל צו זיין די שטאט.
ע''כ

A good Point

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:51 pm

ווייזער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז נישט געווען קיין קעמרעס אין די גראסערי?

זאג נאר ציגעלע, וואס ווילסטו זעהן???


איך וויל זעהן צי די פאליציי האט אריינגעשאסן אין גראסערי.

עס איז נישט נוגע, חיים דייטש פארציילט קלאר אז גלייך ווען די טעראריסטן זענען אריין געקומען האבן זיי אים געשאסן אין די הענט און זיין קאזין האבן זיי געשאסן אפאר מאל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:52 pm

מחשב האט געשריבן:יעצט ווען דאס פארשטייפטקייט פאנגט אן צו נאכלאזן, הייבן די נאטורליכע הארץ כוואליעס אן צו בוזשעווען, און עס וויל זיך נישט בארואיגן.

כלל ישראל איז פעסט פארבינדן. ניין! נישט פארבינדן איז דאס, 'איינס' איז דאס! עס פילט זיך דער טראגעדיע זייער נאנט צום הארץ, און עס וויינט פון זיך אליין.

רבש"ע, אונזער הארץ איז טאקע אפען, אבער די מוח פארשטאפט, מיר ווייסן נישט גענוי וואס צו טוהן, ווי אזוי דיר מרצה זיין. מיר בעטן דיר, ווארט נישט אז מיר זאלן טרעפן אליין די וועג צוריק, נאר ''השיבנו ה' אליך", שיק אונז אריין די ריכטיגע געדאנקן, דאס קלארע דעת, זיך צו אומקערן צו דיר מיט מח און הארץ, במחדו"מ. מיר זאגן דיר טאטע צו "ונשובה", מיר וועלן מיט דיר צוריק ווערן נאנט פאראייניגט, און דאן וועסטו אוודאי צוריקברענגן אונזער ליכטיגע אמאל, און די אלע קדושים וועלן צוריק מיט אונז לעבעדיג זיין. חדש ימינו כקדם.


גם אני מצטרף להבקשה לב טהור ברא לנו ורוח נכון חדש בקרבנו אמן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:53 pm

זינגער האט געשריבן:א קידוש ה'!!!

מ'האט אויפגעמאכט א געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, געלט שטרוימט אריין.

https://thechesedfund.com/chevrakaddish ... policehero


An 18 year law enforcement veteran and married father of five was tragically murdered in the Jersey City attack on Tuesday December 10.

Detective Joseph Seals 40, was the first person identified as a victim of the horrific attacks in Jersey City which ultimately took the lives of three people inside the kosher grocery store on Martin Luther King Drive.‎ The attacks also injured many others.

Seals a beloved Police officer was the department's leading officer in removing guns from Jersey City's streets and frequently worked in plain-clothes. The veteran officer joined the Jersey City police force in 2006, according to department officials.

‎As we mourn the tragic deaths in our own community, we also are deeply pained by the tragic loss of Detective Seals and mourn his senseless loss. Please let's open our hearts and assist his grieving family at this terrible time.

No community more than the Orthodox Jewish community appreciates the incredible sacrifices our law enforcement heroes make on behalf of all citizens every day. Let's take that appreciation and turn it into action!

Join us in as we turn our heartfelt grief into something more meaningful and donate to this special fund set up for Detective Seals's family. He made the ultimate sacrifice. Let us come together and donate generously in his memory.

This fund will be administered by prominent Jewish community activists Mr. Chaskel Bennett, Mr. Leon Goldenberg and Mr. Moshe Wulliger in partnership with Yeshiva World News (YWN) and directed to the Seals family after we reach our goal. ‎ May God bless our law enforcement professionals and may he bless Detective Seals memory. #RIP
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:54 pm

זינגער האט געשריבן:א קידוש ה'!!!

מ'האט אויפגעמאכט א געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, געלט שטרוימט אריין.

https://thechesedfund.com/chevrakaddish ... policehero

הערליך!

$5000 אין איין שעה!!

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:08 pm

ואס מיינט שוין פייפ באמבע פאר א גוט יאר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, Rimnitz, גאלדגרוב, זיסע פיש, נודניק, פרעג נישט, קנעטענע קיגעל, שטארקע חסיד, שיעלע בהמה און 39 געסט