רעים האט געשריבן:ממש אזא זאך זיכעך (אזוי איך האב פריער געשריבן אז איך האב שוין געטרייט מיט איינס וואס מ'דארף אן עטענע אינדרויסען און ס'האט נישט געארבעט געהעריג ווייל אנצוקוימען פון מיין דירה צו א געהריגע אפנע פלאץ איז לכל הפחות 150 פיס און די מאשין וואס איך האב ארבעט נישט מיט אזא לאנגי ווייער)
די שאלה איז וואס הייסט נארמאלע אינטערנעט קענעקשען? א אינטערנעט דזשעק? אדער סתם גוטע אינטערנעט סערוויס? (ווען די פאן כאפט סערוויס האט עס גוטע אינטערנעט)
אזוי אויך זעה איך נישט מיין פאן (קייעסערא E4610 און די קייעסערא עקסטרים) צווישען די ליסטע פון Compatibility דעווייסעס
אינטערנעט סערוויס מיינט מען נישט סעלפאון אינטערנעט, נאר געהעריגע ווייערד אינטערנעט סערוויס אין דער פלאץ ("אינטערנעט דזשעק") פון וויירייזאן פייאוס, אפטימיום, וכדו'.
רעים האט געשריבן:די ביידע קאמפעניס האבען אסאך מינע אויב קענסט צו ווייזען וועלעכע איז די בעסט פאר מיך (ווייט פון א פלאץ וואס האט גוטע סערוויס)
איך ווייס נישט, ווי געזאגט וואלט מסתם גוט ווען דו טרעפסט איינער מיט עקספיריענס (דא שולן וואס האבן דאס פאר די בעיסמענט, פרוביר פרעגן איינער וואס לייגט דאס אריין), און ווי געזאגט איז עס איז נישט נאר וועלכע דעווייס נאר די פונטקליך גוטע פלעיסמענט פון דער אנטענע.