אזוי ווי איך וועל נישט ענטפערן אויף יעדנס תגובה נאר איך וועל האלטן אין איין ענטפערן און שרייבן די אפדעיטס דא - וועל איך מאכן יעדע אפדעיט מיט א בלויע קאליר אז מ'זאל קענען צוריקומען און ליינען נאר די אפדעיטס - און איך וועל לאזן וויסן ווען איך האב געמאכט אן אפדעיטשוין גלייך פון אנהייב איז מיר געווען אינטערעסאנט די נייע SUNBEAM פאון, כ'האב געווארט אז איינער זאל אריינקומען מיט א ריוויא אבער דער עולם האט זיך געפוילט און איך נישט..
בינעך געגאנגען און געקאנטעקט דעי (זייער צוגעלאזענע און העפליכע) חברה פון סאנביעם אויף אימעיל און כ'האב זיי אנגעהויבן פרעגן כל מיני שאלות וכו' אפאר האבן זיי גענטפער לטב - אפאר למיטב, (אגב: זייער העפליכע סערוויס - דער גוי האט מיר אפילו געשיקט א ווידיאו ווי ער פראבירט אויס די מעפס אויף די פאון) און נאכן הערן אז זיי האבן א 30 טעג מאני בעק גערענטיע בין איך איינגעגאנגען עס צו פראבירן!
איך האב מחליט געווען צו פראבירן די העכסטע מאדעל וואס זיי האבן כעת, עס הייסט ORCHID און עס קומט מיט נעוויגעישן.
כ'האב באצאלט די 195 פלאס 10 דאללער פאר שיפינג און עס באשטעלט לעצטע וואך דאנערשטאג. אנגעקומען איז עס גאנץ שנעל נעכטן מאנטאג און גלייך ווען איך בין אהיים פון די ארבעט געלייגט די קינדער שלאפן און זיך אוועקגעזעצט אויסטשעקן די מצב.
יעצט וועל איך פראבירן צו שרייבן וואס עס קומט מיר ארויף אויפן מח - איך האב אינגאנצן די פאון ווייניגער פון 24 שעה סאו איך קענישט שרייבן מער ווי איך ווייס אבער איך האף צו אפדעיטן מיט די צייט.
ווי יעדער ווייסט בין איך שוין לאנג נישט אריינגעקומען קיין איי וועלט אבער אזוי ווי איך ווייס אז עס איז דא א גרויסע ניעד פאר גוטע כשר'ע פאון'ס שפיר איך פאר וויכטיג צו אפדעיטן דע רוי לעם. לאמיר אנהייבן!
איך האב געעפנט דער קליינע באקס און עס קומט - דער טעלעפאון - דער בעטערי - עיר פאון'ס - דער טשארדשער - א טשארדשער מאונט (ד.ה. אזויווי א טשארדשער פאר א קאורלעס טעלעפאון וואס די האסט אינדערהיים) - אן אפדעיט נאטיץ - אינסטרוקציעס און א רעסיט מיט א וועלקאם לעדדער.
לאמיר קודם גיין מיט די הארדוועיר און דערנאך מיט די סאפטוועיר
דער טעלעפאון איז רעלעטיוו לייכט און באקוועם עס האלט זיך גוט אין האנט און האט א רעלעטיוו גרויסע סקרין. עס האט א גרויסע סקרין פון אינדרויסן אויך ווי מ'קען זעהן די זייגער און דעיט. עס האט א קעמערע און א פלעשלייט.
עס שמעקט ביליגער ווי דער שווארצער שטארקער קיאסערע און אפילו ביליגער ווי די בלויע.מ'קען אריינלייגן א סים קארד און א MICRO SD קארד פון אונטער די בעטערי.
(אזויווי איך דארף שוין יעצט גיין און איך קעניש יעצט ממשיך זיין מיט די ריוויא, וועל איך קודם ארויפלייגן דאס וואס איך האב געשריבן ביז יעצט, און איך האף - ווי שנעלער - צו ענדיגן)
אפדעיט 5/5/2021 - 11:25: די פאון איז זייער שיין אויסגעשטעלט ווי יעדער קען זעהן און איך וויל מיך ריקן שנעל צום סעפטוועיר ווייל איך זעה אז דע רוי לעם וויל מער הערן פון דעם זאל יעדער כאפן א בליק אויפן בילד און דן זיין
- ORC-open2.png (594.25 KiB) געזען 924 מאל
דער בעטערי איז א פשוטע - נישטא וואס צוצולייגן
די עירפאונס איז ביליגער ווי דעי וואס מ'געט אויפן פליגער (פראביר עס אפילו נישט אריינצולייגן אין דיין אויער ווייל עס וועט דיר וויי טון אפאר טעג) מיין מיינונג איז אז עס איז א נארישקייט אז זיי געבן עירפאונס עס מאכט די זאך ביליג..
דער טשארדשער איז זייער א שטארקע און מאכטפולע טשארדשער עס טשארדשט שנעל און גוט און קוקט אויס ווי א גוטע קוואלעטי.
מיט
דער טשארדשער מאונט בין איך מיר ממש מחיה - און עס א גאר גוטע שריט וואס זיי האבן געטון. איך קום און אפיס צופרי און איך לייג עס אריין אין די מאונט און עס ליגט אזוי שיין און טשארדשט זיך א גאנצן צייט - טענק יו סאנביעם.
- ORC-docked.png (42.25 KiB) געזען 924 מאל
דער אפדעיט נאטיץ: איז געווען גוט צו ליינען א פונקטליכער אפדעיט וואס זיי האפן ארויסצוקומען בקרוב. עס קוקט אויס ווי זיי זענען העיר טו סטעי און כסדר אפדעיטן די םאון מיט נאך זאכן.
אינסטרוקציעס און א רעסיט מיט א וועלקאם לעדדער איז געווען זייער שיין צו באקומען - די איסטרוקציעס זענען זייער קורץ געשריבן און אין די וועלקאם לעדדער (געשריבן פערזענליך צו מיר מיט מיין נאמען) איז געשטאנען אלעס וואס די אינסטרוקציס האט פארפעלט (ווי למשל VVM וואס דאס מיינט אז מ'קען זעהן די וואיסמעיל וואס איינער לאזט דיר) ווי אויך אויף די רעסיט איז געטאנען א ווארימע טענק יו..
יעצט לאמיר זיך נעמען צו די סאפטוועיר פון די פאון וירא הקהל וישפוט(אזוי ווי עס נעמט מיר לאנג דאס שרייבן וועל איך קודם ארויפלייגן ביז אהער און איך וועל גלייך שרייבן ווייטער ביז ווען איך קען)
אפדעיט 5/5/2021 12:30
איך האב קודם אריינגעלייגט מיין אשת חיל'ס AT&T סים קארד (עס האט אזא LOCK וואס מדארף געבן א ריק און עס ווערט UNLOCKED אזוי לייגט מען עס אריין) אנגעצידן די פאון האט זיך רעלעטיוו שנעל און איך האב סעלעקטעד די שפראך (אגב קען מען סעלעקטן די טמא טריפה שפראך עברית) אויף ענגליש דערנאך האט עס גלייך געכאפט די סערוויס און מ'האמיר אריינגעדיילד דעם קול מבשר נאמבער און דער בחור ארבעט..
יעצט קודם כל - דע רוי לעם וויל וויסן צו עס ארבעט שטייט אדער שנעל? איך וואלט געזאגט אז עס ארבעט פונקט אינדערצווישן, ד.ה. נישט אזוי שנעל ווי דער קיאסערע און די זילבערנע LG - אבער אויך נישט אזוי שטייט ווי דעי אלע אנדערע ביליגע נארישע שטייטע קלאץ פאון'ס. און אפילו נאך וואס איך האב אריינגעבלוטוט מיינע 1650 קאנטאקס האט זיך נישט געטוישט די ספיד פון די פאון.
דער טעלעפאון איז א געהעריגע טאטש סקרין - האללללללאוי וואס איז נייעס - עס פליט און פארט ווי מ'בעהט, די טאטש סקרין ארבעט זייער גוט און איך פערזענליך האב זייער הנאה פון דעם.
די מעניו - וואס איז אויסגעשטעלט ווי א ליסט און מ'קען עס טשעינדשן צו א גריד -
אויף דער פאון איז 1) וואויסמעיל - 2) קאל היסטערי - 3) קאנטעקטס - 4) מעסעדשינג - 5) סקעדשועלס - 6) טולס - 7) מולטימיעדיע - 8) עדווענסד עפפס - 9) סיסטעם.
1) וואויסמעיל האמיר שוין געשריבן אויבן אז מ'קען זעהן די וואויסמעילס און עס איז דא אפילו אן אפשין פון אפליינען די וואויסמעילס אבער דאס האט צו טון מיט דיין קעריער און נישט מיט דער פאון - אני הקטן קעניש אפילו זעהן בכלל די וואויסמעילס און איך שטעל זיך פאר ווייל איך דארף אריינרופן מיין פראוויידער וואס איך האב נישט קיין צייט צו טון ווייל איך דארף קודם ענדיגן שרייבן די ריוויא אויף איי וועלט..
ביי
2) קאל היסטערי קען מען זעהן אלע קאלס אין א סדר און אויב ווילסטו מאכן למשל נאר די אינקאמינג דארפסטו עקסטער אריינגיין צו מעניו און מאכן 'פילטער' און סעלעקן וואס די ווילסט (מה שאין כן די אלע אנדערע פאון'ס קען מען זעהן גלייך אלעס זייער קלאר און שנעל).
ווי אויך קענסטו "נישט" אריינגיין צו עדיטן אדער זעהן די קאנטעקט וואס די האסט יעצט געקאלט. ביי קאל היסטערי האסטו נאר דריי אפשינס 1) דעליטן די קאל (און מ'קען "נישט" דעליטן אסאך קאלס אויפאמאל) - 2) צוריקאלן יענעם - 3) שיקן א טעקסט צו אט די נאמבער. אבער אויב האסטו איינעם געקאלט אינדערהיים און די ווילסט יעצט קאלן יענעם'ס סעלפאון וואס ליגט אונטער די זעלבע קאנטעקט מוזטו גיין צו קאנטעקטס און עס דארט אויפזוכן און קאלן.
3) קאנטעקטס: איך זעה נישט וואס איך האב דא צוצולייגן אויב איינער האט שאלות איבער קאנטאקטס וועל איך עס אפדעיטן דא.
ביי
4) מעסעדשינג קען מען זעהן אלע מעסעדשעס און כדי צו שיקן א נייע מעסעדש מוז מען גיין צו מעניו און דריקן 'ניו קאנווערסעישן' און דערנאך אריינלייגן די נאמבער אדער קאנטאקט.
די T9 איז ביטער שרעקליך און ווי איינער האט שוין געשריבן דא אז די קאמפאני ווייסט דערפון און זיי וועלן עס אפדעיטן נעקסטע וואך - איך געב מיר ביזדערווייל אן עצה ווייל מ'קען אויך מאכן אז ס'זאל ארויפקומען א קיעבארד אויפן סקרין (וואס דארט קען מען שרייבן אידיש אויך) אדער קען מען מאכן וואויס טו טעקסט ד.ה. איך קען אריינרעדן און דער פאון שרייבט אלעס אויף - דאס איז א פיעטשער וואס דארף האבן פאון דעיטע אדער ווייפיי (ווי מיר וועלן שפעטער שרייבן) און קאסט אויך 3.50 א חודש וואס סאנביעם געט פאר א פרי טרייאוט פאר 30 טעג.
איך וועל שרייבן דא עטליכע חילוקים פון דעי פאון ביז די קיאסערע און LG
מ'קען "נישט" MUTEN קיין קאווערסעישן'ס.
מ'קען "נישט" דעליטען אסאך אויף איינמאל.
(אקעי איך וועל יעצט גיין און צוריקומען שפעטער)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..