טוב לי תורת פיך האט געשריבן:1. דער אקטיוו 3 פיט און בוזעם טאש אויפן פיקטשער קוקט נישט אזוי אויס ?
עס איז זייער שווער דאס צו זאגן אן עקטשולי האלטן אזא כלי און עס טרייען, וואס איך האב נאכנישט געטון. אבער מיר שיינט אז עס פיט אריין (נעם אין אכט אז אסאך בילדער איז מיט דער פראטעקטיוו קעיס וואס עס קומט מיט דעם, אבער מען מוז עס נישט אריינלייגן.) איז עס ממש אזוי סליעק און דין? ניין. (אזויווי די קייאסערע דורא אנקעגן די אנדערע פליפ פאונס. עס איז גרעסער? יא. אבער עס פיט אין דער העמד טאש נישט שלעכט.)
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:2. ארבעטן דער אנדערע מיט פענס אדער נאר דער אקטיוו 3?
זיי קומען זיכער נישט מיט א פען, און האט נישט די גרינגע סיסטעם פון סעמסאנגס פען. עס קען זיין אז עס איז דא פענעס/סטיילעסעס וואס ארבעטן דערמיט, אבער נישט די זעלבע גוט.
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:3. קען מען האלטן דער עפפס אויף א sd קארד אדער דארף עס זיין אויף דער טעבלעט?
שוין געשריבן אויבן אז אין דזשענעראל קענען עפפס נישט זיין אויף די SD קארד (אבער אויך געשריבן אז לגבי די עפפס אליינס איז 32 גיג היבש גענוג, אפילו מיט אסאך עפפס.)
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:4. יעצט א רענדאם שאלה איז עפפס געניג גוט אדער זאל איך נעמען א ווייט ליסט?
עס איז נישט דא אזא זאך "גענוג". עפפס איז גוט פאר וואס זיי זענען געמאכט, און אויב ווילסטו סתם קענען אנקומען צו וועבזייטלעך וועסטו מוזן האבן א פילטער/ווייטליסט.
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:5. אויב קענסטו אין קורצן אויסשמועסן דער חילוק צווישן אקטיוו 3 און דער tab 8
האט היבש א בעסערע פראסעסער, און אן אפציע פון מער סטארידזש (די אנדערע האבן בלויז 32 גיג), א בעסערע קעמערע, און א בעסערע סקרין. (אויך האט עס א רימאוועבעל בעטערי.)
טוב לי תורת פיך האט געשריבן:6. בנוגע ארבעטן שנעל איז נישט דער ram דער וועג ווי אזוי מען קוקט עס ?
עס איז איין פונקט פון צווישן אנדערע, און דער אקטיוו האט 4 גיג צו די 3 פון די אנדערע.