מוכר ספרים האט געשריבן:כ’האב שטארק חשק זיך איינצוהאנדלען תג בקרוב און אנהייבן האקן שטיקער. דערווייל פלעג איך מאכן גאר אסאך קונטרסים אין אינדזעזיין אבער ס'דא צופיל פראבלעמען און זאכן וואס מקען נישט טון. (הגם כ’האב יארן עקספיריענס אין אינדעזיין).
איידער כ'האנדל זיך איין תג קען איך באשטיין צו הערן לגבי די עיטורים און דעזיינס וואס כ'גלייב אז ס'איז א באזונדערע אינדוסטריע.
וואו קויפט מען אט די אלע בלומלעך, קעסטלעך און דעזיינס? און איענמאל מ'האט דאס קען מען דאס אריינברענגען ניצנדיג תג אדער מ'וועט נאכאלץ דארפן ניצן אינדעזיין?
כ’וועל מיך פרייען פאר א קלארן הסבר.
די עיקר סיבה פארוואס איך וויל קויפן תג איז:
1) צו קענען אנהייבן מאכן ספרים מיט פוטנאוטס געהעריג. א דעזיין העכער די פוטנאוטס, און קענען שרייבן למשל "השוואות ומקורות" ביי די דעזיין העכער די פוטנאוטס.
2) כ’וויל קענען אריינברענגען שיינע קעסטלעך און דעזיינס. (ביי אינדעזיין איז עס א מעניועל ארבעט און ס’קען זיך כסדר ריקן)
3) כ’וויל אז די קאלומס זאלן זיך ענדיגן אייניג אונטן פונעם עמוד. טויו אדער רויט. כ’האב דערפאר א סקריפט אין אינדעזיין אבער ס'קומט אויס פאצעריש.
4) כ’האב געוויסע פאנטס, למשל די מקובל'דיגע רש"י פאנט וואס ארבעט נישט אין אינדעזיין. שוין פראבירט אלע סארט אופנים. אפשר אין תג וועט עס יא ארבעטן.
כ’וועל מיך פרייען פאר קלארע עצוב ותושיה אויף די נקודות וואס איך טו דא באטאנען. ס'וועט מיר זיין א גרויסע הילף.
יישר כח גדול
אפדעיט, היום יום ג':
ב"ה מיר האבן זיך איינגעהאנדלט תג דעם זונטאג נאכט, געזעסן דערויף נעכטן א גאנצן טאג, און ב"ה מ'האמיר ארויס די זאך.
די אידישע אינסטרוקציע ביכל האט שטארק ארויסגעהאלפן [כ'האב עס געליינט שוין פאריגע וואך איינמאל, און דערנאך נאך עטליכע מאל די וואך בשעת'ן פראקטיצירן. ס'איז זיכער א הילף, נאר די בעסטע וואלט געווען ווען דער ביכל איז ווען אויף אזא סטיל ווי די איסנטרוקציע ביכל פאר אינדעזיין וואס טויגליכער האט געמאכט. מיט דעטאלירטע קעפלעך און שיין מסודר, מערערע בילדער און מער שטאפלווייז וכו'. אדערווייז גאר גוט].
די זעלבע א יישר כח פאר חברים און ידידים וועלכע זענען האבן געדולדיג מיר ארויסגעהאלפן.
אויסער דעם איז מיר א מורא'דיגע הילף דאס אז כ'קען אינדעזיין, ווייל דארט קען מען אויף געוויסע זאכן מאכן שנעלער, באקוועמער און גרינגער קאודס. און אינדעזיין פייל סעיווט מען צו RTF
יעצט האלטן מיר ביים העדער נושא און ביי פוטנאוטס. און באלד נעמט מען שוין אן באשטעלונגען