דרייטצעך האט געשריבן:כ'ווייס אז איך וועל לכאורה כאפן אחת מנה אפים פאר וואס כ'גיי יעצט שרייבן, אבער כ'שרייב וואס איך האלט.
די עד ברענגט ארויס דער אמת'ע גאר ווייטאגליכע נקודה אז דער 'נעט' (אינטערנעט) טוט מיט אונזערע נשמות דאס וואס היטלער ימ"ש האט געטון מיט אונזערע גופים.
און עס גייט צו מיטן זעלבן פאלשן מהלך ווי כאילו עס מאכט פריי - גרינג וכו' ווען בשעת מעשה הרג'ט עס - אין בוכשטעבליכן זון פון ווארט - די נשמה.
כ'בעט איבער פון פארדעם וועם כ'האב אויפגערעגט, כ'פארשטיי אייך, אבער ההכרח לא יגונה, דער אינטערנעט איז א רוחניות'דיגן האלאקאוסט.
פארוואס עפעס כאפן פאר אייער מיינונג? איר זענט פולי ענטייטעלד טו איט.
איצטערט צו אייער הסבר איז דא צוויי נקודות ווי איך דיסעגרי.
1. אינטערנעט האט נאכנישט גע’הרג’ט 6 מיליאן אידן, פינטל.
2. קיינער איז נישט געגאנגן קיין אוישוויץ צו זוכן פרייהייט. מער ווי א לופטיגע סלאגאן פאר די גאס, האט עס געמיינט זיראו פארן איד און עד היום שטעלט קיינער צוזאם אויסשוויץ מיט פרייהייט.
לייג א בינען פארכאפער בילד און שרייב ’ווי ווי דער געצייג הרג’ט פרייע בינען דורכן פארקויפן ’זיסקייט’ ס’זעלבע טוט אינטערנעט צו אונזער נשמה... אזוי האסטו הרג’ט, זיסקייט, פרייהייט, נשמה, אונז און אינטערנעט אין איין ליין און בראווא.