גליטשעדיג האט געשריבן:
מען דארף זיין פארנומען מיט עשה טוב אבער שטיין על המשמר אויכעט.
איינער פון די איינוואינער אין סורפסייד פלארידע האט לעצטנס איבערגעבויעט זיין אפארמענט פאר אסאך געלט, אבער די יסודות פונעם בנין איז געווען געשפאלטן און אלעס איז אוועק מיטן רויעך.
דא שרייען אידן אז מען דארף שטיין על המשמר אז די יסודות פון אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שפאלטן, דארף מען זיי צוהעלפן, אז א עד אדער מאגאזין איז נישט געאייגנט זאל עס ווערן אויסגעשמועסט, אן קיין נעמען נאר די נושא.
בדרך אגב איז בעסער ארויסצושרייבן פארוואס א זאך איז נישט אויסגעהאלטן אדער עקלדיג, און נישט סתם פעך.
לדעתי, איז שרייען אויף עדס -אפילו אלע עדס זענען פראבלעמאטיש- פונקט ווי איבערבויען א דירה אן קיין יסודות.
זיכער אז מ’דארף רעדן דערפון, און מ’דארף איבערבויען דעיס אויך.
אבער נישט דעיס איז דער יסוד.
ווען מ’זאל אויפבויען די יסוד אין אונזערע קינדער, וואלטן זיי אליינס געפילט וואס טויג און וואס נישט.
צי איז עס לגבי אינטערנעט צי עדס צי מאגאזינען צי מיט וועמען זיך צו חבר’ן.
נעמען די דירה און אנלייגן אלעס אויף דעם און נאר דעיס איבערבויען, גייסטו מארגן דארפן איבערבויען א צווייטע אפארטמענט, און קיינמאל נישט ענדיגן. פראבלעמען ברוחניות קומט צו יעדן טאג. מ’קען נישט נאכיאגן צו באשייגעצען אלעס, ווייל אין די צייט וואס מ’נעמט קעיר פון איין פראבלעם, קומט צו נאך צען פראבלעמען.
די פאוינט איז אז דיין קינד דארף האבן דעם יסוד וואס אידישקייט איז.
די דעפענישן פון אידישקייט ווערט יעצט אריינגעפראויגרעמט אין זייערע מוחות (סאב קאנטשעסלי, אזוי ווי אלע עדס) אז דאס איז עפעס א גליון וואס האקט אויף זאכן. יעדע מאל מ’גייט רעדן פון אידישקייט גייט ער טראכטן פון דער גליון.
און דעיס איז ביי יעדע זאך. למשל צניעות,
אלע סקולס רעדן פון צניעות, מ’לערענט אויס אלע הלכות, און מ’לייגט נאך צו תקנות צו פארזיכערן אז צניעות איז ביי יעדן אויפן העכסטן פארנעם, אבער אלע סקולס מוטשענען זיך מיט צניעות און זיי פארשטייען נישט פארוואס. יעצט אויב דו ליינסט ווואס איך שרייב, ווען דו קומסט אהיים פרעג דיין טאכטער וואס מיינט צניעות? רוב מיידלעך האבן נישט קיין אנונג וואס צניעות איז. ווייל הלכה איז נישט די יסוד עס איז די דירה וואס דו מוזט האבן צו קענען וואוינען, א יסוד אליין איז גארנישט ווערט אבער א דירה אליין איז אויך גארנישט ווערט, יעדע קאלטע ווינט צובלאזט עס.
אזוי קען מען גיין ווייטער צו סמארטפאונס , רעדן ביים דאווענען אא"וו
הלכות קען יעדער ווייל נאר דעס לערנט מען, אבער פארוועם טוט מען עס? פארוואס וויל ער מ’זאל עס טון?
סאו פאר די עדס צופאטשקענען די יסוד, מאך זיכער אז עס איז טאקע דא יסוד.