טישטוך האט געשריבן:איך וויל דא איבערבעטן בשער בת רבים די אלע וואס האבן זיך געשפירט געטראפן פון מיינע תגובות אין דיזן אשכול. איך מיין אז איך האב ארויסגעברענגט דאס וואס איך האב געוואלט, מיין מיינונג האב איך נישט געטוישט - און אזוי אויך האב איך נישט געטוישט קיינעמס מיינונג...
איך וועל ענדערש שרייבן וויצן און פאעזיע, און ווייניגער זיך פארטון מיט דברים העומדים על הפרק (חוץ אז ס'וועט ברענען...) איך בין אויף אייוועלט פאר אינטערטעינמענט פערפעסעס אנלי!
ראביי טישטוך
איר דארפט זיך נישט אנטשולדיגן פאר קיינעם
ווער ס’שפירט זיך געטראפן פון א צווייטע מיינונג ווי אים זאל זיך ביטע אליינס אנטשולדיגן.
וואס יא, איידל און מער אבייעקטיב און ווייניגער פערזענדליך מעג זיין די נוסח הכתיבה פון כלל אנ”ש באייוועלט פה יצ”ו
אבער ווייטער- כולנו פה בשביל הפערפעסעס אנלי ולא בעבור לבלוע איש את רעהו חיים.
און ראביי טישטוך ביטע בלייב דא און לאז אונז כסדר הערן דיין פרעספעקטיוו.
האטס הנאה מיינע פריינד.
(כ’האב מורא צו שרייבן ענדזשוייטס ווייל ס’איז בלשון העמים ענגליש....)