גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אידיאט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:לכתחילה פאסט אז ווען מ'ברעגט דא עדס זאל מען אויסמעקן די נעמען פון די גרעפקער און פון די קאמפעני, משום לשון הרע. [ועוד כדי שלא יהא חוטא נשכר פרי עדווערטייזינג].

פארוואס?

פארוואס נישט אנרופן דעם קינד ביים נאמען?

ווען דיין זוהן זאל זאל ווען דרייען מיט א מושחת אין גאס, צו אפילו נאר שמועסן מיט אים אין שוהל וואלסטו אים נישט געזאגט שטיי ווייט פון דעם מענטש, ער איז א סכנה פאר דיין רוחניות?

ווי קומט אהער לשון הרע?

די (גאר) גרויסע מאקעטינג פירמעס זענען פיל מיט פוחזים ורקים וגם לרבות פוחזות ורקות, אנשים ונשים וואס האבן נישט קיין שמץ שמעק צו ערליכקייט, די וואלסט נישט געלאזט דייין קינד פארברענגען מיט זיי פאר קיין מינוט. איך וויל, אבער איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים ווי אזוי די התנהגות איז אין די אפיסעס, בין אנשים ונשים, ווי די אלע זיצן טאג אין נאכט אויף סאושעל מידיע, און וואס די מארקעטער טוען אין די פרייע צייט מיט די גרילס, טריפס, פארברענגאכסט אסאך מאל עקסטער די מענער און (כמעט אלע)מאל נישט אזוי מקפיד......

אבער איך טאר נישט זאגן קיין ווארט..... לשון הרע......

אזוי ווי (איך האף אז) די פארשטייסט אז ווען א שגץ, א משכיל געבט ארויס א בוך אז מען טאר דאס נישט לייענען ווייל עס לאזט א רושם אויף די מענטש. די זעלבע איז מיט די אלע עדס. זיי לייגן אריין קאפ און מח ווי אזוי אויסצושטעלן יעדע זאך, וואס איז די סטייל אין די גוי'שע גאס, וועלכע פאנטס זענען "אין", וואס איז "נאך עקסעפטעבל" אין די היימישע מאגאזינען, וואס איז שוין בארדערליין, און וויפיל קען מען שטופן די ליין מער אראפ.

און ניין, איך רעד נישט פון די קלענערע גראפיקער וואס טוהן זייער ארבעט בנאמנות. איך רייס נישט אראפ די ערליכע אינגעלייט וואס נוצן אויס זייער טאלאנט וואס זיי האבן פונעם אויבערשטן. איך "פלעג" אויך טוהן אין די ליין - ממילא זיי נישט חושד אז איך זיך צו עלימענירן קאמפעטישן - איך ווייס זייער גוט וואס טוט זיך, איך ווייס אויך אז זייער אסאך בעלי בתים האבן נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די עדס, זיי בעטן ביים דעזיינער, מאך מיך עפעס שיין און אדער געפעלט עס יא אדער נישט און מען ארבעט עס אויס. חוץ ווען זיין קאמפעטישאן איז געגאנגען צו א גרויסע קאמפעני, דעמאלטס ווערט ער קלוג און הייבט אן פארלאנגען, אז מיין שכן האט געלייגט אזא גרויסע פאסטראמי סענדוויטש מיט קעטשאפ און פיקעלס, פארוואס קען איך נישט לייגן א ריזן אריינגעביסענע טשיז קעיק מיט א דבר תורה לכ' יו"ט.....

דער אמת איז אז דאס איז א נושא (אזוי ווי אסאך אנדערע נושאים) וואס אדער האט מען די סענסיטיוויטי אדער נישט, און פארדעם - ווי איך פארשטיי - קומט א איד און האט ארויסגעגעבן א גליון און דערט פון די נושא צו אביסל מסביר זיין פאר די וואס כאפן נישט אז בעקיפין פירט מען זיי און באד אריין, און דאס וואס איז אמאל געווען "נישט נארמאל" ווערט די "ניו נארם" און אז מען זאל כאפן אז מען פארלירט די סענסיטיוויטי.

און פאר די אלע העיטערס וואס האבן "פיינט" די העיטערס - האלא??!! אביסל אהבל ישראל??!! מיין נשמה איז א ראזינקע? נאר דעם קל דארף מען מקרב זיין און "פארשטיין" ?? ווי איז דיין אהבת ישראל צו מיר?? #גיוו מי סאם לאוו

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אייזן שטארק

דו ביסט א ליגנער און מוציא שם רע, איך קען פערזענליך פון דער נאנט איינע פון די גרעסטע מארקעטינג פירמע'ס אינעם יהדות החרדית און דער בעה"ב איז א איד וואס איז אן ערנסטער קובע עתים און האט אפילו נישט קיין סמארטפאון! די מענעזשער'ס, גראפיקער, און שרייבער, זענען ערנסטע אינגעלייט וועלכע פירן שטרענג ערליכע אידישע שטיבער אן קיין שום שינוי פון זייערע עלטערן! בעפאר יעדן עד זעצט מען זיך אוועק און מען פלאנירט אויס די טעקסט און עס גייט אריבער יעדן איינעם כדי אז עס זאל זיך נישט דערשפירן קיין שום נישט אידישער טעם דערפון. אין אפיס זיצן די פרויען אפגעטיילט פון די מענער און חוץ פון טעכנישע אנגעלעגנהייטן איז נישט פארהאנען קיין שום קאמיוניקאציע צווישן זיי.

און איך קען נישט נאר די ספעציפישע פירמע, נאר כמעט אלע מארקעטינג פירמע'ס מיט וועמען עס קומט מיר אויס צו האנדלען זעה איך די באנעמונג, און אפטמאל קען מיר עס אפילו נערוועז מאכן! איינמאל האב איך געדארפט צוקומען גאר וויכטיג צו א דאקומענט וואס איז געליגן ביי איינע פון די פרויען איינגעשטעלטע, איך האב זיך פארבינדן צום בעה"ב און ער האט מיר געזאגט אז עס וועט מוזן ווארטן נאך א טאג, ווייל ער האט נישט איר נומער!

ווי נעמסטו די עזות אזוי אראפצורייסן הונדערטע ערליכע אינגעלייט און ווייבלעך וועלכע שטרענגען זיך אן צו ברענגען כשר'ע עד'ס? איך קען אפשר צוויי פירמע'ס וואס פירן זיך עטוואס צווייפלהאפטיג, און קיין איין ערנסטע אקאונט נוצט זיי נישט! מייסטנס עד'ס וואס ווערן דא אראפגעברענגט אינעם אשכול קומען פון קליינע און נישט פראפיסיאנאלע פירמע'ס וואס שיקן ארויס די עד'ס געמאכט צו ווערן אין אינדיע פאר עטליכע גרייצער, און די טעקסט קאפירן זיי פון פרעמדע ערטער. אויב אזוי, פארבינד זיך מיט די קליינטשיגע פירמע'ס און בעט זיי אז זיי זאלן אויפהערן.

קום נישט אראפרייסן אן אינדוסטריע וואו עס זענען איינגעשטעלט אומצאליגע היימישע און ערליכע אינגעלייט וועלכע זענען נאמנים לה' ולתורתו, אלס וועגן דו האסט נישט געקענט אראפשלינגען א ליניע אדער צוויי.

אנטשולדיגט פארן אויסברוך אבער דאס מאס שנאת חנם און הוצאת שם רע וואס עס ליגט צווישן די געמיינע שורות קען איך נישט טאלערירן.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינער האט א גלעזל קאלטע וואסער?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טישטוך האט געשריבן:קום נישט אראפרייסן אן אינדוסטריע וואו עס זענען איינגעשטעלט אומצאליגע היימישע און ערליכע אינגעלייט וועלכע זענען נאמנים לה' ולתורתו, אלס וועגן דו האסט נישט געקענט אראפשלינגען א ליניע אדער צוויי.

אנטשולדיגט פארן אויסברוך אבער דאס מאס שנאת חנם און הוצאת שם רע וואס עס ליגט צווישן די געמיינע שורות קען איך נישט טאלערירן.

בארואיגט אייך. דו האסט דיינע פלעצער וואס רירט דיר צו א רויע נערוו, אק"א סמארטפאון און מנינים ביי קאראנא, און דו קענסט דאס נישט אראפשלינגען און נישט טאלערירן. אלזא, ווען יענער האט א פירצה וואס באדערט אים - האט ער די זעלבע רעכט צו ווערן "צעשפילט".

רילעקס
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

צולייגער האט געשריבן:

עס איז פארהאן א חילוק צווישן ארויסברענגען עפעס וואס באדערט, צו שיסן פעך און שוועבל באגלייט מיט הבל הבלים אויף א גאנצע אינדוסטריע וואו מען ארבעט דירעקט אויף דאס פארקערטע ווי זיין באשולדיגונג.
ישראליק'ל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 3:27 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראליק'ל »

9 מילכיגע טעג
אטעטשמענטס
City Cafe 9 Days.png
City Cafe 9 Days.png (275.63 KiB) געזען 1954 מאל
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

זייער א שיינע עד, וואס ווילסטו אז ער זאל לייגן? א חורבן בית המקדש?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איך קען פארשטיין די געפיהל וואס קרומט אויף די 9 טעג עד, מיין שאלה איז אויב פאר א דרייסיג יאר צוריק האט מען נישט געזען אזא עד
די גאנצע מאטיוו פונעם בעל הגליון איז אז ער דערשראקן צום טויט זעהנדיג אז אידישקייט איז אויפן וועג אראפ, און אז איינס פון זיינע סימנים איז די עדס
מילא אזאנע סארט עדס וואס מ'האט געזעהן ווען "אידישקייט האט נאך געבליהט" קומט דאך זיכער נישט אריין דא
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כ׳האב אמאל געהערט פון אײנע פון די גרױסע רבנים שליט״א אזא הגדרה, א מענטש קען אפטוהן דאורײתות און הארבע זאכן פריװאט בײ זיך, אבער װען דער זעלבער מענטש װעט גײן ברבים למשל שבת קודש און עובר זײן א שבות דשבות דרבנן דאס איז אין א געװיסן זין אסאך ערגער צוליב די השפעה װאס דאס האט אױף אנדערע,
לענײנינו, די אלע װאס זאגן אז מ׳קען דא נישט ארױסברענגען די װײטאג װאס גאר אסאך האבן אױף די הײנטיגע אדװערטײזמענטס װײל שרײבן אױף אײװעלט איז אױך נישט אױסגעהאלטן, קען מען דאס פארשטײן אז די חילוק איז פשוט כדלעיל, יא מיך שטערט אז לע״ע שרײב איך אױף אײװעלט, אבער דאס איז קײן שום פארגלײך צו אדס װאס ערשײנען אין פובליק און אלע בחורים און קינדער (ערװאקסענע) לײנען עס דורך, די השפעה װאס דאס האט איז אומפארמײדבאר,
װי אױך איז דס װאס געװיסע זאגן אז מ׳זאל דאס נישט ארײנברענגען אהײם סתם נישט פראקטיש הײנט װײל די אױסגאבעס דרײען זיך איבעראל ס׳ליגט בחינם אין די גאסן און אסאך בחורים וכו׳ פיקן דאס אױף נישט װארטנדיג פאר די עלטערן אדער לײנט מען דאס ערגעץ אנדערש,
אפגערעדט פון קול מבשר עדס װאס אסאך הײמישע שטובער הערן, און די ניגונים צו מארקעטן עסן אדער אנדערע פראדוקטן, שױן,

נאכאמאל, איך האב גארנישט קעגן די אדװערטײזער - מארקעטער, אבער די ביליגקײט פון די עדס גײט אריבער די גבולים מ׳קען מאכן געהעריג פרנסה פון מאכן נארמאלע אידישליכע (אױף אידיש, מוז נישט דוקא זײן ענגליש) עדס,
ברבים צו פארשפרײטן עדס װאס מאכן למשל די גאנצע זה קלי ואנוהו וכדו׳ געװאנדן װי א שײנע נײעסטע דעזײן בעקיטשע - תפילין בײטל - וכו׳ מ׳גײט, אדער עסן עדס מיט בילדער װי מ׳בײסט ארײן אין די ״געשמאקע נײעסטע פלעיװאר״ אלע מינע מאכלים וכו׳ טוט װײ, און אז געװיסע אידן נעמען די מיה און געבן ארױס א גליון ארױסצוברענגען - זה לעומת זה - ברבים די פראסטקײט דערפון איז דאס באגריסנװערד,
איך קוק אן די גליון אז אינגעלײט װאס ס׳באדערט זײ די עדס, האבן געטהן למעשה און ארױסגעברענגט זײער װײטאג ברבים,
וירא הקהל וישפוט.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

soda water
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

איז שוין ארויס געקומען א צווייטע גליון?
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

טישטוך 100% גערעכט......... זעיט אויס אז 2021 ינגע דור וויל זיך פילן גיט מיטן ארפרייסן אנדערע איך פארשטיי דיר גוט! ס’רייסט ביים הארץ. אבער וועס זאל מען טיהן נישט אייביק איז די פראבלעם די נושה אסאך מאל מער די מענטשן וואס רעדן עס...
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

איינער האט שוין דערמאנט די מעשה פין סאטמאר רב זי”ע מיט אדווערטייזמענט פין לוויתן א טנא קאמפעני ?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4636
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

טאטע העלף האט געשריבן:איינער האט שוין דערמאנט די מעשה פין סאטמאר רב זי”ע מיט אדווערטייזמענט פין לוויתן א טנא קאמפעני ?

אדרבה. קום אריין.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דער דור איז געשלאגן מיט ערנסטע פראבלעמען. עס איז נישט די צייט זיך צו פארנעמען מיטן אראפרייסן גאנצעטע פירמע'ס מיט ווילדע סלאגאנען אונטער א שלייער פון פרומקייט.
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

א איד האט געהאט (אדער דעמאלטס געפענט) א פיש סטאר לוויתן (איך וויס נישט אויב סאיז די זעלבע פין היינט אדער נישט)
סאיז געווען אפאר אידן וואס סהאט זיי געבאדערט אז מניטצט זיך מיט א הייליגער נאמען לוויתן האבן זיי אויפגעהאנגען א צעטיל אין שיל דערקעגן ווען די רבי איז אריינגעקימן אין שיל פרייטאג צינאכטס האט ער באמערקט די צעטיל האט ער געהייסן ריפן ר’ מעדל גערשן די שמש אין עם געזאגט איך גיי נישט דאווענען ווילאנג די הייסט נישט פאר א גוי עס אראפ נעמען ....
אין ער האט זיך אנגעריפן וויל איינער האט א פרימקייט דארף ער נישט אראפ רייסן אנדערע אידן’ס פרנסה וועגן דעם..............
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

טישטוך האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:לכתחילה פאסט אז ווען מ'ברעגט דא עדס זאל מען אויסמעקן די נעמען פון די גרעפקער און פון די קאמפעני, משום לשון הרע. [ועוד כדי שלא יהא חוטא נשכר פרי עדווערטייזינג].

פארוואס?

פארוואס נישט אנרופן דעם קינד ביים נאמען?

ווען דיין זוהן זאל זאל ווען דרייען מיט א מושחת אין גאס, צו אפילו נאר שמועסן מיט אים אין שוהל וואלסטו אים נישט געזאגט שטיי ווייט פון דעם מענטש, ער איז א סכנה פאר דיין רוחניות?

ווי קומט אהער לשון הרע?

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אייזן שטארק

דו ביסט א ליגנער און מוציא שם רע, איך קען פערזענליך פון דער נאנט איינע פון די גרעסטע מארקעטינג פירמע'ס אינעם יהדות החרדית.....

קום נישט אראפרייסן אן אינדוסטריע וואו עס זענען איינגעשטעלט אומצאליגע היימישע און ערליכע אינגעלייט וועלכע זענען נאמנים לה' ולתורתו, אלס וועגן דו האסט נישט געקענט אראפשלינגען א ליניע אדער צוויי.

אנטשולדיגט פארן אויסברוך אבער דאס מאס שנאת חנם און הוצאת שם רע וואס עס ליגט צווישן די געמיינע שורות קען איך נישט טאלערירן.

זאג נאר, דו האלסט באמת אז איך האב א IQ פון 15?? דו מיינסט אז איך האב דאס געשריבן אויגעזויגן פון פינגער? איך האב עס געשריבן ווייל איך בין אין די ליין פאר לאנגע יארן, און איך זעה וואס טוט זיך.

אלעס וואס איך האב געשריבן זענען זאכן וואס מען קען אליינס געוואר ווערן. עס איז נישט מוציא שם רע ווען זיי אליינס זענן די וואס שטעלן ארויס זייער חאזעריי פאר יעדעם צו זעהן און מיטהאלטן. עס איז נישט שנאת חינם ווען מען פיטערט אן דעם עולם מיט אומריינע השקפות.

אבער וואס איך נעם ארויס פון דיין "אויסברוך" (כלשונך) איז אז די האלסט ווי מיך אז די עדס זענען א פראבלעם, די האלסט אויך אז די סטאנדארטן זענען געפאלן טיף אריין אין גוי'ישקייט, נאר די שאלה איז ווער איז שילדיג. די האלסט אז עס ליגט ביי די קליינע גראפיקער וואס שיקן קיין אינדיע, און איך האלט אז עס ליגט ביי די גרויסע קאמפעניס.

קודם כל, עס איז נישט צו שטארק א נפקא מינה - די נושא בלייבט א פראבלעם וואס איז צריך תיקון גדול.
צווייטנס, פאנג אן נאכקוקן די גרויסע עד קאמפיינס וועסטו זעהן אז עס זענען יא די גרויסע קאמפעניס מיט די גרויסע אקאונטס וואס מאכן פראבלעמאטישע עדס.

טישטוך האט געשריבן:איך קען פערזענליך פון דער נאנט איינע פון די גרעסטע מארקעטינג פירמע'ס אינעם יהדות החרדית און דער בעה"ב איז א איד וואס איז אן ערנסטער קובע עתים און האט אפילו נישט קיין סמארטפאון!

זייער א שיינע זאך. אשר על כן.... מיינט נאכנישט אז ער ווערט נישט נשפע פון די גוי'אישע גאס, מיינט נאכנישט אז ער זוכט נישט צו פאלויען די לעיטעסט טרענדס....

ועוד, איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך רעד נישט פון די גראפיקער וואס האלטן זיך יא גראד... איך רעד נישט פון פערזעליכע מענטשן, איך רעד פון די פראבלעם און פון די וואס ברענגען די פראבלעם צו יעדעם אין שטוב אריין.

תענית חלום האט געשריבן:און ניין, איך רעד נישט פון די קלענערע גראפיקער וואס טוהן זייער ארבעט בנאמנות. איך רייס נישט אראפ די ערליכע אינגעלייט וואס נוצן אויס זייער טאלאנט וואס זיי האבן פונעם אויבערשטן. איך "פלעג" אויך טוהן אין די ליין - ממילא זיי נישט חושד אז איך זיך צו עלימענירן קאמפעטישן - איך ווייס זייער גוט וואס טוט זיך...

איך גיי נישט אריינגיין אין ספעציפישע קאמפעניס, ווייל איך קען נישט מעסטן יענעמ'ס יראת שמים, אבער אין כמעט אלע גרויסע קאמפעניס זענען דא פראבלעמען, איינער מער איינער ווייניגער, אבער די נושא בלייבט נאך אלץ נושא, און די פראבלעם בלייבט נאך אלץ פראבלעם.

טישטוך האט געשריבן:בעפאר יעדן עד זעצט מען זיך אוועק און מען פלאנירט אויס די טעקסט און עס גייט אריבער יעדן איינעם כדי אז עס זאל זיך נישט דערשפירן קיין שום נישט אידישער טעם דערפון...

בטעם וריח אין להתווכח.... אויב האלטסו אז יענעמ'ס טעם אין אידישקייט איז גוט פאר דיר, זאפ דיך אן דערמיט וואס גייט מיך אן, קום אבער נישט זאגן אז עס איז נישט קיין פארבלעם פארן כלל.

חוץ וואס איך בין געווען אין די ליין פאר אסאך יארן, קען איך פערזענליך עטליכע אינגעלייט וואס באמת זיי זענען נישט געווען די גרעסטע תנא קמא'ס פארדעם, אבער איינמאל זיי זענען אריין ארבעטן פאר די גרויסע גראפיקער, זענען ממש געווארן נישט צום דערקענען. און ניין, איך רעד נישט דוקא פון לבוש, איך רעד פון השפקה, אידישקייט, סענסיטיוויטי פאר ריינקייט, יראת שמים ויראת חטא וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן. און ניין, איך וויל נישט זייער השפעה זאל אריבערגיין צו מיינע קינדער.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

איך ווייס נישט ווי אלט די פראלבעם איז אבער מיין מגי"ש אין ישיבה האט שוין געשטורמעט קעגן היינטיגע אדווערטייזמענטס בערך 10 יאר צוריק, איך געדענק נאך זיין דרשה ווי היינט...

עס איז דעמעלטס געווען די אדווערטייזמענט בעפאר ראש השנה פון גאלדען טעיסט כריין, און די קעפל פון די עד איז געווען וז"כריינ"ו

אוי האט מיין מגי"ש געוויינט איבער די עד, ווי מען נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער און מען מאכט אזעלכע ליצנות
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פון די קול מבשר אשכול....

וואס עפעס? האט געשריבן:א רוף צו קול מבשר
ביטע הערט אויף טראמעטייזן אידישע קינדער מיט די עיני ישועה עדס
אין סידור שטייט איין מאל מעין הרע - אז איר ווילט איבערזאגן ווערטער דראמאטיש - ביטע טוט עס מיט מעזי פנים
יעדער זאך האט א שיעור

אז מען רעדט שוין יא נעמען א ניגון פון מלך ה׳ אלוקי ישראל מלך און עז טוישן צו מילך מילך מילך איז אין מיינע אויגן א ביליגע טאקטיק און ווען א גויאישע מארקעטינג פירמע וואלט עס געטוהן וואלט מען עס באשריגען.

מילך מילך מילך.... א ביטערע געלעכטער,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טאטע העלף האט געשריבן:איינער האט שוין דערמאנט די מעשה פין סאטמאר רב זי”ע מיט אדווערטייזמענט פין לוויתן א טנא קאמפעני ?

טאטע העלף האט געשריבן:א איד האט געהאט (אדער דעמאלטס געפענט) א פיש סטאר לוויתן (איך וויס נישט אויב סאיז די זעלבע פין היינט אדער נישט)
סאיז געווען אפאר אידן וואס סהאט זיי געבאדערט אז מניטצט זיך מיט א הייליגער נאמען לוויתן האבן זיי אויפגעהאנגען א צעטיל אין שיל דערקעגן ווען די רבי איז אריינגעקימן אין שיל פרייטאג צינאכטס האט ער באמערקט די צעטיל האט ער געהייסן ריפן ר’ מעדל גערשן די שמש אין עם געזאגט איך גיי נישט דאווענען ווילאנג די הייסט נישט פאר א גוי עס אראפ נעמען ....
אין ער האט זיך אנגעריפן וויל איינער האט א פרימקייט דארף ער נישט אראפ רייסן אנדערע אידן’ס פרנסה וועגן דעם..............

זאג נאר, די אנדערע מעשה פון סאטמאר רב זי"ע קענסטו אויך?

געווען א איד וואס האט געלאזט דרוקן א ש"ס און אויף די צווייטע זייט פונעם דעקל האט ער אריינגעלייגט א עד פאר זיין ביזנעס, ווען הרה"ק מסאטמאר האט דאס געזעהן האט ער פארגעהאלטן דעם איד דערויף, האט דער איד געזאגט אז ער האט דאס נאר געטוהן פאר אדווערטייזמענט אבער ער מיינט נישט ח"ו צו מבזה זיין די ספרי קודש. האט דער רבי איהם געזאגט, אויב אזוי האב איך פאר דיר א בעסערע פלאן פאר עדווערטייזינג, אין די ספר תורה איז דא ליידיג פלאץ העכער די כתב און אונטער די כתב לייג דארטן אריין דיין עד און ווען מען וועט גיין הגבה וועט עס יעדער איינער זעהן...!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

תענית חלום האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:לכתחילה פאסט אז ווען מ'ברעגט דא עדס זאל מען אויסמעקן די נעמען פון די גרעפקער און פון די קאמפעני, משום לשון הרע. [ועוד כדי שלא יהא חוטא נשכר פרי עדווערטייזינג].

פארוואס?

פארוואס נישט אנרופן דעם קינד ביים נאמען?

ווען דיין זוהן זאל זאל ווען דרייען מיט א מושחת אין גאס, צו אפילו נאר שמועסן מיט אים אין שוהל וואלסטו אים נישט געזאגט שטיי ווייט פון דעם מענטש, ער איז א סכנה פאר דיין רוחניות?

ווי קומט אהער לשון הרע?

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- אייזן שטארק

דו ביסט א ליגנער און מוציא שם רע, איך קען פערזענליך פון דער נאנט איינע פון די גרעסטע מארקעטינג פירמע'ס אינעם יהדות החרדית.....

קום נישט אראפרייסן אן אינדוסטריע וואו עס זענען איינגעשטעלט אומצאליגע היימישע און ערליכע אינגעלייט וועלכע זענען נאמנים לה' ולתורתו, אלס וועגן דו האסט נישט געקענט אראפשלינגען א ליניע אדער צוויי.

אנטשולדיגט פארן אויסברוך אבער דאס מאס שנאת חנם און הוצאת שם רע וואס עס ליגט צווישן די געמיינע שורות קען איך נישט טאלערירן.

זאג נאר, דו האלסט באמת אז איך האב א IQ פון 15?? דו מיינסט אז איך האב דאס געשריבן אויגעזויגן פון פינגער? איך האב עס געשריבן ווייל איך בין אין די ליין פאר לאנגע יארן, און איך זעה וואס טוט זיך.

אלעס וואס איך האב געשריבן זענען זאכן וואס מען קען אליינס געוואר ווערן. עס איז נישט מוציא שם רע ווען זיי אליינס זענן די וואס שטעלן ארויס זייער חאזעריי פאר יעדעם צו זעהן און מיטהאלטן. עס איז נישט שנאת חינם ווען מען פיטערט אן דעם עולם מיט אומריינע השקפות.

אבער וואס איך נעם ארויס פון דיין "אויסברוך" (כלשונך) איז אז די האלסט ווי מיך אז די עדס זענען א פראבלעם, די האלסט אויך אז די סטאנדארטן זענען געפאלן טיף אריין אין גוי'ישקייט, נאר די שאלה איז ווער איז שילדיג. די האלסט אז עס ליגט ביי די קליינע גראפיקער וואס שיקן קיין אינדיע, און איך האלט אז עס ליגט ביי די גרויסע קאמפעניס.

קודם כל, עס איז נישט צו שטארק א נפקא מינה - די נושא בלייבט א פראבלעם וואס איז צריך תיקון גדול.
צווייטנס, פאנג אן נאכקוקן די גרויסע עד קאמפיינס וועסטו זעהן אז עס זענען יא די גרויסע קאמפעניס מיט די גרויסע אקאונטס וואס מאכן פראבלעמאטישע עדס.

טישטוך האט געשריבן:איך קען פערזענליך פון דער נאנט איינע פון די גרעסטע מארקעטינג פירמע'ס אינעם יהדות החרדית און דער בעה"ב איז א איד וואס איז אן ערנסטער קובע עתים און האט אפילו נישט קיין סמארטפאון!

זייער א שיינע זאך. אשר על כן.... מיינט נאכנישט אז ער ווערט נישט נשפע פון די גוי'אישע גאס, מיינט נאכנישט אז ער זוכט נישט צו פאלויען די לעיטעסט טרענדס....

ועוד, איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך רעד נישט פון די גראפיקער וואס האלטן זיך יא גראד... איך רעד נישט פון פערזעליכע מענטשן, איך רעד פון די פראבלעם און פון די וואס ברענגען די פראבלעם צו יעדעם אין שטוב אריין.

תענית חלום האט געשריבן:און ניין, איך רעד נישט פון די קלענערע גראפיקער וואס טוהן זייער ארבעט בנאמנות. איך רייס נישט אראפ די ערליכע אינגעלייט וואס נוצן אויס זייער טאלאנט וואס זיי האבן פונעם אויבערשטן. איך "פלעג" אויך טוהן אין די ליין - ממילא זיי נישט חושד אז איך זיך צו עלימענירן קאמפעטישן - איך ווייס זייער גוט וואס טוט זיך...

איך גיי נישט אריינגיין אין ספעציפישע קאמפעניס, ווייל איך קען נישט מעסטן יענעמ'ס יראת שמים, אבער אין כמעט אלע גרויסע קאמפעניס זענען דא פראבלעמען, איינער מער איינער ווייניגער, אבער די נושא בלייבט נאך אלץ נושא, און די פראבלעם בלייבט נאך אלץ פראבלעם.

טישטוך האט געשריבן:בעפאר יעדן עד זעצט מען זיך אוועק און מען פלאנירט אויס די טעקסט און עס גייט אריבער יעדן איינעם כדי אז עס זאל זיך נישט דערשפירן קיין שום נישט אידישער טעם דערפון...

בטעם וריח אין להתווכח.... אויב האלטסו אז יענעמ'ס טעם אין אידישקייט איז גוט פאר דיר, זאפ דיך אן דערמיט וואס גייט מיך אן, קום אבער נישט זאגן אז עס איז נישט קיין פארבלעם פארן כלל.

חוץ וואס איך בין געווען אין די ליין פאר אסאך יארן, קען איך פערזענליך עטליכע אינגעלייט וואס באמת זיי זענען נישט געווען די גרעסטע תנא קמא'ס פארדעם, אבער איינמאל זיי זענען אריין ארבעטן פאר די גרויסע גראפיקער, זענען ממש געווארן נישט צום דערקענען. און ניין, איך רעד נישט דוקא פון לבוש, איך רעד פון השפקה, אידישקייט, סענסיטיוויטי פאר ריינקייט, יראת שמים ויראת חטא וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן. און ניין, איך וויל נישט זייער השפעה זאל אריבערגיין צו מיינע קינדער.

דאס איז טאקע ריכטיג אז יעדער קען דאס געוואויר ווערן
איך בין אויך אין די ליין און קיין איין איינציג ווארט וואס דו זאגסט איז נישט ריכטיג. איך קען אויסרעכענען אויפן פינגער בערך צוויי פירמעס וואס קען טיילווייז שטימען מיט וואס דו רעדסט, וואס זיי זענען בכלל נישט היימיש געשטימט, און אויב דו האסט א חבר וואס גייט דארט ארבעטן איז עס זיין אייגענע שולד, וועם וואלסטו באשולדיגט ווען ער גייט ווען ארבעטן אין א גוי'איש פירמע אין מאנהעטן. מער פון דעם איז מוציא שם רע אויף א ציבור 100%, פאר קיין שום סיבה, ס'איז אלעס איינס ביי איינס וואוילע אידן יראים ושלמים
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4636
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

Borrower האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טאטע העלף האט געשריבן:איינער האט שוין דערמאנט די מעשה פין סאטמאר רב זי”ע מיט אדווערטייזמענט פין לוויתן א טנא קאמפעני ?

אין ער האט זיך אנגעריפן וויל איינער האט א פרימקייט דארף ער נישט אראפ רייסן אנדערע אידן’ס פרנסה וועגן דעם..............

אונגארישע הייזער האט געשריבן:זאג נאר, די אנדערע מעשה פון סאטמאר רב זי"ע קענסטו אויך?

.!

פששששש.

ביידע מעשיות האבן א שטארקע לימוד.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

טאטע העלף האט געשריבן:א איד האט געהאט (אדער דעמאלטס געפענט) א פיש סטאר לוויתן (איך וויס נישט אויב סאיז די זעלבע פין היינט אדער נישט)
סאיז געווען אפאר אידן וואס סהאט זיי געבאדערט אז מניטצט זיך מיט א הייליגער נאמען לוויתן האבן זיי אויפגעהאנגען א צעטיל אין שיל דערקעגן ווען די רבי איז אריינגעקימן אין שיל פרייטאג צינאכטס האט ער באמערקט די צעטיל האט ער געהייסן ריפן ר’ מעדל גערשן די שמש אין עם געזאגט איך גיי נישט דאווענען ווילאנג די הייסט נישט פאר א גוי עס אראפ נעמען ....
אין ער האט זיך אנגעריפן וויל איינער האט א פרימקייט דארף ער נישט אראפ רייסן אנדערע אידן’ס פרנסה וועגן דעם..............

געוועהן א טונא קאמפעני, דער וואס האט די לויתן פיש סטאר איז נאך דעמאלט געוועזען אין די ווינדלען, איך האב נאך געגעסען פון די טונא, ער האט זיך אויפגעלעהזט סוף אין די נו"ן יארען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קלוגער האט געשריבן:געוועהן א טונא קאמפעני, דער וואס האט די לויתן פיש סטאר איז נאך דעמאלט געוועזען אין די ווינדלען, איך האב נאך געגעסען פון די טונא, ער האט זיך אויפגעלעהזט סוף אין די נו"ן יארען

פון ר' ישראל ווייס ע"ה
אטעטשמענטס
IMAG0433.jpg
IMAG0433.jpg (642.62 KiB) געזען 1818 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

וועלטניק האט געשריבן:
דאס איז טאקע ריכטיג אז יעדער קען דאס געוואויר ווערן
איך בין אויך אין די ליין און קיין איין איינציג ווארט וואס דו זאגסט איז נישט ריכטיג. איך קען אויסרעכענען אויפן פינגער בערך צוויי פירמעס וואס קען טיילווייז שטימען מיט וואס דו רעדסט, וואס זיי זענען בכלל נישט היימיש געשטימט, און אויב דו האסט א חבר וואס גייט דארט ארבעטן איז עס זיין אייגענע שולד, וועם וואלסטו באשולדיגט ווען ער גייט ווען ארבעטן אין א גוי'איש פירמע אין מאנהעטן. מער פון דעם איז מוציא שם רע אויף א ציבור 100%, פאר קיין שום סיבה, ס'איז אלעס איינס ביי איינס וואוילע אידן יראים ושלמים

איך מעג זיין מחולק מיט דיר.

איך האב אויך נאכאמאל זייער קלאר ארויסגעשריבן אז איך רעד נישט פון די גראפיקער וואס האלטן זיך גראד.
רוב גרויסע זענען נישט אין די קאטיגאריע וואס האלטן זיך גראד. גייט מיך נישט אן צו יא צו נישט סמארטפאון, נישט דאס דעפיינט אידישקייט.

און צו געבן א גיס אויס ״יראים ושלמים״ אויף א גרויסע ציבור אידן וואס יעדער שטייט אויף א אנדערע דרגה, איז אויך נישט ריכטיג. איך האב נישט גע׳פסל׳ט די גאנצע אינדאסטריע, איך האב גערעדט פון די פראבלימאטישע וואס זיי מאכן עפ״ר די גרויסע קאמפיינס. ממילא פארשטיי די אויך אז לא כל הגראפיקער שוין, און דאס וואס איז ביי דיר ׳יראים ושלמים״ מוז איך נאכנישט אפקויפן בלינדערהייט ווייל די פארשטייסט אז יענער איז אקעי.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

farshlufen האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:געוועהן א טונא קאמפעני, דער וואס האט די לויתן פיש סטאר איז נאך דעמאלט געוועזען אין די ווינדלען, איך האב נאך געגעסען פון די טונא, ער האט זיך אויפגעלעהזט סוף אין די נו"ן יארען

פון ר' ישראל ווייס ע"ה

;l;p-

נאסטאלגיע
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”