די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

שוין א לענגערע צייט וואס ס'גרידזשעט מיר אין קאפ א הארבע פראגע,
און ס'וואונדערט מיר זייער פארוואס קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעברענגט.

ווען א היימישע יונגערמאן וויל זיך אריינלייגן אין גרעפיק דעזיין איז היינט צוטאגס נאך נישט עכט דא קיין געהעריגע וועג וויאזוי ער זאל זיך קענען לערנען אויף א פראפעשינעל וועג, יא, ס'דא לינקד'אין\לינדע מיט נאך אלע שימות נרדפים ווי מ'קען זיצן שעות ארוכות און וואטשן און נישט קלוגער ווערן קיין טראפ, ווער רעדט נאך צו וויסן וואו אנצוהייבן וואס און וואו צו זיכן, און איינמאל די טרעפסט שוין יא די "גיטע קורס" זיך דארפן ברעכן קאפ אין מח ביזן פארשטיין וואס יענער וויל, און ביז יענער קומט צו צום פאוינט, און דער צייט וואס א האלבע קורס הייבט ער ניטאמאל אן צו פארשטיין ווייל ס'איז אויף ענגליש, פון די אנדערע זייט האסטו די פאר געציילטע אידן וואס וועלן נאך גרויס דרוק און פרעשור מסכים זיין דיך אראפצוגעבן פון זייער טייערע צייט צו לערנען מיט דיר אביסל, פאר געפעפערטע פרייזן שטייצעך, און ער וועט דיר געבן א שליידער אריין אפאר טיפס אויף אינדעזיין, ויקרא שמו בישראל "קורס".

איך מיין ס'איז שוין העכסט צייט אז ס'זאל אנהייבן ארויסצוקומען קורסעס אויף אידיש פאר פאטא שאפ\אינדעזיין\איליסטרעיטאר באגלייט מיט טיפס, און אנווייזונגען, והמסתעף.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כבר דשו בזה, אדער איך בין נישט קאנווינסד אז עס איז דא עפעס וואס קען זיין זיכער בעסער ווי לינדא וכדו'.

דער ענגליש פראבלעם איז טאקע א פראבלעם, אבער ב"ה א איד מיט א קעפל (גענוג צו מאכן גראפיקס...) דארף נישט געדויערן צו לאנג צו קענען נארמאל פארשטיין אן ענגלישער שיעור.

די קורסן דארט זענען as good as it gets.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די דיזיינער »

קודם רוב גיטע דיזיינערס האבן קיין קורסעס קיינמאל גענומען, דא דארט קוקט מען א קליפעל אויב מען וויל וויסן א געוויסע זאך, סאיז באמת נישט שייך אויס צו לערנען דיזיינען סאיז דא די בעסעקס פראגראם וואס עניבאדי וואס א געפיל צו דיזייען וועט אליינס אויספיגערן און דיזיינען אליינס קומט פון עקספיריענס און פון די מוח.
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

אבער פארוואס דארפן שפייען בלוט ביזן ווערן די "גיטע דעזיינער"
corn pops
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך corn pops »

סאיז גראדע דא פון צייט צו צייט גרעפיק קורסעס, אבער אזויווי "די דעזיינער" זאגט פאר רוב דעזיינערס פעלט עס נישט אויס
אגב, קענסט פרעגן עני טיים אויפן וועלטל דא, סאיז דא אסאך אשכולות ארויסצוהעלפן
אכטונג דעזיינערס: אויב דארפט איר שאטערסטאק בילדער פאר א גוטע פרייז, שיקט מיר אן אישי
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

ווער רעדט נאך פון טרעפן א גוט באצאלטע דזשאב מיט די "עקספיריענס"
corn pops
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך corn pops »

פשיהא האט געשריבן:ווער רעדט נאך פון טרעפן א גוט באצאלטע דזשאב מיט די "עקספיריענס"

א "קורס" איז נישט קיין "עקספיריענס". ווייסט פון איינס וואס איז יא?
אכטונג דעזיינערס: אויב דארפט איר שאטערסטאק בילדער פאר א גוטע פרייז, שיקט מיר אן אישי
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיין מיינונג איז אז איינער מיט א געפיל צו גרעפיקס פיגערט עס געווענדליך אליינס אויס .
און איינער אן קיין געפיל זאל ביטע שטיין ווייט פון גרעפיקס.
ס’איז א חכמה ואינו מלאכה, מ’קען נישט טון גרעפיקס וויל מ’זוכט א דזשאב און דו האסט א חבר וואס מאכט געלט פון גרעפיקס. עינט גאנא ווארק.

און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, אין וועלכע ליין קען מען אנהייבן מיט עקספיריענס?

דער אייבערשטער זאל העלפן אז וואס דו טוסט זאלסטו זען הצלחה.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

די דיזיינער האט געשריבן:קודם רוב גיטע דיזיינערס האבן קיין קורסעס קיינמאל גענומען, דא דארט קוקט מען א קליפעל אויב מען וויל וויסן א געוויסע זאך, סאיז באמת נישט שייך אויס צו לערנען דיזיינען סאיז דא די בעסעקס פראגראם וואס עניבאדי וואס א געפיל צו דיזייען וועט אליינס אויספיגערן און דיזיינען אליינס קומט פון עקספיריענס און פון די מוח.

כ׳וויל מיר אביסל קריגן מיט דיר. כאטש וואס ס׳איז אמת אז מ׳קען זיין א גוטע דיזיינער אן קענען גוט די פראגרעם׳ס, און מ׳כאפט מער ווייניגער אויף וואס מ׳דארף קענען. איז אבער יא זייער ראטזאם אז ווען מ׳לייגט זיך אריין אין דיזיין צו נעמען א קארס וואס גייט איבער יעדע קליינע דיטעיל פונעם פראגראם (לדוגמא Deke McClelland One-on-One אויף אילעסטרעיטער אלע דריי חלקים)

גאר אסאך גאר גוטע דיזיינער׳ס פעלט זיי געוויסע טיפס וויאזוי מ׳טוט געוויסע זאכן און זיי טוען עס א שווערערע און לענגערע וועג צוליב דעם וואס זיי קענען נישט גוט די בעסיקס. (די זעלבע איז מיטן טייפן, ס׳איז דא אידן וואס טייפן שוין יאאאאאאארן נישט גוט, און דארפן קוקן אויפן קיבארד וכו׳ צוליב דעם וואס זיי האבן גענומען די דרך קצרה ואריכה) די זאכן טוט מען נאר אנהייב ווען מ׳איז פריש, שפעטער קען מען זיך נישט נעמען צו קוקן לאנגע בארינג בעסיק פראגראם ווידיאויס...

איבער היימישע אידישע קורסעס: כאטש איך פארגין זייער שטארק די לערנער׳ס צו מאכן געלט, האב איך נאך נישט געזען אזוי ווייט אז ס׳זאל זיין עפעס מורא׳דיג... אוודאי איז גוט צו צו האבן אן עקספעריענס דיזיינער וואס זאל קאמטען און פארעכטן דיין ארבעט, אבער צאלן טייער געלט פאר א קורס זיך צו לערנען די פראגראם, און דערנאך קענען א אכטל פון וויפל מ׳קען זיך לערנען אויף די גוטע לינדע קורסעס פון אויסגערופענע דיזיינער׳ס, זע איך נישט קיין תועלת...

אגב: האסט אמאל געטראכט פארוואס די דיזיין קורסעס עדס זענען נישט דוקא אייביג די בעסטע דיזיינט?... וד״ל. (אגב, כ׳האב קיינעם ספעסיפיק אין מיינד!)
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

Bissli האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז איינער מיט א געפיל צו גרעפיקס פיגערט עס געווענדליך אליינס אויס .
און איינער אן קיין געפיל זאל ביטע שטיין ווייט פון גרעפיקס.
ס’איז א חכמה ואינו מלאכה, מ’קען נישט טון גרעפיקס וויל מ’זוכט א דזשאב און דו האסט א חבר וואס מאכט געלט פון גרעפיקס. עינט גאנא ווארק.

און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, אין וועלכע ליין קען מען אנהייבן מיט עקספיריענס?

דער אייבערשטער זאל העלפן אז וואס דו טוסט זאלסטו זען הצלחה.


אבער ווען מ'רעדט פון א מענטש וואס האט יא די געפיהל דערצו און ער וויל זיך זעהן מצליח זיין אין די פעלד, קומט אים עס אן ביטער שווער ביז ער קען שניידן די פירות.

משא''כ ביי רוב ארבייט איז אדער די בעל הבית שטעלט אים צו בעיסיק טרעינונג, אדער קען ער אליין נעמען א קורס וואס צאלט זיך אים אויס אין אפאר חדשים.

און ווידער ביי גרעפיקס, וועלכע קאמפאני וועט אריינעמען א ארבייטער אן די מינימאלע טרעינונג און בעיסיק נאלעדזש? (און ביי אסאך קאמפאניס וועלן זיי אפילו נישט הערן אינטער 5 יאר עקספעריענס) די דארפסט האבן גרויס מזל אז נאכן אריינשיקן 100 סעמפעלס צו 50 ביזנעסער זאל ער אפילו ריפלייען צו דיין אימעיל.

און טאקע דערפאר וואס ס'איז א חכמה ואינו מלאכה וויל קיינער נישט נעמען די ריסק פון טרענירן אן ארבייטער און דערנאך זעהן אז יענער טויגט ניטאמאל פאר כפרות. משא''כ אויב וואלט ער באקומען די מינימאלע פראפעשינעל טרעינונג, און מיט פרעקטיס און גיידנעס, וואלט ער במילא גלייך געזעהן צו ס'איז פאר אים, און דאן ברענגט ער שוין אויך עפעס צום טיש.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

נאך די אלע טענות ומענות, אויב איינער וויל דאך זיך לערנען ביי א היימישן, קען מען זיך ווענדן צו גרעפיק24. הצלחה
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

Graphic24 האט געשריבן:נאך די אלע טענות ומענות, אויב איינער וויל דאך זיך לערנען ביי א היימישן, קען מען זיך ווענדן צו גרעפיק24. הצלחה


יעצט רעדסטו...

ווי ביסטו געווען ביז יעצט?

חבל חבל
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

איך האב באקומען פון איינעם זייער קלארע קורסעס אין ענגליש, אין זיך אנגעהויבן צו לערנען אז די ביזט איטעריסירט עס צו זען קענסטו מיר בעטן (מיט אביסל הדרכה וואס איך געהערט פון א גראפיקער)
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

אפשר איז די חלל אין די מענטשען וואס קענען נישט די מינימאלע ענגליש. אבער ווי שוין אמאל ערווענט דא, איז די פראבלעם מיט די ווידיאו קורסעס - די חלק פון די טיים פרעים, דהיינו אז די האסט נישט קיין באשימטע צייט ווען די מוזט זיך צובינדען דערצו. אשע"כ אפשר צו מאכן א גרופע פון יונגעלייט צו לערנען צוזאמען א קורס אין לינדא וואלט געקענט זיין א פלאן
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איך האב געמאכט שיינע זאכן אויף פעינט... נאך פאר איך האב געוויסט אז ס'דא אזא מין זאך אדאבי.
איך האב געמאכט אסאך זאכן אויף אין דיזיין נאך פאר איך האב געקיקט די ערשטע קורס אויף לינדע.

ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

צים סוף בין איך געגאנגען צי וויא פינט אקעדעמי געצאלט 3000 דאלער.
נאך אינמיטן די קלאס האב איך ב"ה געטראפען א גיטע גרעפיק פאזיציע מיט א ראלאטיוו גיטע וועידזש.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

סוואלט ווען גוט געווען א אידישע ביליגע פלאץ אבער אויף ביז דערוואל איז דא א סייט bringyourownlaptop.com פאר בלויז $12 א חודש! ער האט דארט קאורסעס פאר כמעט יעדע זאך. ער איז א אדאובי סערטעפייט אינסטרוקטער אין א אדאובי MAX געווינער. ער האט א גוטע כאריזמע סאיז ווערט אים צו הערן. (ער איז אויכט אויף יאטוב)
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

tesla האט געשריבן:איך האב געמאכט שיינע זאכן אויף פעינט... נאך פאר איך האב געוויסט אז ס'דא אזא מין זאך אדאבי.
איך האב געמאכט אסאך זאכן אויף אין דיזיין נאך פאר איך האב געקיקט די ערשטע קורס אויף לינדע.

ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

צים סוף בין איך געגאנגען צי וויא פינט אקעדעמי געצאלט 3000 דאלער.
נאך אינמיטן די קלאס האב איך ב"ה געטראפען א גיטע גרעפיק פאזיציע מיט א ראלאטיוו גיטע וועידזש.


די עיקר האב איך אויסגעלאזט מיין ערשטע רבי אין פאטאשאפ איז געוועין מורי ורבי מס. פאטאשאפ דא אויפן וועלט'ל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
פשיהא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 9:40 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשיהא »

tesla האט געשריבן:איך האב געמאכט שיינע זאכן אויף פעינט... נאך פאר איך האב געוויסט אז ס'דא אזא מין זאך אדאבי.
איך האב געמאכט אסאך זאכן אויף אין דיזיין נאך פאר איך האב געקיקט די ערשטע קורס אויף לינדע.

ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

צים סוף בין איך געגאנגען צי וויא פינט אקעדעמי געצאלט 3000 דאלער.
נאך אינמיטן די קלאס האב איך ב"ה געטראפען א גיטע גרעפיק פאזיציע מיט א ראלאטיוו גיטע וועידזש.


נישט געוואוסט אז וויא פאוינט טוט דאס אויכעט
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

אפשר קענסטו גיין צו זייער ענגליש קלאסן אזוי ארום וועסטו זיך שוין קענען לערנען ביי די וואס לערנען אויס די היימישע טיטשערס
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

tesla האט געשריבן:איך האב געמאכט שיינע זאכן אויף פעינט... נאך פאר איך האב געוויסט אז ס'דא אזא מין זאך אדאבי.
איך האב געמאכט אסאך זאכן אויף אין דיזיין נאך פאר איך האב געקיקט די ערשטע קורס אויף לינדע.

ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

צים סוף בין איך געגאנגען צי וויא פינט אקעדעמי געצאלט 3000 דאלער.
נאך אינמיטן די קלאס האב איך ב"ה געטראפען א גיטע גרעפיק פאזיציע מיט א ראלאטיוו גיטע וועידזש.

סתם פאר נייגער, ביסט אויפגעוואקסן מיט א קאמפיוטער אינדערהיים?
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

טיכטיגער האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:איך האב געמאכט שיינע זאכן אויף פעינט... נאך פאר איך האב געוויסט אז ס'דא אזא מין זאך אדאבי.
איך האב געמאכט אסאך זאכן אויף אין דיזיין נאך פאר איך האב געקיקט די ערשטע קורס אויף לינדע.

ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

צים סוף בין איך געגאנגען צי וויא פינט אקעדעמי געצאלט 3000 דאלער.
נאך אינמיטן די קלאס האב איך ב"ה געטראפען א גיטע גרעפיק פאזיציע מיט א ראלאטיוו גיטע וועידזש.

סתם פאר נייגער, ביסט אויפגעוואקסן מיט א קאמפיוטער אינדערהיים?


ניין.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אידישיסט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 9:37 am

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישיסט »

איז דא אין די אידישע גאס קורסעס אויף מארקעטינג און סטראטעגיע?
און אויב נישט, וועלכע אלגעמיינע קורסעס זענען רעקאמענדירט?
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

.
לעצט פארראכטן דורך שרויפקאפ אום מיטוואך מאי 12, 2021 12:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

אידישיסט האט געשריבן:איז דא אין די אידישע גאס קורסעס אויף מארקעטינג און סטראטעגיע?
און אויב נישט, וועלכע אלגעמיינע קורסעס זענען רעקאמענדירט?

מארקעטינג אין סטראטעיגיע. לויט מיין מיינאנג, אויב פארשטייט מען דערצו פעלט נישט אויס א קורס. אין איב נישט וועט הינדרעט קורסוס גארנישט אויפטין..
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: די חלל אין די אידישע וועלט פון גרעפיק קורסעס אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

tesla האט געשריבן:ווען איך האב באשלאסן אז איך וויל ווערן א גרעפיג דיזיינער האב איך קודם פראבירט לינדע.
די בעסטע טיטשער לויט מיין מיינאג איז דיק מיקלאלענט שליט"א.
אבער זייער שנעל האבעך איינגעזעין, אז גרעפיקס לעסענס פין גוים איז נישט געמאכט פאר א איד, ודי...

אויב דו רעדסט לגבי שמורת עינים: אויף אילעסטריעיטער זענען זיינע זאכן ריין, אויף פאטא שאפ האב איך גענומען פון א צווייטן וואס האט נישט קיין שום מענשט אין זיך (חוץ ביי די אריינפיר ווי מ'זעט דער בעל דרשן - וואס קען ווערן געסקיפט רואיגערהייט)
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”