קונטרס פון כולל אינגערמאן, וואס טוהט מען דערמיט?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

קיינמאל ערגער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:46 pm

קונטרס פון כולל אינגערמאן, וואס טוהט מען דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל ערגער »

כ'וויל מציע זיין א פראבלעם וואס קרענקט מער א לענגערע צייט אפשר וועט דער עולם קענען ארויסהעלפן.
איז אזוי: זייענדיג בעזהי''ת אין די ליין פון גראפיקס און בעיקר אין די ארבעט פון מסדר זיין קונטרסים, בראשורן, און גליונות וכדו' שוין פאר א היפשע וויילע, קומט מיר מאל צומאל אויס אז א כולל יונגערמאן [ל''ד אבער געווענליך איז עס אזוי] וויל מסדר זיין לדפוס זיינע חידו''ת מוציא זיין לאור עולם, אך דא עקא אז זייער אפט וויבאלד דער יונגערמאן איז א לומד תורה און נישט א טייפער אבער האט אליינס געטייפט די חידושים, דערפאר וועט די קונטרס זיין זייער זייער אומבא'טעמ'עט צו ארבעטן דערמיט מילד גערעדט, אלעס איז די זעלבע סטייל - די זעלבע פאנט - די זעלבע סייז, ס'איז נישט דא קיין קביעות'דיגע חילוק צווישן - שם הפרק - שם הסימן - שם הסעיף - גוף הספר - מראי מקומות, ווי מ'דארף א גרויסע פאראגאף וועט אנשטאט דעם זיין פילע ענטערס, נישט דא קיין שום נייע פעידזש וכו' וכו', סוף דבר די גאנצע זאך איז איין גרויסע צאם ווארף פון וווערטער ווערטער און נאכמאל ווערטער.
אין אזא פאל הייב איך אן מיט א שווערע קאמפליצירטע ארבעט פון פיינד און ריפלעיס [וואס איך גראדע ב''ה גאנץ גוט] אהער און אהין ארויף און אראפ [דורף טרעפן עטליכע קליינע שנויים צווישן קעפעלך און ד''ה וכדו'] וואס נעמט עטליכע טייערע שעות און דערנאך געווענליך דארף מען נאך טועהן מעניול געוויסע זאכן, און לאחר ככלות הכל דארך איך מאכן גאר געניטע בדיקות אויב אלעס איז טאקע דורך כשורה און כ'האב נישט אלעס קאליע געמאכט.
איז וויל איך וויסן איז דאס א נארמאלע ערשיינוג ביי יעדעם? וואס טוהט יעדער אין אזא פאל? אפשר איז דאס א באונדערע ביזנעס און נישט געאייגענט פאר איינער וואס מאכט עימוד און מסדר לדפוס? אדער אפשר איז דא מומחים וואס קענען זיך גאר גרינג אן עצה געבן מיט אזא זאך? און אויב יעדער טוהט דאס, דאן וויפיל טשארדזשט מען פארן קונטרס, די זעלבע ווי א מסודר'דיגע זאך וואס איז שיין צוטיילט כראוי וכיאות?
סוף דבר איך האב נישט קיין פריינט וואס טועהן אין דעם פעלד דערפאר ווענדט איך מיך צום עולם הרן וואס מ'האט צוזאגן דערויף ולמצוה יחשב
ייש''כ מעיקרא
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קונטרס פון כולל אינגערמאן, וואס טוהט מען דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

בעט פאר די איבריגע ארבעט לויט די שעה.
קיינמאל ערגער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:46 pm

Re: קונטרס פון כולל אינגערמאן, וואס טוהט מען דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל ערגער »

דאס איז א חלק פון שאלה, איז דאס 'איבריגע ארבעט' אדער דאס איז א זאך וואס יעדער אין דיע פעלד טוהט אפט און איז נכלל אין די געווענליכע מארקעט פרייז פער עמוד
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קונטרס פון כולל אינגערמאן, וואס טוהט מען דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויב פארלאנגט עס מער ארבעט ווי א דורכשניטליכע דזשאב, איז עס איבריגע ארבעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”