ביזנעס מעגענעט אין מאנרא

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

ביזנעס מעגענעט אין מאנרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

עפענענדיג מיין פאסט קעסטל היינט צופרי, ניין... נישט די פאסט קעסטל אינדרויסן, נאר דא אויפ'ן קאמפיוטער, זעה איך ווי א חבר מיינער האט מיר געאימעילט אזא גרויסע מעגענעט פון אלע סטארס - ביזנעסער אין מאנרא, רעדענדיג צו אים שפעטער האט ער מיר געזאגט אז עס איז אויסגעטיילט געווארן פאר גאנץ מאנרא. זעהט אויס א נייע מינע געדאנק וויאזוי צו מאכן געלט. אבער אזוי ווי איך קען עס נישט ארויפלייגן דא וועט מען מוזן ווארטן ווילאנג די חברה וועלן אויפשטיין און עס ארויפפאקן.

פאר מיר פערזענליך איז עס שוין צונוץ געקומען, זוכענדיג די נומבער פון "פידעליטי" האב איך עס דארט געטראפן. אבער איך פארשטיי נישט פ"וו ס'נישט דא אזא זאך אין ברוקלין אויכעט?

אז איינער האט עס ביי זיך בעט איך אים עס ארויפצולייגן, יש"כ למפרע.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

עס איז דעווען אדווערטייזט אין די פעפער'ס, אז עס קומט אויף וויליאמסבורג אין די קומענדיגע טעג.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

מיר איז זייער געפאלן די לעאוט, ס'איז נישט צו געפאטשקעט צו זוכן א נומבער. און אין די זעלבע צייט איז עס שיין אויכעט.
לעצט פארראכטן דורך אינגערמאן אום זונטאג פעברואר 14, 2010 11:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אני הקטן האב דעם גאנצן מעגענעט ווי גרויס ער איז אריינגעשליידערט אין מיסט קאסטן, פאר עפעס א סיבה האט דער בוכ"ע באשאפן א טעלעפאן ביכל, סתם ווייל איינמאל אין דריי יאר וועל איך זיכן דעם נומ. פון פידעלעטי דארף נישט א גרויסער גיגאנטישער מעגענעט אנ'חזר'ן מיין שיינעם פרידזשידער...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אינגערמאן, קענסט מיר עס אפשר שיקן? hkneehoiz@gmail שכוח.

גראדער, איך מיין אז רוב עולם טוט נישט אזוי. (אזוי האף איך...)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קרן עזר האט א מעגענעט מיט א לוח + אפאר עדווערטייזמענט'ס דאס האביך אויף מיין פרידזשעדער.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

דא רעדט מען פון א מעגענעט 8 מאל אזוי גרויס ווי קרן עזר'ס, אן קיין לוח, נאר מיט אדווערטייזמענטס... לפי דעתי העני' זייער ווינציג פערזאנען באצירן דעם פרידשידער דערמיט.

ווער ס'האלט אנדערש האט די פולע רעכט זיך מחולק זיין מיט מיר... כ'וועל נישט ברוגז זיין...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גראדער האט געשריבן:אני הקטן האב דעם גאנצן מעגענעט ווי גרויס ער איז אריינגעשליידערט אין מיסט קאסטן, פאר עפעס א סיבה האט דער בוכ"ע באשאפן א טעלעפאן ביכל, סתם ווייל איינמאל אין דריי יאר וועל איך זיכן דעם נומ. פון פידעלעטי דארף נישט א גרויסער גיגאנטישער מעגענעט אנ'חזר'ן מיין שיינעם פרידזשידער...

דאס מיינט אז דו וואוינסט אין מאנרא?

דזשאסט נייגעריג
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

גראדער האט געשריבן:דא רעדט מען פון א מעגענעט 8 מאל אזוי גרויס ווי קרן עזר'ס, אן קיין לוח, נאר מיט אדווערטייזמענטס... לפי דעתי העני' זייער ווינציג פערזאנען באצירן דעם פרידשידער דערמיט.

ווער ס'האלט אנדערש האט די פולע רעכט זיך מחולק זיין מיט מיר... כ'וועל נישט ברוגז זיין...


היא הנותנת אז איך זאל עס יא ארויפלייגן... האב איך ווען נאר אפאר נומבערס וואלט איך עס מסתמא נישט געהאלטן. אבער אז עס איז דא דארט א ערך פון 200 נומבערס קען מיר עס פשוט צונוץ קומען...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לכאורה האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:אני הקטן האב דעם גאנצן מעגענעט ווי גרויס ער איז אריינגעשליידערט אין מיסט קאסטן, פאר עפעס א סיבה האט דער בוכ"ע באשאפן א טעלעפאן ביכל, סתם ווייל איינמאל אין דריי יאר וועל איך זיכן דעם נומ. פון פידעלעטי דארף נישט א גרויסער גיגאנטישער מעגענעט אנ'חזר'ן מיין שיינעם פרידזשידער...

דאס מיינט אז דו וואוינסט אין מאנרא?

דזשאסט נייגעריג


וויאזוי האט מיין טיטשער געזאגט, איינס פלאס איינס איקאלס?

דרך אגב, אויב דו ביזט אזוי נייגעריג, קענסטע מערטשן דיין ניק מיט "זייער נייגעריג"
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אנטשולדיג מיר פארן דיך אאוטן (בלשון היידפארק). אבער יש לחלק אז איך בין בלויז נייגעריג, און יענער איז זייער נייגעריג.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לאמיך דיך עדיוקעיטן, (קרעדיט, מ. לעווין...) נייגעריקייט איז זייער אן אומבעטעמטער עסק, מ'קען איינעם גוט אנזאטלען ווען ער איז נייגעריג, וויל למשל איך פיר דיך יעצט גוט אין באד אריין מיט מיין אינפא, אלע ווייל דו ביזט נייגעריג, איז קום אריבער צו מיין דירה אין ב"פ וועל איך דיר אלעס מסביר זיין בקיצור...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לאמיר צוריקגיין צום נושא

איינער וויל מיטקומען?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

נו יאלא, צוריק צום נושא, יא מעגענעטס אדער נישט... איך האב שוין מודיע געווען חוות דעתי העני', וואס זאגט איר?
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

איך וואלט עס פלאצירט אויף מיין פריזדש. כגלייך עס זייער. כוואלט אדווערטייזט דארט. כהאלט אז סאיז א דורכברוך
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

כ'האב עס באקומען. קליק דא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

גראדער האט געשריבן:אני הקטן האב דעם גאנצן מעגענעט ווי גרויס ער איז אריינגעשליידערט אין מיסט קאסטן, פאר עפעס א סיבה האט דער בוכ"ע באשאפן א טעלעפאן ביכל, סתם ווייל איינמאל אין דריי יאר וועל איך זיכן דעם נומ. פון פידעלעטי דארף נישט א גרויסער גיגאנטישער מעגענעט אנ'חזר'ן מיין שיינעם פרידזשידער...


סארי, אבער ס'איז אביסל אסאך צו גרויס. ביי מיר אויפ'ן פרידזשידער הענגט ב"ה בילדער פון מיינע זיסע קינדערליך, און פלאץ פאר אכט פיסיגע מאגנאטען האבעך נישט.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

וואס איז די סייז פון די מאגענעט?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

בערך 12/9
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גראדער האט געשריבן:אני הקטן האב דעם גאנצן מעגענעט ווי גרויס ער איז אריינגעשליידערט אין מיסט קאסטן, פאר עפעס א סיבה האט דער בוכ"ע באשאפן א טעלעפאן ביכל, סתם ווייל איינמאל אין דריי יאר וועל איך זיכן דעם נומ. פון פידעלעטי דארף נישט א גרויסער גיגאנטישער מעגענעט אנ'חזר'ן מיין שיינעם פרידזשידער...

צו וואס אין גארבעזש?
כ'אב אויסגעשניטן די פאר מעגליכע קאנטאקטן וואס כ'על דארפן און געמאכט דערפון עטליכע קליינע שטיקעלעך מאגענעטס.

יעדע שטיק צייט טוישט מען כדי צו באצירן דעם פריזישדערעיטער.
אין איינוועגס האלט עס שוין מיינע וויכטיגע נאטיצן אויפן פריזשידער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

שוועמל ;l;p- ווי אייביג...
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך וואלט עס אויך געווארפן אין גארבידש.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

מיין פרידש איז נישט אזוי שיין אז איך זאל עס דארפן אוועקווארפן...
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

קען זיין אז ס'דא מענטשן וואס ווארפן עס אוועק אבער דאס זענען די מענטשן וואס זענען משום איזה סיבה מקפיד נישט אויפצוהענגען מאגנעטן אויפ'ן פרידזשידער

רוב מענטשן ווארפן אבער דאס נישט אוועק, עס איז זייער געשמאק און עס קומט צוניץ, די איידיע איז גאנץ א פיינע איידיע
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אויף וואס איז געבעסט דיין שרייבן "רוב" האסט געמאכט א סירוועי? אויב האסטו געמאכט פליז שרייב וויפיל אויסגעפרעגטע ס'געווען... למשל אויב פון 5 מענטשן האבן עס 3 געהאלטן איז עס רוב, באט ס'נאר 5 מענטשן.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”