AMAZING טעכנאלאגיע

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

AMAZING טעכנאלאגיע

תגובהדורך לעווי » פרייטאג אפריל 24, 2009 10:58 am

AMAZING!!!! AMAZING!!!! AMAZING!!!!

איך האב ממש נישט קיין ווערטער דערפאר. דאס איז די מערסט עמעיזינג טעכנעלאגיע וואס איך האב נאר אמאל געזען!! עס איז נישט קיין חלום נאר עס האלט אין די לעצטע שטאפלן פון ערפינדונג. אונזערע קינדער וועלן דארפן ביישטיין די שווערע נסיון און פאלגן די איסורים וואס וועלן ארויסקומען פון די פארשידנארטיגע וועדות ממשמרות איבער די חרשידע וועלט אקעdן דעם, טראץ דעם וואס די גאנצע וועלט וועט זיך באנוצן דערמיט.

די קליפ נעמט נאנט צו ניין מינוט אבער עס לוינט זיך צו זען די גאנצע ווייל עס ווערט בעסער און בעסער.



(אזהרה, א פרוי ווערט געזען)

http://www.mahnishmah.com/system/script ... cgi?p=7722


לאמיך הערן וואס איר זאגט דערצו?
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום פרייטאג אפריל 24, 2009 12:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אפריל 24, 2009 11:09 am

איין ווארט WOW
שכח לעווי
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:09 pm

AMAZING

די שאלה איז נאר וויפיל יונגעלייט וועלן זיך דרייען מיט דעם סאפיסטיקירטן קייטל...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:50 pm

טאקע עמעיזינג.
בפרט אז עס איז נישט קיין רעוואלוציאנערישע אויפטרעף נאר א געניאלע קאמבינאציע פון עקזיסטירנדע טעכנאלאגיע.

יש"כ לעווי

שוועמל האט געשריבן:די שאלה איז נאר וויפיל יונגעלייט וועלן זיך דרייען מיט דעם סאפיסטיקירטן קייטל...

וויפיל יונגעלייט האסטו געטראכט - 5 יאר צוריק - וועלן זיך דרייען מיט א בלוטוט אין רעדן צו זיך אויף די גאס?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » פרייטאג אפריל 24, 2009 1:18 pm

אויב איינער קען זאגן וואס די טעכנאלאגיע איז, און מען זאל נישט דארפן ספענדן 8 מינוט און נישט דארפן קוקן אויף די פרוי, און אז די וואס פארשטייען בעסער אידיש זאלן פונקליך פארשטיין וואס דא גייט פאר, ולמצוה גדולה יחשוב

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 24, 2009 1:50 pm

צוליב די פארלאנג אין אישית און אין טולק וועל איך פראבירן שרייבן פון וואס מען רעדט דא.


דער מענטש טראגט אויף זיך א קאמערע מיט א דעווייס וואס דעטעקט און כאפט אויף רוטינע מענטשליכע באוועגונגען.

ווען מען וויל נוצן א טעלעפאן, מאכט דער מענטש א באוועגונג און די פראזשעקטאר עפענט אויף די נומערן פעד אויף יעדן געגנשטאנד, אפילו אויף די האנט פלאכן און מען דיילט די נומערן און מען רעדט.
בילד

ווען מען גייט אין גראסערי מען באטראכט א אייטעם און ווייסט נישט וועלכע צו קויפן, דער קאמערע כאפט אויף דעם אייטעם און ברענגט גלייך ארויף אלע אינפארמאציע איבער דעם, ווי יוזער רעטונגס פון עמעזאן וכו' און אזוי פול מיט אינפארמאציע בשייכות דעם אייטעם.

ווען מען טרעפט זיך מיט א מענטש, די קאמערע כאפט אויף דעם מענטשנס געשטאלט, עפענט די פראזשעקטער אויף א סקרין פון דעם מענטשנס פראפייל אויף טוויטער, מייספעיס, וכדומה אויב דער מענטש האט עפעס.

ווען מען וויל ווויסן די זייגער, שטרעקט מען אויס די האנט כאילו מען טראגט א האנד זייגער, דער פראזשעקטער עפענט אויף א ווירטואלער האנט זייגער אויפן הענט.

וכהנה רבות, און ווי געזאגט איז עס נישט נייע אויפטרעפונגען, עס איז א ריכטיגע געניאלע בייפאל פון א קאמבינאציע פון עקזיסטירנדע טעכנאלאגיע.

זיי רופן עס The Sixth Sense, דער זעקסטער חוש.
דער מאשינקל דינט אלס אלע פינף חושים אינאיינעם.
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום פרייטאג אפריל 24, 2009 1:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אפריל 24, 2009 1:50 pm

אן ארטיקל בקיצור
http://www.atelier-us.com/internet-usag ... ice-at-ted

אה שוועמל האסט עס שיין באשריבן שכח
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:08 pm

עמעיזינג עמעיזינגט.

ס'איז אזוי עמעיזינג, אז ס'האט אפילו צוריק אהער געשלעפט לעווי'ן.

יישר כח.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:15 pm

עס איז זייער אינטערסאנט.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » פרייטאג אפריל 24, 2009 5:24 pm

אוי וויי!
ווען איינער וועט מיר יעצט טרעפן אין בית מדרש וועט ער פונטקליך וויסן וואס איך שרייב אויף איי וועלט?

אבער פונעם צווייטן זייט איז דאס נוצן פון דעם אויך פאר אידן גאר געוואלדיג.
איך טראכט פון עטליכע זאכן, איך וועל אי"ה נאך שבת ארויף לייגן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 24, 2009 6:56 pm

בקיצור
א מענטש -- א קאמפיוטער
אין א בחינה פון דער קמצן -- דער נדיב


מען דערמאנט זיך א מדרש און וויל עפעס מחדש זיין, מאכט מען א באוועגונג מיט די האנט כאילו מען שרייבט, די פראזשעקטאר עפענט אויף א מעמא פעד און מען שרייבט מיט די פינגער אלעס אראפ אין די לופט.
אויב ווילסטו שרייבן מיט קאלירן, קומט מיט אזוינע פינגער שפיצן מיט פארשידענע קאלירן און דער דעווייס כאפט אויף די קאלירטע שריפט.

.. גארנישט, כ'אב מיך עפעס דערמאנט כ'אב עס געוואלט ערגעץ אראפשרייבן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » זונטאג אפריל 26, 2009 2:10 pm

אינעם סאפערמארקעט געשעפט וועט מען קענען זעהן אויף א פראדוקט צו עס איז דא א שערורי' דערוועגן (סטראבעריס וכדומה), מען נעמט אינעם האנט די בעיגל זעהט מען צו די הכשר איז נאך דא דערויף אדער האט מען עס אראפגענומען, אדער שוין צוריק געלייגט, מען נעמט א שאכטל קעיק וועט דערויף ארויף קומען געבאקן נאך פסח (געענדיגט מיט די סטיקערס), והעולה על כולנה ווען מען קויפט זיך א פרענקפוטער דארף מען זיך שוין נישט שרייען אויפן גוי ארבעטער צו עס איז כשר צו נישט, די אמת שווימט ארויס!
געענדיגט אינעם סאפערמארקעט און מען גייט ארויס אויפן גאס, אויב עס איז ניסן, וועט דער מאשין ווייזן אויפן א דערנעבדיגן בוים אז דאס איז פרוכט בוים און די ברכה באווייזט זיך צווישן די בלעטלעך, געענדיגט מיטן ברכה און מען גייט ווייטער דערזעהט מען די בית המדרש, די מאשין גיבט שנעל א שווים ארויף אויף א וואנט און ווייזט שווארץ אויף ווייס (אדער לויט די ווידעא ווייס אויף גארנישט) ווען די קומענדיגע מנין מנחה איז און וויפיל מענטשן איז שוין דא פאר מנין, און אז עס פעלט אויס איז דא די אפציע צו רופן נאך צוויי אידן וואס דרייען זיך אין די געגענט און נאך נישט געדאווענט, (מען דארף מברר זיין להלכה צו מען קען זיך צוזאם שטעלן צעהן אידן אויפן ווידעא פאר מנין).
אינעם בית מדרש בשעתן דאווענען קומט ארויף אין די זייט מיט רויטע אותיות יעלה ויבוא, ביי רפאנו קומט ארויף א קוויטל פון חולים אפדעיטעד פונטקליך און סארטירט לויטן לעצטע אפדעיט פונעם לאקאלען האספיטל, צווישן שטילע און הויכע שמונה עשרה קומט ארויף די לאקאלע גוט מארגן\יום ביומו צעטל (עס וועט שוין זיין "רגע ברגע" צעטלעך וואס אפדעיט זיך אטאמאטיש פונעם שמחה סערווער.
צווישן מנחה מעריב זעצט מען זיך מיט גמרא'לע אין א ווינקל, וועט דער מאשין ברענגען אין די זייט מראי מקומות ביאורים פון המאור פרושים פון ארטסקראול הגהות פון עוז והדר און פינטעלעך פון טוביה'ס, ערקלערונגען אויף סיי וואס פאר א שפראך, און א סוירטש ענדשען צו זוכן בכל התורה כולה א שטייגער וואס מען פלעגט אמאל האבן אויפן קאמפיאטער א פראגרעם...
ווען עס איז נישט געשמאק צו לערנען אליין קומט אויפן ווידעא טשעט ארויף דיין געטרייער חבר וואס האט צופעליג געזעהן אויפן זיין מאשין אז דו לערנסט דעם דף, און וועט מיט דיר לערנען.
נאך מעריב ביים ספירה ציילן איז א תועלת ווי עס וועט שטיין היום... און צום סוף "מה שפגמתי בספירה...", געענדיגט מיט דאס זאגן אויף א הויכע טאן "בספירה-----" און ארום קוקן ביז איינער דערבארעמט זיך און זאגט אונטער... דאס וועט מען נאר קענען טוהן שבת.
וכו' וכו'
ועוד חזון למועד...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 26, 2009 2:21 pm

מאטכע, גוט גוט.. כ'ווארט אויפן מועד..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 26, 2009 3:44 pm

אוי ביסטו גוט מאטשע, איך ווארט אויפן וכו' וכו'.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג אפריל 26, 2009 4:08 pm

שכח מאטשע
האסט א ריזיגע אימעדזשענעישאן
אין נאכמער אזא גיטע וועג צו באשרייבן
קיפ אפ
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג אפריל 26, 2009 6:57 pm

איין פראבלעם האט די נייע טעכנאלאגיע, גילוי...
מען וועט קענען זעהן ווען איינער שרייבט אין קרעטשמע וואס זיין ניק איז.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 26, 2009 7:08 pm

אויך וועט נישט זיין אזא מין זאך ווי באהאלטענע באנוצער.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 26, 2009 7:14 pm

פונקט האט א איד געזאגט ביי קידוש החמה,
איך ווייס נישט וויאזוי מען וועט מאכן די ברכה אין אכט און צוואנציג יאר ארום,
אבער אזויפיל קען איך צוזאגן אז אין אזא פאפירענעם צעטל וואס מיר האבן דא וועט מען "נישט" אריין קוקן.
לויט דעם וואס מ'האט דא געשריבן קוקט אויס אז מען וועט ארויף קוקן אויף די זון אין טאג פון קידוש החמה, און אויב ס'איז נישט פארוואלקענט וועט די מאשין דיר פארליינען אדער פארשרייבן די ברכה, אפשר וועט ער דיר פירן דורך דזשי פי עס צו א נישט פארוואלקענט פלאץ, ווער ווייסט ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אפריל 26, 2009 9:40 pm

מאטכי און בערל אז סגוט ס'גוט.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » מיטוואך יוני 27, 2012 5:40 pm

גאגעל האט יעצט אנאנסירט זייערע אויגן גלעזערת וואס גייט טוהן די אויבנדערמאנטע טעכנעלאגיע

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך יוני 27, 2012 5:47 pm

אינטערנעט איז שוין ג'אסרט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יוני 27, 2012 6:58 pm

The-future-Gadgets-Google-Glass-features.jpg
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט