א גוטע דידזשיטל קאמערא

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

דיזשיטעל קעמערא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

מעשה שהי', נעכטען פארנאכט שטיי איך ביים פענצטער און זעה מיינע שעפעלעך זיך ארום שפילען אזוי זיס מיט די שכינים. איך וויל מאכען א בילד והקעמרע אינינו. איך זיך ארום איבעראחל, טאט מעיק עלאטנג סטאטרי שאטרט. חנה'לע האטט זיך מודה געווען אז זי האטט דאס גענומען און סקול און "ס'האטטזעך צובראטכען". נו א כפרה.

אלזא קען מיר איינער ארויסהעלפען מיט קויפען א נייע. איך זיך נישט א נדבה. גיט מיר נאטר א עצה, זאגט מיר ביטע וועלכע קאטמפאני האטט איר א גיטע עקספיריענ'ס. איך זיך דוקא וואס דינער/קלענער און וואטס שאחרפער. עס מיז קענען ניצען "sd קארד" ווייל דערפון האטב איך אפאטר.
ותשועה ברוב יועץ - ישר כח
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס 'דינער\קלענער', איז א סתירה צו 'וואס שארפער'. א ביישפיל ווי א דעסקטאפ קאמפיוטער אקעגן א לעפטאפ, די פשוטע לופט וואס א פראסעססאר דארף האבן בריוח, איז נישטא ביי א לעפטאפ, דערפאר ארבייט עס קיינמאל נישט אזוי גוט ווי א געהעריגע קאמפוטער.

דאס זעלבע איז ביי קאמעראס און אנדערע מאכאניזם. די לענס פון א קאמערא ברענגט די שארפקייט פונעם בילד, און געווענליך וועסטו נישט זעהן קיין שום פראפעסינאלער פאטאגרעפער וואס מאכט שיינע קלארע בילדער, זיך ארומדרייען מיט א קליינעם פיצי קאמערע, למשל א קעסיא עקסילים אדער אפילו א קענאן פאוער שאט. דער בעסטער זאאמער וועט נישט קענען אהערשטעלן א בילד אזוי קלאר מיט א בלויזע דיגיטאל קאמערא, אן די ריכטיגע לענס דערפאר.

דאס איז מיין אפיניאן בנוגע קאמעראס.

לידיעתי איז דאס ברייט אויסגעשמועסט געווארן נישט לאנג צוריק. בעפאר דו מאכסט אן החלטה ליין דארט און לאז אונז וויסן דיין באשלוס.

בהצלחה
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1839153
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די מעלה פון קענאן איבער אנדערע איז אז זיי זענען זייער גוט אין קאלירן .
די מעלה פון קעסיא איבער אנדערע איז אז זייער באטערי האלט זייער לאנג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

ישר כח שוועמל,
אמת, א לעפטאחפ איז נישט אזוי שטאחרק ווי א דעסקטאחפ אבער היינט צו טאטג זענען פארהאן גאר גיטע און דויעהאחפטיגע לעפטאחפס.
א דאנק דיין אויבן דערמאנטען לינק בין איך גאטר מער צומישט, עס האטט מיך נישט צופרידען געשטעלט. איך ברויך האבען א קעמרא וואס האטט די פאלגענדע "פיעטשער'ס"
Thin, MPG format, uses SD card and of course long battery life
איך בין דאטך נישט א פאטטאחגרעפער, בין איך מסכים נאכצולאזען פון די קלאטרקייט, דער עיקר איך זאל קענען מאכען שיינע בילדער און גיטע ווידאוי קליפ'ס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאן וואס דו דארפסט איז א קעסיא עקסילים, אדער קענעאן SD500 און ארויף. מאך א סיורטש ביי די פירמע סייטס וועסטו קענען גוט קאמפערען צווישן דיינע אויסוואלן.

סאני קאמעראס נוצט נישט קיין SD קארדס.

בנוגע לעפטאפס, אויב קענסטו מיר געבן א לינק אדער א באריכט וועלכע איז שטארק און שנעל און גאר גוט, דאן ביטע.

איך בין יעצט דערביי צו קויפן א נייע לעפטאפ, איך שפעקוליר צו סאני ווייא וועט דינען פאר מיר. עס קוקט אויס לייטיש.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

נאכאמאל שכועך, איך מאחך נאטך ריסורטש און איך וועל דיר ציוויסען טון בלי"נ
איך האב געקויפט א סאני ווייע דעם זימער, עס שאחפט מיר גרויס הנאה. מאך זיכער אז דו קויפסט א גיטע קעיס ווייל עס איז ווייעך ווי א ניי געבוירענ'ס. אז עס פאחלט אראטפ השם ירחם.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

זיך'ך א קאמערע קענאן A590 מיט א קעיס און א 2 אדער 4 GB קארטל, וואו וועל כ'עס טרעפן די ביליגסטע? שטייצעך נאך שטייער. יש"כ למפרע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'האב געזעהן ביי מיין פעווערעד סטאר, לי עוו. פאוטאו, א A590 מיט א 1GB קארד פאר $139 כ'מיין אז ס'איז ביליג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

נא נא נא, כ'האב עס שוין געטראפן דא פאר 110.50 נאך אלעם, דער פראבלעם איז נאר אז כ'דארף אויך א קעיס און א קארטל, וואס דער געשעפט האט נישט. איז די שאלה אויב איך זאל קויפן דעם קעמערע ביי זיי און ס'איבריגע ביי אן אנדערן, אדער וועט עס זיין ביליגער ווען כ'וועל אלעס ארדערן ביי אן אנדערן.

צווישן-צייט האט אבער ס'אידענע גע'רעדט מיט אן אנדערן פרענד, און זאגט איר אז די SX100 איז א בעסערע שטיקל, האט מיר איינער א פשרה?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ציביילטער די SX100 אין די A590 זענען די זעלבע זאך די חוליק איז די זאם די SX100 איז א 10 ביי זאם אין די פלעש רענדש איז גרעסער סאיז א ביסעל טייערער אבער סלוינט זיך
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אונגארישער האט געשריבן:ציביילטער די SX100 אין די A590 זענען די זעלבע זאך די חוליק איז די זאם די SX100 איז א 10 ביי זאם אין די פלעש רענדש איז גרעסער סאיז א ביסעל טייערער אבער סלוינט זיך


וועכע קאמפאני איז SX100 אויך פון קענאן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכי יעפס
Liberalism is a mental disorder
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

אונגארישער האט געשריבן:ציביילטער די SX100 אין די A590 זענען די זעלבע זאך די חוליק איז די זאם די SX100 איז א 10 ביי זאם אין די פלעש רענדש איז גרעסער סאיז א ביסעל טייערער אבער סלוינט זיך


א שכוח א גרויסן.

ניינציג טאלער הייסט ביי דיר נאר אביסל? אדער אפשר האסטו דעם SX100 פאר ביליגער פון $200?


BTW, ווייסט איינער פארוואס ביי יעדע תגובה וואס כ'שרייב פליעט מיר ארויס אותיות צוזאמען מיט גאנצע ווערטער?
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

אונגארישער, אנטשולדיגט פארן משוגא מאכן, אבער וואס קען מען טון אז ס'בעל הבית'טע הערט נישט אויף צו טשענדזשען די מיינד.

ביים נאכטמאל איז געבליבן אז מ'וועט בלית ברירה מוזן קויפן דעם SX100, ווארום, וויאזוי וועט מען מאכן א בילד ביים פלעי מיט אזא קליינע זום ווי דער A590.

השתא דאתית להכא, קוק איך אזוי ארום אינעם נעץ, זעה איך אז ס'איז דא די שפעטערע ווירזשן SX110 פאר ביליגער ווי דער עלטערער ווירזשן, איז מיין שאלה, על מה זה ועל מזה איז דער נייער ביליגער, איז'ס נישט אזוי גוט?

אויב מעגליך, ענטפער מיר ווי שנעלער, ווייל אויב מיין טעלעפאון וועט זיך באלד צוקלינגען און ס'וועט שטיין דערויף "HOME", זאל איך קענען זאגן אז ס'איז שוין גע'ארדער'ט און מ'קען עס שוין נישט טוישן.

טענקס אמיליאן.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

ווייסט איינער דער חילוק צווישן דעם קענאן SX100 און דער SX110?

כ'האב צוגעזאגט פאר'ן פרוי אז אויף חנוכה האט זי'ס שוין, קען מיר איינער העלפן?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ציביילטער די SX1100 איז DIGIC 3 דאס מיינט אז עס האט א ניערע פראסעסער

דיין מיסיס איז גערעכט סאיז ווערד די זאם

נ ב איך האפ אז דיין בייל וועט זיך אויס היילען וויאומשנעלסטען ציביילטער בן ??
Liberalism is a mental disorder
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

אונגארישער האט געשריבן:נ ב איך האפ אז דיין בייל וועט זיך אויס היילען וויאומשנעלסטען ציביילטער בן ??

מיין מיסיס וויל נאך מאכן א בילד בעפאר ס'היילט זיך אויס.

פארוואס איז די SX110 ביליגער, איז די נייע פראסעסאר נישט אזוי גוט?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אלע נייע קעמערעס פין קענאן זענען ביליגער ווי די אלטע פשוט וויל אלעס פאלט די SX100 מאכט קענען שוין נישט א לאנגע צייט וער עס האט עס נאך האט נאך באצאלט רבי געלט דערפאר

פארשטאנטא
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ציביילעטער דעמאלט האט זיך געלוינט די צייט
Liberalism is a mental disorder
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

א וויכטיגע זאך.

נעכטן ווען כ'האב באשטעלט מיין קאמערע האב'ך עס באקומען די ביליגסטע ביי abesofmaine.com, ביים ארויסטשעקן פרעגן זיי אויב מ'האט א פראמאו קאוד, האב גע'סערטש'ט פאר א קאוד און כ'האב מיר געשפארט א צענער.

כאטש כ'האב שוין לאנג אזעלכע קאוד וועבסייטס ביי מיין פעיווערטס, האב'ך עס אבער קיינמאל נישט געניצט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

א גוטע דידזשיטל קאמערא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אצינד אז מען האלט אינמיטן די הייסע שאפינג סעזאן וואס מען קען טרעפן שפאט ביליגע מציאות האט זיך אין מיר אנגעצינדן א תאווה פון קויפן א קאמערא, אבער אז מען קויפט שוין, זאל עס טאקע זיין איינס און א גוטס.

וויל איך הערן אביסל פונעם טייערן ציבור הי"ו וואס ווייסן אביסל און האבן די נויטיגע אינפארמאציע וואס מען ברויך וויסן איידער מען לאזט זיך ארויס אין די געשעפטן וואס די סעילסלייט האבן אמאל מער אן אינטערעסע פון פארקויפן דעם פראדוקט וואס זיי מאכן מער געלט דערויף אדער וואס יענע קאמפאני האט געגעבן א בעסערן דיעל פארן געשעפט.

עס איז מיר נוגע און קען זיכער צוהעלפן פאר נאך אנדערע וואס נויטיגן זיך אין די אינפארמאציע, דעריבער בין איך שטארק מכיר טובה די וואס וועלן ארויסהעלפן.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

דא רעדט מען אביסל פון דידשיטל קעמארעס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

אויב זיכסטו א קאמערע פאר בערך 200 דאלאר, קויף דעם קענאן SX110.

טראצדעם וואס ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס כ'קויף א דידזשיטעל קאמערע, בינעך נאך קיינמאל נישט געווען אזוי צופרידן פונעם מקח ווי ביי דעם קאמערע. אויב זיכסטו טייערער, פרעג נאר אן ביי אונגארישער, ער ווייסט וואס ער רעדט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

פארוואס זאל נישט זיין איין אשכול איבער אלס וואס איז נוגע דידזשיטל קאמעראס?

דארט וואס "סתם אזוי" האט צוגעברענגט רעדט מען גאר ווינציג איבער וואס מען ברויך באטראכטן און וואס זענען די פארשידנארטיגע מעלות פון די קאמעראס.

למשל זע איך אז דער קאמערא canon sd1100 וואס עטליכע פון מיינע באקאנטע זענען זייער צופרידן דערפון קען מען יעצט באקומען ביי די באזז פאר 159 און ביי בי. ענד עידזש. פאר 152 וואס איז גאר א ביליגע פרייז. אבער אפשר פאר אביסל מער קען מען צוקומען צו פיל א בעסערע סארט קאמערא?

איך מאך מיר א דעדליין אז יום ה' ויגש וויל איך עס זאל שוין זיין אויפן וועג אהיים צו מיין אשת חיל שתחי' (און דערנאך קען מען ממשיך זיין איבער אזא כלי וואס זאל זיין גוט פאר מיר אין קעשענע לעת הצורך)

שקויעך.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

סתם_אזוי האט געשריבן:דא רעדט מען אביסל פון דידשיטל קעמארעס.

פאראייניגט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”